Likkutei Sichos
Devarim 1
8שהיו גבורים" — אַז דאָס וואָס די בני גד האָבן געדאַרפט גיין די ערשטע איז עס ניט בלויז אויף אויסצורייסן די נטי' פון ולמה תניאון, נאָר אויך ווייל דער נצחון המלחמה פאָדערט אַז די ערשטע זאָלן זיין גבורים. און פאַר דעם צוועק מוז די גאַנצע ערשטע פּלוגה זיין פון גבורים.
ז. עפי"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס דוקא אין אונזער פסוק איז רש"י מוסיף „ואויבים נופלים לפניהם", ווייל ווען ניט די דאָזיגע הוספה שטעלט זיך אַ קשיא אויף רש"י'ס טעם „לפי שהיו גבורים";
וויבאַלד אַז משה האָט געוואָלט באַוואָרענען דעם נצחון המלחמה דורך צונויפשטעלן די ערשטע פּלוגה פון נאָר גבורים, וואָלט דאָך בעסער געווען אויב אַז די דאָזיגע פּלוגה זאָל באַשטיין פון בני יהודה?
אין פּרשת מטות קען מען ניט פרעגן פאַרוואָס מען האָט ניט אויסגעשטעלט אַז די בני יהודה זאָלן זיין בראשי גייסות — ווייל דאָרט געפינט מען נאָר אַז מען האָט געוואָלט אַז בני גד זאָלן גיין בראש (כדי צו עוקר זיין דעם חשש פון יראים און תניאון). מען מוז אָבער באַוואָרענען ווי רש"י זאָגט „מתוך שגבורים היו" — ווייל אויב זיי וואָלטן געווען ניט קיין גבורים וואָלט זייער גיין בראש המלחמה געשאַדט צום נצחון. משא"כ אין אונזער סדרה וואו עס ווערט דערציילט — כפרש"י — אַז זיי גייען לפני — לפי שהיו גבורים, אַז מ'האָט געוואָלט האָבן בדוקא גבורים, וואָלט דאָך געווען בעסער לכאורה אַז די ערשטע פּלוגה זאָל באַשטיין פון בני יהודה? לכל הפחות — צוזאַמען מיט בני יהודה?
אויף דעם ענטפערט רש"י „ואויבים נופלים לפניהם" — אַז בני גד האָבן געהאַט אַ מעלה אפילו אויף בני יהודה; זייער גיין בראש האָט געמאַכט זיכער אַז מען וועט מקיים זיין דעם ציווי „לא תחי' כל נשמה", כנ"ל ס"ג.
ח. מ'דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; פאַרוואָס טאַקע בתחילה בעת משה האָט אויסגערעדט זיין תנאי מיט בני גד און בני ראובן (אין פּרשת מטות) האָט ער מסכים געווען אַז זיי זאָלן גיין בראשי גייסות, און דערנאָך, ווען משה האָט איבערגעזאָגט משנה תורה, ערשט דאַן האָט ער מוסיף געווען אַז זיי זאָלן גיין „לפני אחיכם": אויב דער נצחון המלחמה פאָדערט אַז די גאַנצע ערשטע פּלוגה זאָל זיין פון גבורים — פאַרוואָס איז פריער געווען גענוג אַז זיי זאָלן גיין בלויז „בראשי גייסות"?
מוז מען זאָגן, אַז בינתיים (צווישן דעם מתנה זיין מיט די בני גד און בני ראובן ביז צו דער צייט פון ר"ח שבט ווען משה האָט געזאָגט משנה תורה) איז געשען אַ געוויסער ענין, וואָס האָט געבראַכט משה'ן צום מוסיף זיין אַז זיי זאָלן גיין „לפני אחיכם". און דאָס איז אַזאַ דבר הפּשוט, וואָס דער „בן חמש למקרא" פאַרשטייט עס מעצמו און ס'איז ניט נויטיק אַז רש"י זאָל עס אים מבאר זיין.
ט. בשעת משה האָט אויסגענומען זיין תנאי מיט בני גד ובני ראובן האָט משה (און אַזוי אויך אַלע אידןלז — כולל די בני גד ובני ראובן) געהאָפט, אַז דורך תפלה וועט ער קענען פּועל'ן9ער זאָל קענען אַריינגיין אין ארץישראללח. וואָרום דורך זיין געבן זיי דעם עבר הירדן אַלס זייער חלק אין ארץ־ישהאל [וואָס אויב נאָר זיי וועלן מקיים זיין דעם תנאי וואָס משה האָט מיט זיי אויסגענומען, וועט דאַן אויסקומען אַז משה האָט עס זיי געגעבן מלמפרע], קומט דאָך אויס אַז ער איז שוין אַריין אין אַ טייל פון ארץישראללט, ובמילא האָט ער געטראַכט אַז ס'איז שוין מותר געוואָרן דער נדרמ (ווייל נדר שהותר מקצתו הותר כולומא) אויך לגבי די אַנדערע טיילן פון אר־ישראל. און וויבאַלד אַז דער נדר איז שוין מותר געוואָרן, וועט העלפן זיין תפלה אויף מבטל זיין די גזירהמב.
אין פּרשת דברים אָבער, בר"ח שבט, ווען משה רבינו האָט אָנגעהויבן זאָגן משנה תורהמח, איז ער שוין דאַן נצטווה געוואָרן — און פון דעם אויבערשטן אַליין (ניט דורך אַ נביא) — „אל תוסף דבר אלי עוד בדבר הזה"מד. האָט ער דאָך שוין קלאָר געוואוסט אַז ער וועט אין ארץ ישראל ניט אַריינגיין (און ווי רש"י זאָגטמג „שלא הוכיחן אלא סמוך למיתה"), נאָר יהושע „הוא ינחיל אותם את הארץ"מח.
און מצד אָט דעם דאָזיקן חידוש וואָס איז נתחדש געוואָרן אין דער צייט צווישן פּרשת מטות און פּרשת דברים אַז דער כיבוש הארץ וועט זיין זיכער דורך יהושע, האָט משה געדאַרפט מוסיף זיין „לפני אחיכם".
יו"ד. דער כיבוש פון ארץ ישראל, ווי ער איז געווען (בפועל) דורך יהושע'ן, איז געווען דורך אַ מלחמה באופן טבעי. משא"כ ווען דער כיבוש וואָלט געווען דורך משה'ן, וואָלט עס געווען למעלה מהטבע, ווי אַלע מלחמות וואָס דורך משה, און ווי דערציילט די ניסים שבהם — אין חומש ובפרש"י.
[ואפילו מלחמת עמלק וואָס איז געווען דורך יהושע — איז געווען — בחר לנו דורך „אנשי משה", איז10כאָטש מען האָט טאַקע געדאַרפט נוצן אַ שווערד, ווי עס שטייט0) „ויחלוש גו' לפי חרב", איז דאָס געווען בלויז אַ קצת הכנה בדרך הטבע, אָבער די מלחמה גופא האָט זיך געפירט למעלה מהטבע דורך „כאשר ירים משה ידו" און נאָכמער „לבטל כשפים"מז.
און אַזוי איז אויך מפורש ביי דער מלחמה מיט הכנעני מלך ערד, אַז במשך פון דער גאַנצער מלחמה האָט מען געפאַנגען פון אידן בלויז איין שפחה, און אויך זי איז געווען אַ שבוי' — „וישב ממנו שבי" — וואָס מען האָט איר געפאַנגען פריער פון זיימח. וואָס דאָס איז דאָך למעלה מדרך הטבע לגמרי, וואָרום באופן טבעי, אפילו ווען מען קומט אַרויס בנצחון גמור, איז לא ימלט אַז עס זאָל ניט שאַטן עפּעס אויך דעם צד המנצחמט. וכמפורש אַז ווען מען האָט געזען נאָך מלחמת מדין אַז „לא נפקד ממנו איש" — איז „ונקרב את קרבן ה' "60)].
און דערפאַר, איז בתחילה, ווען משה האָט געמיינט אַז די כניסה לארץ וועט זיין דורך אים און די מלחמה וועט זיך פירן למעלה מהטבע, האָט ער דאַן מסכים געווען אַז בני גד ובני ראובן זאָלן גיין נאָר בראשי גייסות, ווייל אויך דאָס איז שוין אַ הכנה בדרך הטבע61). וואָרום אויב נאָר די ראשים זיינען גבורים פּועל'ט דאָס שוין אויף כל אנשי הגייס, ווייל דער עיקר איז צו מנצח זיין און מבטל זיין דעם „כל התחלות קשות"62) (וע"ד פתח ר'*) פלוני 68)).
בשעת אָבער אַז משה האָט געוואוסט זיכער אַז די כניסה לארץ וועט זיין דורך יהושע'ן און די מלחמה וועט זיך פירן בדרך הטבע, האָט ער זיך ניט מסתפק געווען דערמיט וואָס די ראשי גייסות וועלן זיין גבורים, נאָר ער האָט געוואָלט אַז די גאַנצע ערשטע פּלוגה זאָל זיין פון גבורים.
(ועפי"ז קומט אַרויס נאָך אַ טעם אויף דעם וואָס אין פּרשת מטות זאָגט ניט רש"י „ואויבים נופלים לפניהם"; ווען די מלחמה וואָלט זיך געפירט למעלה מהטבע, וואָלטן די אויבים ניט געקענט אַנטלויפן אויך ווען די בני גד וואָלטן ניט פאַרמאָגט די דאָזיגע מעלה).
יא. אין פירש"י איז דאָך פאַראַן אויך „יינה של תורה"84). איז מובן אַז די צוויי ענינים אין „לפני" ווי בני גד ובני ראובן זיינען געגאַנגען —
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-cm124fsz