Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 21
444בכבודך . . ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה (שפּרייט אויס דיין מלוכה איבער דער גאַנצער וועלט דורך דיין כבוד און זאָל יעדער איינער וואָס אָטעמט דערקענען און זאָגן אַז ג־ט דער ג־ט פון אידן, איז קעניג, און זיין קעניגרייך הערשט איבער אַלעם).
בברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה
בבני חיי ומזוני רוויחי
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
אין צוגאָב צו די יאָר יערלעכע ענינים, ענינים וועלכע יעדער יום טוב, אויך ראש השנה בכלל, ברענגט מיט זיך פון יאָר צו יאָר —
וואָס אויך די דאָזיגע ענינים דאַרפן באַטראַכט ווערן און דורכגעלעבט ווערן כחדשים (ווי נייע), אַזוי ווי אַלע ענינים פון תורה און מצוות, וואָס זיינען דער לעבן און די לעבנסקראַפט פון אַ אידן (כי הם חיינו ואורך ימינו), וואָס דער עצם לעבן איז דאָך שטענדיג ניי און פריש, אויך באַ אַ מענטש וואָס האָט שוין געלעבט מערערע יאָרן —
זיינען אויך פאַראַן ספּעציעלע ענינים, וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט געוויסע יאָרן, און זיינען דעריבער פון באַזונדערע באַדייטונג אין דעם באַטרעפענדן יאָר.
דער אָנקומענדער יאָר ה'תשכ"ז, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, איז אַ נאך־שמיטה־יאָר, ווען עס קומט צו אַ ספּעציעלער ענין — די מצוה פון הקהל (פאַרזאַמלען), וועלכע איז „אַ פעסטער זייל און אַ גרויסער כבוד פאַר אונזער דת".
אין דער צייט פון בית־המקדש האָט מען אין דעם נאך־שמיטה־יאר געדאַרפט פאַרזאַמלען דעם פאָלק — מענער, פרויען און קינדער אויך גאָר445קליינע קינדער, אין דעם בית־המקדש, צו הערן אַ ריי געקליבענע פרשיות פון דער תורה, וועלכע זיינען געלייענט געוואָרן דורך דעם מלך, און דאָס דאַרף געטאָן ווערן באַ דער ערשטער געלעגנהייט אין דעם יאָר וואָס מען קען זיי פאַרזאַמלען (סוכות — ווען אידן קומען קיין ירושלים).
און כאָטש זינט דער בית־המקדש איז חרוב געוואָרען איז די מצוה פון הקהל — ביז דער בית־המקדש וועט ווידער אויפגעריכט ווערן, במהרה בימינו — ניט נוהג, זיינען דאָך אָבער תורה און מצוות נצחיות'דיגע, אַזוי אַז אויך די יעניגע מצוות וועלכע זיינען נוהג נאָר בזמן הבית האָט זייער רוחניות'דיגער גייסטיגער אינהאַלט — אַ ספּעציעלע באַדייטונג (אין דער באַשטימטער צייט פון טאָג אָדער יאָר) אין אַלע צייטן און ערטער, און דאָס דאַרף אויסגעדריקט ווערן, מען דאַרף עס מקיים זיין אויף אַן ענטשפּרעכענדן אופן (תפלות — אין דער צייט פון טאָג ווען מען האָט געבראַכט די קרבנות א.ז.וו.).
די מצוה פון הקהל האָט געהאַט צוויי נקודות וואָס, אויבערפלעכלעך, שיינען זיי צו זיין אין אַ ווידערשפּרוך; פון איין זייט האָט זיך געפאָדערט הקהל את העם, האנשים והנשים והטף וגרך אשר בשעריך — אַ פאַרזאַמלונג פון די העכסטע ביז די נידעריגסטע פון אידישן פאָלק, וואָס באַווייזט, אַז יעדער איינער און איינע, ניט קוקנדיג וואָס זייער מעמד ומצב איז, האָבן אַ שייכות דערצו; און פון דער אַנדער זייט, האָט זיך געפאָדערט צו לייענען פאַר די פאַרזאַמלטע געקליבענע פרשיות פון דער תורה, דורך דעם העכסטען באַ אידן, דעם מלך.
איינע פון די דערקלערונגען דערפון:
תורה דאַרף באַלעבן אַ אידן — אַלע אידן אַן אויסנאַם — אנשים נשים טף גרים — דורכנעמען אים דורך און דורך, יעדן איינעם זיין גאַנצע מציאות, אין דער פולסטער מאָס און אין אַלע פרטים, ביז אַלע זיינע חושים און געפילן ווערן דורכגעדרונגען מיט תורה און מצוות, מיט ג־טלעכקייט.
און כדי צו דערגרייכן דאָס אויבנדערמאנטע אַם טיפסטן און אין דער פולער מאָס ווערט די תורה דאַמאָלסט געלייענט דורכ'ן מלך, וואָס „אימתו446עליך", ער דערוועקט דעם געפיל פון אימה און קבלת־עול וואָס איז מבטל דעם „איך" און ישות פון דעם הערער.
א
די באַדייטונג און אָנווייזונג פון דער מצוה פון הקהל פאַר יעדן איינעם און איינע פון אונז איז, און מ'דאַרף אויסנוצן די התעוררות טעג פון חודש תשרי, און פאַרזאַמלען אידן — מענער, פרויען און קינדער ביז — גאָר קליינע קינדער — פאַרזאַמלען זיי אין אַ הייליגע'ן „אָרט", אין אַ הייליגער שטימונג און אויסנוצן עס פאַר דעם צוועק וואָס איז דער יסוד פון דער מצות הקהל: למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה' אלקיכם ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת — כדי זיי זאָלן הערן און זאָלן לערנען און מורא האָבן פאַר דעם אויבערשטן, און היטן צו טאָן אַלע רייד פון דער תורה.
עס איז ספּעציעל די פליכט פון יעדן איינעם וואָס איז אַ „מלך", אַ גדול אין זיין סביבה — אַ רב אין זיין קהילה, אַ מחנך אין זיין כיתה, אַ פאָטער אין זיין משפחה — צו לאָזן הערן דעם וואָרט פון תורה און מצוות אין זיין קרייז, מיט אַ שטאַרקייט און ערנסטקייט, וואָס זאָל שאַפן אַ טיפן איינדרוק און דויערנדע השפעה אויף די צוהערער, וואָס זאָל זיך פילן ניט נאָר אין דעם חודש תשרי, און ניט נאָר אין דעם גאַנצן יאָר, נאָר במשך די אַלע זיבן יאָרן פון איין הקהל ביז דעם קומענדיגען; אַ השפעה וואָס זאָל זיך אויסדריקן אין טאָ־טעגלעכן לעבן, אין אַן אויפפירונג על־פי־תורה ומצוות מיט יראתשמים און צוזאַמען מיט דעם — בשמחה ובטוב לבב.
א
ויהי רצון אַז דער אויבערשטער — וועמען אידן קרוינען ראש־השנה אַלס מלך ישראל און אַלס מלך על כל הארץ, זאָל באַגליקן יעדן איינעם און איינער דורכצופירן דאָס אויבנדערמאנטע אין דער פולסטער מאָס,
447און דאָס וועט אויך מקרב זיין און צואיילען די צייט ווען מען וועט מקיים זיין די מצוה פון הקהל, מיט אַלע פרטים, אין בית־המקדש, בביאת משיח צדקנו, בב"א.
בברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-bvjm55cj