Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 3
610ב"ה, יום שני פ' נצבים־וילך,
ח"י אלול, ה'תשמ"ב.
ברוקלין, נ. י.
אל כל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
שטייענדיג אין דעם סגולה־טאָג פון דעם סגולה־חודש — ח"י אלול, וואָס דער גאַנצער חודש, ספּעציעל די לעצטע צוועלף טעג פון דעם חודש, אָנהייבנדיג מיט ח"י אלול, זיינען די העכסטע טעג פון צוגרייטונג צו ראש השנה און צום גאַנצן נייעם יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה,
איז איצט זיכער די פּאַסענדע צייט אַריינצוטראַכטן זיך אין די הויפּט שטריכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער דערמאָנטער צוגרייטונג; און זעלבסטפאַר־611שטענדלעך, דאַרף דאָס ווירקען אין אַלע געביטן פון דעם מענטשלעכן לעבן, אין מחשבה דיבור ומעשה, און אין איינקלאַנג מיט דעם תכלית פון זיין באַשאַפונג (וועלכע איז באַשטימט געוואָרן שוין אין דעם ערשטן ראש השנה) און זיין לעבן — עבודת השם, צו דינען דעם באַשעפער, אין אַלע דריי קווים: תורה, עבודה און גמילות־חסדים.
*
ס'איז שוין מערערע מאָל אַרומגערעדט געוואָרן, אַז חאָטש ראש השנה איז דער יום טוב ווען עס ווערט געפייערט דער „געבורטסטאָג" פון דער וועלט (זה היום תחלת מעשיך), איז דאָס אָבער פאַקטיש דער טאָג ווען די בריאה איז פאַרענדיגט געוואָרן, מיט דער באַשאַפונג פון דעם מענטשן אין דעם זעקסטן טאָג פון מעשה בראשית, וואָס דורכדעם איז זי געקומען צו איר שלימות (טוב מאד), דורך דעם מענטשן ווערט די גאַנצע בריאה געבראַכט צו איר שלימות (גאַנצקייט און פולקאָמענהייט), לויט דער כוונה פון דעם באַשעפער. און אַזוי איז אויך געווען בפועל גלייך ווי אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערציילן, אַז ער האָט זיך געווענדעט צו אַלע באַשעפענישן מיט דעם רוף: בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו — „קומט, לאָמיר זיך בוקן און קניען, קניען פאַר גט אונזער באַשעפער", און אַזוי איז געווען — און ה' מלך גאות לבש.
איינע פון די זאַכן, אין וועלכע די באַשאַפונג פון דעם מענטשן אונטערשיידט זיך אמבולט'סטן פון אַלע אַנדערע באַשעפענישן, איז וואָס דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרן יחידי (אַן איינצלנער).
612א) יחידי — ניט ווי אַלע אַנדערע באַשעפענישן, סיי אין דער וועלט פון בעלי חיים און סיי אין דער וועלט פון צמחים, וועלכע זיינען באַשאַפן געוואָרן פּאַרווייז, און
ב) יחידי — איינער אין סוג (קאַטעגאָרי) פון מדבר, ניט ווי אין סוג פון חי און צומח וועלכע זיינען גלייך פון אָנהייבס אָן באַשאַפן געוואָרן אין טויזנטער און טויזנטער מינים.
פאַרשטייט זיך, אַז די תורה, תורה אור, וואָס באַלייכט אַלע זאַכן, שטעלט זיך אָפּ אויף אַזאַ בולט'ן אונטערשייד. זאָגן אונזערע חכמים אין דער משנה: לפיכך נברא האדם יחידי ללמדך כו' — דעריבער איז אַ מענטש באַשאַפן געוואָרן אָן איינצלנער (יחידי), כדי דיר צו לערנען אַז: א) יעדער מענטש איז אַן עולם מלא, אַ גאַנצע (און אַ פולע) וועלט. ב) מפני שלום הבריות כו' — כדי עס זאָל זיין שלום צווישן מענטשן, אַז קיינער זאָל ניט קענען זאָגן איך שטאָם פון אַ פאָטער אַ גרעסערן פון דיין פאָטער.
שטעלט זיך באַלד די פראַגע: די צוויי טעמים זיינען, לכאורה, אין ווידערשפּרוך: לויט דעם ערשטן טעם ווערט אונטערשטראָכן די העכסטע גדלות און שטאַרקייט פון אַ מענטשן אַלס אַ יחידי, ביז אַז ער איז אַן עולם מלא. און וויבאַלד אַז תורת אמת זאָגט אַז אין דיעותיהן שוות (מענטשן אונטערשיידן זיך אין זייערע מיינונגען) וועט עס בריינגען צו אַ ריבוי פון חילוקי דיעות און מיט אַ גרויסער שטאַרקייט, וויבאַלד יעדער איינער איז אַן „עולם מלא" — היפך שלום הבריות, און אין דער גרעסטער מאָס.
און חאָטש אַז דאָס וואָס תורת השם רופט אָן דיעה איז דאָס מיוסד און אין אַלע פרטים אויסגעהאַלטן לויט דער תורה, חכמתו פון השם. וואָרום אויב ניט איז עס היפך החכמה והדיעה, כפשוט — איז אָבער אין דיעות גופא אין שוות — פאַרשידענער (אַמאָל אויך — פאַרקערטער) צוגאַנג און מיינונג אין עניני הרשות, כולל ווי צו ערפילן אין זיי דעם אָנזאָג כל מעשיך לשם שמים ובכל דרכיך דעהו.
וויבאַלד אָבער אַז ביידע טעמים קומען איינער נאָך דעם אַנדערן אין דעם זעלבן המשך, און יעדערער פון זיי איז אויף אַזויפיל וויכטיג, אַז ער האָט געווירקט613אויף דעם אופן ווי דער מענטש איז פון אָנהייב אָן באַשאַפן געוואָרן, מוז מען זאָגן, אַז ניט נאָר שטייען זיי ניט אין קעגנזאַץ איינער צום צווייטן, נאָר, אדרבה, זיי גייען צוזאַמען, און פאַרשטאַרקן איינער דעם צווייטן.
די דערקלערונג דערפון איז:
אמת טאַקע, אַ מענטש איז אַן עולם מלא, און אין דיעותיהן שוות. אָבער דאָס דאַרף ניט און טאָר באַ עם ניט אויסשליסן — אפילו אין זיין אייגענער דיעה — אַז עס קען זיין אַ צווייטע מיינונג, און נאָכמער — אפילו אַ פאַרקערטע מיינונג, און נאָכמער — ער דאַרף זיך באַציען צו די מיינונגען, אפילו צו אַ פאַרקערטער, מיט כבוד — וויבאַלד אַז דער צווייטער איז אַן עולם מלא, במילא מוז ער זיך אַריינטראַכטן אין דעם צווייטנ'ס מיינונג מיט דער געהעריקער ערנסטקייט, און דאַן, אין צוגאָב צו דעם וואָס אַזאַ צוגאַנג ברענגט צו אַן אמת'ן שלום הבריות און אַ שלום של קיימא — וויבאַלד אַז דאָס איז באַגרינדעט אויף דעם כלל אין תורה הנצחית, אַז אַ יחיד איז אַן עולם מלא — ברענגט עס אויך צו דעם, אַז ער זאָל זיך טיפער אַריינטראַכטן אין זיין אייגענער דיעה, פאַרשטיין בעסער אירע מעלות און אויך אירע חסרונות און דורך דעם צוקומען און דערגרייכן דעם אמת לאמתו — דערגענצן זיין אייגענעם עולם מלא.
און אַזוי אויך דער צווייטער און דריטער א. ז. וו. ביז אַז עס ווערט אַן אמת'ר שלום פון אַלע בריות.
אַריבערגייענדיג צו מעשה, וואָס המעשה הוא העיקר — די אַלגעמיינע אויפפירונג אין טאָ־טעגלעכן לעבן — איז דאָס אויבנדערמאָנטע איינע פון די יסודות פון דער אויפפירונג, דער כלל גדול בתורה — ואהבת לרעך כמוך, און מיט דער הדגשה — כמוך. דער געדאַנק אין דעם איז: יעדער איינער איז באַשאַפן געוואָרן פון דעם זעלבן בורא עולם, און יעדער איינער — חאָטש טאַקע „רעך" און ניט דו אַליין — איז ער אויך אַן עולם מלא, כמוך, ווי דו. דעריבער דאַרפסטו ליב האָבן יעדן ווי זיך אַליין; און וויבאַלד דאָס איז אַן אָנזאָג פון דעם באַשעפער צו יעדן614מענטשן, איז זיכער אַז דאָס קען דערגרייכט ווערן און דערפילט ווערן פון און באַ יעדן מענטשן.
גלייכצייטיג איז דאָך דער באַשעפער — מלך שהשלום שלו, און ער האָט געגעבן כח און פאַרלאַנגט, אַז עס זאָל זיין שלום הבריות, ווי אויבנדערמאָנט, און דאָס איז אויך פאַרשטאַנדיג אין מענטשלעכן שכל — מאַכט דאָס נאָך לייכטער צו דערפילן דעם אָנזאָג פון ואהבת לרעך כמוך, ביז אין מעשה בפועל, און אין אַלע הינזיכטן.
דאָס אַלעס האָט אַ ספּעציעלע שייכות צו דער הכנה צו ראש השנה — הכתרת (קרוינונג) המלך שהשלום שלו — כולל ועיקר שלום ואהבת ישראל ביז אין אַ שלימות'דיגען אופן, אַז עס ווערט אחדות ישראל ביז אין אַ שלימות'דיגען אופן, אַז עס ווערט אחדות ישראל לאחדים כאחד ממש, און מען קרוינט אַלע צוזאַמען כאיש אחד בלב אחד דעם אויבערשטן בראש השנה אַלס „מלך ישראל" ברצון, און נאָכמער — בשמחה; און דאָס ווערט דורכגעפירט אין אַן אופן אַז ס'ווירקט אויף דעם גאַנצן אַרום, און דער בורא ווערט אַנערקענט אַלס „מלך העולם" — ווי דאָס איז געווען דעם ערשטן ראש השנה, דורך אדם הראשון, ווי דערמאָנט אויבן.
ויהי רצון, אַז לויט דעם נוסח וואָס שליסט יעדע תפילת עמידה פון יעדן טאָג: ברכנו אבינו כולנו כאחד באור פניך, ווי דער אַלטער רבי (בעל התניא והשלחן ערוך) טייטשט אָפּ, אַז וויבאַלד ס'איז כולנו כאחד ברענגט דאָס באַלד ברכנו אבינובאור פניך,
זאָל דאָס זיין אַזוי בפועל ממש ומיד,
כולל הברכה — בלשון פון דוד מלכא משיחא: ויאכילהו מחלב חטה ומצור דבש אשביעך,
615און יעדערער און יעדערע און אַלע צוזאַמען — לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברע — האָבן אַ כתיבה וחתימה טובה וכת כתיבה וחתימה טובה
צדיקים (ר"ה טז, ב) ועמך כולם צדיקים לקוטי מהרי"ל הובא לעיל במ"מ סגולה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ד
- Id
- rh-gkqe42qy