עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 15

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

317זאת חנוכה

. . . מיר געפינען זיך דאָך אין דעם טאָג פון זאת חנוכה, וואָס ווי ערקלערט אין תורת החסידות, איז אין דעם צוויי פירושים. און פאַרטייטשען אין עבודה כפשוטה;

א) אַראָפּציהען פון דעם טיפסטען כח פון נפש (עתיק שבנפש) וואָס דאָס איז דער כח התענוג, ביז אַז דאָס זאָל ווירקען אויף מעשה בפּועל, אין דער טאָג טעגליכער אויפפירונג.

ב) אַראָפּבריינגען פון דעם אָנפירענדען כח פון די כחות פנימים (אריך שבנפש כח דרצון שבנפש), אַז דאָס זאָל דורכנעמען דעם גאַנצען מענשן און אַלע זיינע איבערלעבונגען.

אום אויפצוטאָן ביז למעשה בפועל, וואָס עס איז דאָך פאַרבונדען מיט שוועריקייטען, מוז מען אָנקומען, אַרויסבריינגען אַ טיפערן כח פון נפש האלקית, דאַגעגען צו באַוואָרענען דעם מענש אַליין און זיינע געפילען, דאַרפמען ניט אַזאַ כח, ווי דער וועלכער דאַרף פאַרבינדען מיט דער אויסערליכען וועלט.

און לויט דעם באַוואוסטען אויסשפּראַך, כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה ביותר (דער וואָס אַלץ העכער איז, קען גרייכען דאָס וואָס נידעריג איז).

ווי עס האָט זיך גערעט אין דער התועדות פון שבת חנוכה, אַז אין דעם קיצור פון דעם מאמר (ברוך שעשה נסים פ"ד) ווערט נאָר געבראַכט דער ערשטער פירוש, וואָס דאָס שטרייכט אונטער דעם עיקר והתכלית.

וואָס דאָס איז דאָך דער מיין פון אַ קיצור, אַז ס'בריינגט נאָר ענינים וועלכע זיינען אַ עיקר, און ניט ביאורים והסברים.

און השי"ת זאָל מצליח זיין, אַז יעדערער זאָל אויספירן די הוראות פון זאת חנוכה, לויט דעם אויבען דערמאנטען ביאור פון תורת החסידות אויף דעם גאַנצען קומענדען יאָר הבא עלינו לטובה, צו מאַכען ליכטיג באַ זיך אַליין, ועל פתח ביתו, און אויך מבחוץ, (באַ זיינע בני בית און נאָהענטע און אויך אין דער אויסערליכער וועלט).

(ממכ' ג' שבת תשכ"ב)318ב"ה, זאת חנוכה, ה'תשל"ג

.ובעמדנו בסיום וחותם ימי חנוכה — יה"ר שיאירו הנרות הללו ובמילואם ושלימותם במשך כל השנה כולה, ובאופן דמוסיף והולך ואור בגו"ר גם יחד,

עדי נזכה לקיום היעוד והי' לעת ערב יהי' אור, דלילה כיום יאיר.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-d08edbtf

Copies

Recent activity

#146 Likkutei Sichos vol 10: machine reading · approved
#126 Likkutei Sichos vol 10: machine reading · closed

Sources