Letter 3988
ד' חנוכה, תשט"ז · ברוקלין.
איך בין געווען צופרידען צו באקומען דיין בריף, אין וועלכע דו שרייבסט וועגען דיינע סדרים פון לערנען סיי אין נגלה און סיי אין חסידות, און געוויס ביזט דו מקיים דעם פסק תורתנו הק' אז מעלין בקדש, און אז מען טוט אין דעם און עמן הארעוועט אויף דעם, ווערט מקיים דער פסק, יגעת ומצאת.
און געוויס איז חקוק בא דיר די נקודה, אז דער פארען אין מאנטרעאל איז אויף צו זיין א לעבעדיגער באווייז, ווי א תלמיד פון תומכי תמימים דארף זיין, און דער באווייז דארף ניט זיין נאר אין דער צייט פון לערנען און דאוונען און אפהיטען די סדרים פון דער ישיבה בדיוק, נאר אויך צו דינען אלס סעמפעל און לעבעדיגער באווייז ווי מען דארף זיך אויפפירען, אין די צווישען צייט פון לערנען און דאוונען, ווי עס ווערט ערקלערט אין חסידות א עבד ווי ער דינט זיין אדון, אפילו ווען דער אדון איז ניט מער ווי א בשר ודם, על אחת כמה וכמה פעמים ככה ווען דער אדון איז דאס מלך מלכי המלכים הקב"ה, אז עס דארף זיין קענטיג די עבדות א גאנצן טאג און אפילו אין שלאף.
און אויך אויף דעם איז געזאגט געווארען דער פסק רז"ל, יגעת ומצאת, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.
בברכה להצלחה בתלמוד תורה ביראת שמים לקיום המצות בהידור ועבודת התפלה ביחוד.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 12
- Id
- rh-cvn35xv3
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit