עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 17

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

378— הנה כן הוא בפירוש בש"ס (ר"ה טז, א) וכמ"ש במכתבי הקודם. ודברי תוד"ה כמאן (שם) הוא לפרש אליבא דרבנן הוא דמצלינן ברכת רפאנו והשנים (ואקצירי לפי גירסת הב"ח), ומה שכתב לסתור דברי הש"ס — לא הבנתי.

(ממכ' יום ד' כ' אדר, תש"ד)

4 ג —

. . . דער ענין פון חינוך — די דערציאונג און אויסבילדונג פון דעם יונגען דור — איז שטענדיג איינע פון די העכסטע און וויכטיגסטע אויפגאַבען פון יעדן פאָלק, בפרט פון דעם אידישן פאָלק. די תורה הקדושה, תורת חיים — די אמת'ע וועגווייזערין אין אידישן לעבן (תורה פון וואָרט הוראה) — לעגט דעם שטאַרקסטן טראָפּ אויף חינוך אין טאָג־טעגלעכן לעבן (ושננתם לבניך גו'). פון דער צייט פון אברהם אבינו (למען אשר יצוה את בניו גו') ביז היינטיגען טאָג איז חינוך געווען און איז די ערשטע פליכט פון אידישע עלטערן באַזונדער, און פון אידישן ציבור בכלל.

היינטיגען יאָר ווערט דער ענין פון חינוך ספּעציעל אונטערשטראָכן, זייענדיג אַ נאָך־שמיטה יאָר, דער יאָר פון הקהל. דאָס איז די ספּעציעלע מצוה וואָס איז דורכגעפירט געוואָרן איינמאָל אין זיבן יאָר, אין דער צייט פון בית־המקדש, ווען אַלע אידן — עלטערן און קינדער, אויך גאָר קליינע קינדער, און אַפילו „פרעמדע" (וגרך אשר בשעריך) — האָבן זיך געדאַרפט פאַרזאַמלען אין בית־המקדש צו הערן ווי דער מלך בכבודו ובעצמו האָט פאָרגעלייענט געוויסע פרשיות פון דער תורה, כדי דורכגעדרונגען צו ווערן מיט דעם גייסט פון תורה און מצוות און יראת־שמים.

די דאָזיגע גרויסע געשעעניש האָט ספּעציעל אונטערשטראָכן די וויכטיקייט פון חינוך פאַר יונג און אַלט; עס האָט דערמאָנט און געמאָנט פון די פירער פון פאָלק, און פון די עלטערן אַליין, צו דערפילן זייער פליכט אין דער פולסטער מאָס, און עס האָט ווידעראַמאָל באַטאָנט די באַדייטונג פון חינוך פאַר קינדער פון אַלע עלטער ; אפילו די וועלכע זיינען נאָך צו יונג צו פאַרשטיין (ובניכם אשר לא ידעו גו') האָבן געדאַרפט זיין באַ הקהל אַלס אַ צוגרייטונג פאַר שפּעטער, וואָרום אידישער חינוך הויבט זיך אָן פון דער פריסטער קינדהייט.

כאָטש די מצוה פון הקהל קען איצט ניט דורכגעפירט ווערן ווי אַמאָל אין דער צייט פון בית־המקדש, איז זי אָבער אויך היינט גילטיג אין איר גייסטיגען זין, אין דעם וואָס זי דערמאָנט און פאָדערט־אויף יעדן איינעם און איינע, סיי עלטערן, סיי סתם אידן, און בפרט עסקנים, כלל־טוער און379פירער, צו דערפילן זייער פליכט (וואָס איז אויך אַן אויסערגעוויינלעכער זכות) אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש, יעדער איינער און איינע לויט זיינע, און אירע, פולע מעגלעכקייטן . . .

(ממכ' כ"ח תשרי, ה'תשכ"ז)

י ו ם ה כ פּ ו ר י ם

לשון הברכה שאמר כ"ק ארמו"ר שליט"א

ערב יום כיפור

אחרי תפלת מנחה, תשכ"ו:

דער אויבערשטער זאָל געבן אַ חתימה און אַ גמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות ורוחניות, בטוב הנראה והנגלה, למטה מעשרה טפחים.

אַזוי ווי דער יאָר איז שנת השבע שנת השמיטה שבת להוי' זאָל זיין אַ התעוררות תשובה פנימיות ואמיתית בחרטה גמורה על העבר וקבלה טובה על להבא, מתוך מנוחה ושמחה וטוב לבב, אַזוי ווי שבת איז שבת מן המזיקין מבפנים ומזיקין מבחוץ.

ס'זאָל זיין אַ שנת אורה שנת ברכה שנת הצלחה שנת תורה, און מ'זאָל עוסק זיין אין תורה ועבודה מתוך מנוחה ושמחה וטוב לבב, והרחבה אמיתית עד שיבא גואל צדק ויגאלנו בקרוב ממש ויוליכנו קוממיות לארצנו וה' בראשם.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qjf9zt2z

Copies

Recent activity

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · approved
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · closed

Sources