Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 12
419שיינונגען, וועלכע ווייזען אויף אַ ירידה, ניט אַלע ווערן קליגער און ניט אַלע ווערן פרימער,
איז אָבער אין אמת'ן ובפנימיות — ווערט דאָס גוטע אין וועלט מיט יעדן יאָהר, יעדען טאָג און יעדע רגע שטאַרקער און גרעסער,
וואָרעם יעדע רגע קומען־צו גוטע פעולות.
און אפילו דאַמאָלסט ווען דאָס ניט גוטע שיינט צו האָבען די אויבערגעוויכט, איז דאָס אָבער בלויז צייטווייליג. סוף כל סוף מוז דאָס גוטע נעמען די אויבערהאַנט און דאָס ניט גוטע אינגאַנצען בטל ווערען,
וואָרעם דער בורא עולם ומנהיגו האָט אָנגעזאָגט אַז אַלע וועלען תשובה טאָן, און דער אויבערשטער, וואָס איז אַ מרבה לסלוח אפילו אויף עבירות וועלכע זיינען מערערע מאָל איבערגע'חזר'ט געוואָרן, וועט אָננעמען די תשובה, כי לא ידח ממנו נדח (קיינער וועט ניט פאַרשטויסען ווערען).
און דאָס איז באַ יעדען איינעם אין האַנט צו מאַכען דעם קומענדען יאָר — אַ יאָר פון גאָר אַ גוטען סהכל פון זיינע פעולות — דורך איבערשטעלען זיך און ענדערען זיך, און דער אויבערשטער הרוצה בתשובה העלפט אויך אין דעם.
און דער פעסטער בעשלוס אַזוי צו טאָן מאַכט נאָך זיכערער, אַז מען וועט האָבען אַ שנה טובה ומתוקה.
בברכת כתיבה וחתימה טובה
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
שטייענדיק אויפן שוועל פונם נייען יאָר, אין די טעג פון חשבון־הנפש פון דעם יחיד אַלס יחיד און אַלס אַ טייל פון דעם כלל, איז די אַריינטראַכטונג אין דעם עולם קטן זה האדם קען פיל באַלויכטן דעם צוועק און תכלית פונם מענטשן אין דעם עולם גדול;
אין דעם מענטשליכן קערפּער זיינען פאַראַן שותפות'דיקע פונקציעס, מיט דער באַטייליקונג פון פילע אברים, און ספּעציעלע פונקציעס פאַר יעדן אבר באַזונדער. פאַר דער ספּעציעלער אויפגאַבע פון אַן אבר פאָדערט זיך, נאַטירלעך, אַ ספּעציעלע אָנשטרענגונג, אין דער צייט ווען די געמיינזאַמע פונקציעס ווערן דורכגעפירט פיל לייכטער.
420וואָס וואָלט פּאַסירט ווען אַן אבר הערט אויף צו פונקציאָנערן אַלס אַ יחיד, נאָר ווענדט אָן זיין גאַנצע ענערגיע פאַר דער אַרבעט בשותפות מיט אַנדערע אברים?
אויף דעם ערשטן אויגנבליק קען זיך אויסווייזן, אַז דאָס וואָלט געווען אַ געווינס סיי פאַר דער באַטרעפנדן אבר — איינשפּאָרנדיק ספּעציעלע מי, און סיי פאַר דעם גוף — דורך דעם וואָס דער אבר וועט קענען פאַרגרעסערן זיין חלק אין דער בשותפות'דיקער אַרבעט און ניט זיין אויסגעטיילט פון די אַנדערע אברים.
פאַקטיש אָבער, וואָלט דאָס געווען קאַטאַסטראָפאַל פאַר ביידען; דער אבר וואָס הערט אויף דורכצופירן זיין באַזונדערע פונקציע, פאַרלירט זיין גאַנצן מהות וואָס איז פאַרבונדן דווקא מיט זיין באַזונדערע אויפגאַבע. נאָכמער, דאָס אָפּשטעלען די נאָרמאַלע פונקציע, שוואַכט אָפּ דעם אבר ביז ער ווערט אינגאַנצן נוצלאָז ניט נאָר פאַר דעם דורכפירן פון זיינע אייגענע פונקציעס, נאָר אפילו פאַרן בייטראָג צום גוף בכלל. דער חסרון אין דעם באַטרעפנדן אבר מוז זיך אָפּרופן און שעדיקן דעם גאַנצן גוף, און די רעזולטאַטען קענען זיין גאָר ערנסטע אויב דער באַטרעפנדער אבר איז אַ לעבנסוויכטיקער.
וואָס עס איז דאָ געזאָגט געוואָרען אין באַצוג צו די אברים פון קערפּער איז ריכטיג אויך אין באַצוג צו דעם מצב פון יעדער יחיד אין זיין גרופּע; אַ גרופּע — אין אַ פאָלק; צו אַ פאָלק אין דער אַלגעמיינער מענטשהייט. זיכער איז דאָס אַזוי אין אונזער אייגענעם פאַל, אין שייכות מיט אַ אידן, אַ אידישן קיבוץ, און דעם כלל ישראל צווישן די פעלקער פון דער וועלט.
דער אידישער פאָלק, וואָס איז שוין פון לאַנג באַצייכנט געוואָרן אַז ער איז „המעט מכל העמים", איז אַ קליינע מינאָריטעט צווישן די פעלקער. דער איד, אַלס יחיד, איז אַ מיעוט אין זיין סביבהן אפילו צווישן אייגענע ברידער פּאַסירט ליידער אַז דער איד וואָס לעבט ווי אַ איד דאַרף לעבן, דאָס הייסט אין איינקלאַנג מיט דער תורה און מצוות, איז ער אויך, צום באַדוירן און צער, ניט אין דער מערהייט, ווייל די מערהייט האָט זיך נאָך ניט אָריענטירט וואָס איהר אמת'ע אויפגאַבע איז.
עס איז נאַטירלעך לייכטער צו באַשטימען די ספּעציפישע פונקציע פון אַן אבר אין גוף ווי פון אַ פאָלק צווישן פעלקער. אָבער אין פאַל פון אונזער פאָלק ישראל, איז דאָס גאָר ניט שווער, נעמענדיק אין אַכט, אַז אידן זיינען איין־ון־איינציק אין דער וועלט מיט זייערע פאַרשידנאַרטיקע עקסטרעמע איבערלעבונגען און פיל־טויזנט־יעריקע געשיכטע. דורך אַן איינפאַכע בעטראַכטונג, קען מען גאַנץ לייכט געפינען דעם צד השוה, דעם כאַראַקטעריסטישן שטריך וואָס איז שטענדיק בייגעווען באַ אידן אין די פאַרשידענע תקופות און איבערלעבונגען, וואָס דערמיט איז פאַרבונדן דער עצם מהות און קיום פון אונזער פאָלק.
421אַן אָביעקטיווער איבערבליק, אָן פאַראורטייל, איבער דער לאַנגער אידישער געשיכטע, מוז בריינגען צו דעם שלוס, אַז דער קיום פון אונזער פאָלק, איז זיכער ניט פאַרבונדען מיט מאַטעריעלן וואוילזיין, אָדער פיזישער מאַכט. אפילו אין די בעסטע צייטן אונטער דער פאַראייניקטער מלוכה פון שלמה המלך, איז דאָס אידיש פאָלק און מלוכה — פּאָליטיש און עקאָנאָמיש — געווען קליין אין פאַרגלייך מיט די וועלט מלוכות פון יענער צייט, מצרים, אשור און בבל. אויך איז קלאָר, אַז ניט מלוכה'שאַפט אָדער געאָגראַפישער באָדן האָט פאַרזיכערט אונזער עקזיסטענץ, וואָרום אונזער געשיכטע אַלס אַ פאָלק מיט אַ מדינה אויף אייגענעם לאַנד איז גאָר אַ קורצע אין פאַרגלייך מיט אונזער גלות־געשיכטע, אָן אַ מלוכה און אָן אַ לאַנד. דאָס גלייכן קען די שפּראַך ניט באַטראַכט ווערן אַלס לעבנס־וויכטיקער עלעמענט פון אונזער קיום, וואָרום נאָך גאָר אין די אוראַלטע צייטן האָט אַראַמיש פאַרנומען דעם אָרט פון דער פּאָלקס־שפּראַך; טיילן פון תנ"ך, כמעט דער גאַנצער תלמוד בבלי, דער זוהר א"א זיינען געשריבען געוואָרען אין דער אַראַמישער שפּראַך. אין די צייטן פון ר' סעדי' גאון און רמב"ם איז אַראַביש געווען די שפּראַך פון די גרעסטע פאָלקס־מאַסן, און שפּעטער אידיש און אַנדערע שפּראַכן. אויך קען מען ניט זאָגן, אַז אַ געוויסע אַלגעמיינע קולטור אָדער וויסנשאַפט האָט פאַרזיכערט דאָס עקזיסטענץ פון אונזער פאָלק, ווייל דאָס האָט זיך ראַדיקאַל געענדערט פון איין תקופה צו דער צווייטער.
עס בלייבט בלויז איין זאַך, וואָס איז אַ צד השוה פאַר אַלע צייטן, אַלע לענדער און אַלע אומשטענדן פון אונזער געשיכטע — די תורה און מצוות וואָס אידן האָבן אָפּגעהיט אין טאָ־טעגליכן לעבן מיט דער גרעסטער מסירות נפש.
אַודאי זיינען געווען, פון צייט צו צייט, איינצעלנע אָדער גרופּען, וועלכע האָבן אָפּגענויט פון דעם דרך התורה והמצוה. אין די צייטן פון ביתראשון זיינען געווען די עבודה זרה'ניקעס פון בעל א.א. ; אין דער צייט פון בית־שני — די מתיוונים (העלעניסטן); די אַסימילאַטאָרן פון אַלעקסאַנדריע די קאַראַאימער א.א. אָבער די אַלע זיינען אינגאַנצען פאַרשוואונדען געוואָרען פון אידישן פאָלק (נאָך דעם פאַרשאַפען פּיין און צרות ניט נאָר זיך נאָר אויך דעם כלל ישראל). בלויז די גאָלדענע קייט פון תורה און מצוות איז ניט אונטערבראָכן געוואָרען, און מיט תורה און מצוות האָט אונזער פאָלק דורכגעמאַכט דעם לאַנגען וועג פון דעם באַרג סיני ביז היינטיקן טאָג. יעדער איינער מיט אַ שכל הישר, וואָס איז מודה על האמת, מוז קומען צום באַשלוס, אַז דער קיום און עצם מהות פון אונזער פאָלק איז פאַרבונדן מיט אַ תורה ומצוות לעבן, כי הם חיינו ואורך ימינו.
דערפון קומט דער לאָגישער אויספיר;
די שיטה פון נהי' ככל הגוים (זיין ווי אַלע פעלקער), איז ניט נאָר וואָס זי קען ניט העלפן פאַרזיכערן אונזער עקזיסטענץ, נאָר זי שטעלט דעם422עצם קיום פון עם ישראל אין סכנה ח"ו. מיט נאָכמאַכן די ניט־אידישע וועלט וועט מען זיך ניט איינקויפן זייער פריינטשאַפט, און פאַרקערט, נאָך פאַרגרעסערן זייער שנאה.
דאָס גלייכן, די אידן אָדער אידישע קרייזן, וועלכע זוכן נושא־ן צו זיין באַ די חפשים (פרייע) דורך פשרות און נאָכגעבען אין עניני תורה ומצות — ניט נאָר שוואַכן זיי דערמיט אָפּ זייערע אייגענע פּאָזיציעס און פאַרשטאַרקן די כוחות פון די חפשים, און שטעלן אין סכנה ח"ו דעם עצם קיום פון כלל ישראל, נאָר אפילו די דערוואַרטעטע „פאַרדינסטען" זיינען ניט מער ווי איינבילדונגען און איינרעדענישען, וואָרום אנשטאָט דערנענטערונג און כבוד רופט אַזאַ שיטה אַרויס בלויז פאַראַכטונג און שפּאָט און מיט רעכט. וואָרום אַ קליינע פשרה היינט, ברענגט צו אַ גרעסערער פשרה מאָרגען, און אַ פשרה היינט אין מצות וואָס זיינען בין אדם למקום, ברענגט צו אַ פשרה מאָרגען אין מצות וואָס זיינען בין אדם לחבירו, די פעסטקייט אין דעם אָננעמען פון אנכי ה' אלקיך און זכור את יום השבת לקדשו — האַלט אויך פעסט דעם אָפּהיטען פון לא תרצח און לא תגנוב.
אין דער איצטיקער צייט פון חשבון הנפש, וועלן געוויס, אחינו בני ישראל בכל מקום שהם, ה' עליהם יחיו, סיי יחידים, סיי קיבוצים און באַוועגונגען (און וואָס גרעסער דער קיבוץ, אַלץ גרעסער זיינע מעגלעכקייטען און צוגלייך זיין פאַראַנטוואָרטלעכקייט), זיך ערנסט אַריינטראַכטן און אָפּגעבן זיך אַ חשבון־צדק, מיט דער פולער אנערקענונג פון דער מציאות און אמת'ן אמת
אַז דער קיום פון אונזער פאָלק הענגט אָפּ אינגאַנצען און נאָר פון קיום התורה והמצות אין טאָ־טעגליכען לעבן, פון יחיד און פון ציבור.
דער סוד פון אונזער קיום אַלס פאָלק איז „הן עם לבדד ישכון", אַז יעדער יחיד, מאַן, פרוי און קינד, דינט בלויז ה' אחד, לויט אונזער תורה אחת, וואָס איז אייביג און קען ניט געענדערט ווערן ח"ו. אונזער „אַנדערשקייט" איז ניט אונזער שוואַכקייט, נאָר אונזער שטאַרקייט. בלויז אין דעם וועג פון תורה און מצות קענען מיר דערפילן אונזער עקריות'דיקע און מהות'דיקע אויפגאַבע וואָס דאָס איז לויט דעם אָנזאָג פון דעם באַשעפער פון דער גאַנצער וועלט — זיין אַ „ממלכת כהנים וגוי קדוש" און דורכדעם אויך „סגולה" פאַר דער גאַנצער מענטשהייט.
מיט אַ האַרציגען וואונש פון אַ כתיבה
וחתימה טובה פאַר אַ שנה טובה ומתוקה
בגשמיות וברוחניות גם יחד
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-dgh78mvr