Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 27
467ב"ה, בין כסה לעשור, ה'תשל"ב
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
קומענדיג פון די טעג פון ראש השנה, ווען אַלע אידן ווי איינער האָבן אויפגענומען אויף זיך מלכותו יתברך ברצון, און אין אַן אָפענעם אופן אין טאָג־טעגלעכן לעבן, אין איינקלאַנג מיט דער בקשה „גלה כבוד מלכותך עלינו" —
וואָס, ווי געשריבן אין פריערדיגען בריוו, איז אין דעם דאָ ביידע זאַכן (א) אתם נצבים היום כולכם — אַז אַלע אידן שטייען פעסט און צוזאַמען אין דעם טאָג פון ראש השנה, כולכם כאחד, און גלייכצייטיג (ב) אין אַ פאַנאַנדערטיילונג פון „ראשיכם" ביז „שואב מימיך", און ווי דערקלערט אין דעם פריערדיגען בריוו בפרטיות, אַז ביידע זאַכן זיינען פאַרבונדן און אָפּהענגיג איינע פון דער צווייטער, וואָס דאַמאָלסט איז דאָס אַ קומה שלימה וואָס ענטהאַלט אַלע טיילן בשלימות, פון דעם „קאָפּ" ביז דער „פּיאַטע" —
וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן אויף נאָך אַ נקודה, וואָס דער אַלטער רבי ברענגט אַרויס, אַרומריידנדיג דעם דערמאנטן ענין, און דאָס איז, אַז אין געוויסע הינזיכטן שפּילט די „פּיאַטע" די ראָלע פון אַ „קאָפּ", און דער קאָפּ גייט איר נאָך — ווי מ'זעט דאָס אויך אין גשמיות, אַז כאָטש דער קאָפּ פירט אָן מיט דעם גאַנצן קערפּער, האָבן די פיס און די פּיאַטעס אַ מעלה וואָס זיי מאַכען דעם גאַנצן קערפּער צוזאַמען מיטן קאָפּ גיין פון איין אָרט צום צווייטן.
דאַרף מען פאַרשטיין ווי אַזוי אויך אין נמשל (אין רוחניות) קען זיין, אַז דער „שואב מימיך" זאָל זיך דערהויבן צו דער מדריגה פון „ראש" און ווערן אַ מוסטער פאַר די „ראשיכם", אַז אויך זיי זאָלן באַווירקט ווערן פון „שואב מימיך". אין רוחניות מיינט דאָך „ראשיכם" שכל, הבנה והעמקה,
בין כסה לעשור: י"ל שכל ימים אלה הם — בכמה דברים — ענין אחד ממש (נקודה אחת). ולכן מזכירים נשמות (רק) ביוהכ"פ, משא"כ בחה"פ וחה"ש, אף שגם הם המשך וענין אחד (ראה תנחומא ס"פ פנחס). וגם יוהכ"פ נק' ר"ה (יחזקאל מ, א. תוד"ה ואת (נדרים כג, ב). ובירוש' (ר"ה בתחלתה) פליג אפשטי' דקרא אבל לא על הענין. ועיין לקו"ת ר"ה (נח, א. סד. א)). ועבדים יוצאים לחירות — בשנת היובל — בר"ה ויוהכ"פ (ראה ר"ה ח, ב). וראה ג"כ זח"ג (ק, ב). ואכ"מ.
פריערדיגען בריף: דימי הסליחות, ה'תשל"א.
צוזאַמען . . פאַנאַנדערטיילונג: ראה תניא פ' לב ובהערות לתניא בלקוטי לוי יצחק שם.
אַלסער רבי ברענגט: לקו"ת ר"פ נצבים.
גיין . . צווייטן: בלקו"ת שם: יתרון ומעלה להרגלים שצריך להלך בהם. וי"ל שהכוונה לאמתית ענין ההליכה שהיא בלי גבול (ד"ה אם בחוקותי, ש"ת. ובכ"מ).468בשעת „שואב מימיך" באַציט זיך אויף דעם וועמענס צוגאַנג צו רוחניות (קיום המצוות) איז אָפט ניט מער ווי אַ מעכאַנישער, ווי דאָס איז אין דעם משל פון אַ „שואב מים", וואָס אין דעם פאָדערט זיך ניט קיין אַריינטראַכטונג און ספּעציעלער פאַרשטאַנד וכו', נאָר טאָן די זאַך באמונה. איז ווי אַזוי איז מעגלעך, אַז דער „שואב מימיך" זאָל גאָר זיין דער „ראש" און די „ראשיכם" זאָלן אים נאָכגיין?
נאָכמער; אין דער קאַטעגאָריע פון „שואב מימיך" אין דעם לעצטן סוג אידן — זיינען דאָך אויך פאַראַן חילוקים, ביז אַז זי נעמט אַריין אויך די וואָס, ווי אַ וואַסער טרעגער אין פּשוט'ן זין — ער איז געבאָרן געוואָרן מיט די איינפאַכסטע כשרונות אָן קיין פעאיגייט צו אַ שכל'דיגע באַשעפטיגונג און אויסגעוואקסן אין אָרימקייט ניט האָבענדיק קיין מעגליכקייט צו לערנען איז ער געוואָרן אַ שואב מימיך,
אָבער וויבאַלד אַז זיין אַבסאָליוטע עם־הארצות און פּשוט'קייט איז לגמרי ניט זיין שולד, אנוס הוא — ווערט אויך ער איינגעשלאָסן און פאַראיינציקט מיט כולכם.
אָבער ווי אַזוי קען אויך דער סוג זיך דערהויבן צו דער מדריגה פון „ראש", ווי אויבנדערמאָנט?
דאָס ברענגט צו נאָך אַ פראַגע; וויבאַלד דער אויבערשטער אַליין האָט אָנגעוויזן און אויפגעפאָדערט יעדן אידן ווי אַזוי ער זאָל זיך פירן אין טאָגטעגלעכן לעבן, איז ווי איז בכלל מעגלעך אַז עס זאָל זיין אַ מצב וואו אַ איד זאָל ניט האָבן די מעגלעכקייט אויפצופירן זיך אין אַלע פרטים לויטן רצון פון דעם אויבערשטן — דעם בעל־הבית פון דער גאַנצער וועלט און דאָך ווי מיר ווייסן און זעהן, איז פאַראַן אַזאַ מצב, וואו אידן, אפילו ביים בעסטן ווילן, און אפילו מיט מסירת־נפש, זיינען באמת ניט אַמשטאַנד צו מקיים זיין דעם רצון פון השי"ת אין אַלע פרטים, צוליב זייטיקע אומשטענדן איבער וועלכע זיי האָבן קיין שליטה ניט. און ווי דער משל אין דעם אַז מסירת־נפש העלפט אַראָפּצושפּרינגען פון אַ דאָך, פון אויבן אַראָפּ, אָבער עס העלפט ניט אַרויפצושפּרינגען פון דער ערד אויפן דאָך.
469איז דער ענטפער אויף די אויבנבאַרירטע פראַגען — אין קורצן, על כל פנים;
אמת טאַקע, המעשה — עיקר, דער עיקר איז דער טאָן בפועל, אָבער פון דער אַנדער זייט איז אויך פון דער העכסטער וויכטיקייט געפיל און כוונה. איז בשעת עס איז אַמאָל אַ מצב, ווען עס איז אוממעגלעך פאַר אַ אידן, אפילו מיט מסירת־נפש, מקיים צו זיין אַן אָנזאָג פון דעם אויבערשטן במעשה בפועל, ברענגט עס אַרויס באַ דעם אידן אַ ווייטאָג און צער פאַרוואָס ער קען ניט מקיים זיין די באַשטימטע מצוה — אַן אמת'דיגער און טיפער צער וואָס נעמט דורך דעם מענטשן דורך און דורך, ביז עס רירט אָן זיין עצם הנשמה. און דאָס ברענגט אים צו אַ טיפער פאַרבינדונג מיט דעם אויבערשטן און מיט תורה ומצוות און אידישקייט בכלל, וואָס אָן דער צער'דיגער איבערלעבונג וואָלט ער דערצו ניט צוגעקומען. אין אַזאַ פאַל, איז ניט נאָר וואָס ער באַקומט ניט קיין עונש ח"ו פאַר ניט מקיים זיין די מצוה בפועל, וואָרום ער איז דאָך אַן אנוס, נאָר פאַרקערט, ער באַקומט אַ שכר פאַר דעם וואָס ער האָט באמת געוואָלט מקיים זיין די מצוה, און וואָס ס'איז נאָך וויכטיגער; דורך דער טיפער איבערלעבונג באַקומט פון איצט אָן און ווייטער זיין נשמהלעבן אַ טיפקייט און שלימות צו וועלכע (קען זיין) ער קען אַנדערש ניט צוקומען.
נאָכמער; אויך אין באַצוג צו מעשה בפועל זעט מען, אַז ווען דער אויבערשטער העלפט דערנאָך און נעמט אים אַרויס פון יענעם מצב און שטעלט אים אַוועק אין אַ סדר חיים, אַז ער זאָל קענען מקיים זיין אויך די מצוה, אָדער מצוות, וואָס ער האָט ניט געקענט מקיים זיין אין דעם פריערדיקן מצב, איז ער איצט מקיים די מצוות מיט אַ טיפקייט און ליכטיקייט און האַרציקייט, וואָס ביז דאַן האָט ער דאָס ניט געהאַט.
אַזוי אַרום ווערט דער „שואב מימיך" אַ „ראש" אין קיום המצוות אויפן שלימות'דיגסטן אופן, מיטן גאַנצן האַרצן און געפיל, און די וועלכע זיינען ניט דורכגעגאַנגען דעם לייטערונגפּראָצעס פון „כור הברזל", קענען זיך פון אים לערנען און באַגייסטערט ווערן, און נאָכגיין עם.
דערביי מוז אָבער באַוואָרנט ווערן אַ גאָר וויכטיגער פּונקט;
דער יצר־הרע איז אַן אומן במלאכתו, אַ גרויסער ספּעציאַליסט, בפרט אַז ער מישט אַריין דעם גרעסטן סאָרט שוחד — אהבת עצמו. און איינער פון זיינע מיטלען איז איינצושמועסן אַ מענטשן ניט צו טאָן אַ מצוה מיטן אויסרייד אַז ער איז אין דעם אַן „אנוס", און ער געפינט אויף דעם פאַרשידענע470ערקלערונגען און „באַווייזן", און לאָזט ניט רוען און טומלט אין דעם אָן אויפהער.
איז וויבאַלד אַז „אדם קרוב אצל עצמו" און עס איז עם זייער שווער זיין אָביעקטיוו אין אַן ענין וואָס איז אים אַליין נוגע, דאַרף ער וויסן, אַז דאָס וואָס עס דאַכט זיך אים אַז ער איז אַן אנוס, איז נאָך גאָר קיין ראי' ניט אַז דאָס איז באמת אַזוי. דעריבער, כדי אויפצוקלערן דעם מצב, מוז ער זיך ווענדן צו איינעם וואָס איז ניט משוחד אין דעם, אויך ניט משוחד דורך וועלן נושאחן זיין באַ אַ צוייטן, נאָר דוקא צו איינעם וואָס שטייט אינגאַנצן אין דער השקפה פון תורת אמת, וואָס אמת מיינט — אָן פּשרות, און נאָר ער קען אים באַלייכטן די לאַגע און אויפקלערן, צי דאָס איז טאַקע אַ פאַל פון אונס, אָדער — די איינריידענישן פון דעם זקן וכסיל, דער יצהרע
א
דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז שטייענדיג אין די טעג וואָס התשובה יפה ביותר ומתקבלת היא מיד — אַ גאָר גינסטיגע צייט פאַר תשובה, וואָס ווערט באַלד אָנגענומען, זאָל מען אויסנוצן די צייט ווי דער אויבערשטער בעט און זאָגט אַן אידן; דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב — זוכט דעם אויבערשטן ווען ער געפינט זיך, רופט (ציט זיך) צו עם ווען ער איז נאָענט; און אַז דער ענין התשובה — דאָס אומקערן זיך פון יעדן איינעם און איינע צו זיין אמת'ן „איך", וואָס יעדער איד, מאַן און פרוי, איז אַ חלק אלוק' ממעל ממש — זאָל זיך אויסדריקן אין אַלע פּרטים פון טאָג־טעגלעכן לעבן, במחשבה דיבור ומעשה, אין דער שלימות'דיגער מאָס, ווי אויבן געשריבן.
און דער אויבערשטער זאָל געבן, און וועט געבן, יעדן איינעם און איינע די פולסטע מעגלעכקייט, אַז אין אַ געזונטן אופן און אין אַ פריילעכן אופן זאָל מען לערנען תורה און מקיים זיי די מצוות — כמצוות רצונך — אין דעם פולן זין.
בברכה לכל אחד ואחת בתוככי כלל ישראל
לחתימה וגמר חתימה טובה לשנה טובה
ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד
זקן וכסיל, דער יצר־הרע: זח"א ר"פ וישב.
יפה ביותר ומתקבלת היא מיד: רמב"ם הל' תשובה פ"ב ה"ו. ומסיים שנאמר דרשו ה' בהמצאו. ובכו"כ כת"י הרמב"ם מובא גם סיום הכתוב: קראוהו בהיותו קרוכ. ועפ"ז תובן ראייתו במילואה: יפה ביותר — ממש"נ בהמצאו, מתקבלת מיד — ממש"נ בהיותו קרוב.
בעט און זאָגט אָן: שזהו גם נתינת כח — שהרי הקב"ה עוזרו לקיים המצווה עליו.
צו זיין אמת'ן „איך": ראה רמב"ם הל' גירושין ספ"ב. להעיר מלקו"ת ר"פ האזינו.
חלק . . ממש: תניא רפ"ב. ולהעיר מהערות הצ"צ שם.
כמצות רצונך: ראה המשך וככה פי"ז ואילך.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-vppw1bav