עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeilech 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

195היינט פאַרוואָס זאָגט מען, אַז דאָס וואָס „נראה לו שאין לו ואינו מרגיש בזה זהו בודאי שקר"?

איז דער ביאור אין דעם — ע"ד המבואריד אַז צמצום האָט אַ מעלה אַפ'ן אור וואָס דערפאַר קען ער עם מצמצם זיין; אַז דאָס גופא וואָס „נראה לו שאין כו'", נעמט זיך דאָס פון אַ בחינה וואָס איז נאָך העכער פון דער בחינה „שישנו בכל אדם". קומט אויס אַז דער „נראה לו שאין לו כו'" איז אין דעם זעט זיך גילוי פון אַ בחינה וואָס איז נאָך העכער פון סובב, ניט איינמאָל הסתר וסתים נאָר צוויי מאָל,

און דעריבער, בשעת אָט־דעם „נראה לו כו'" נעמט דער מענטש אָן פאַר אַ דבר המעלים, לייקנט ער דערמיט אויך אין דער סיבה ותוקף פון דעם „נראה לו כו'" גופא — ער נעמט אָן, היפך ווי דאָס איז מצד ענינו גופא. און דערפאַר זאָגט דער אַלטער רבי, אַז דאָס גופא וואָס „נראה לו שאין לו כו'" — זהו בודאי שקר.

ה. און דאָס איז אויך דער ביאור אין דעם גודל הברכה פון „ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא"; אויך דער „הסתיר אסתיר", קומט פון „אנכי". און וויבאַלד אַזוי, איז דאָך ניט בלויז וואָס ער איז ניט מעלים אויף אלקות, נאָר אדרבה — בשעת מען איז זיך מתבונן אין דעם ענין ווי ער איז לאמיתתו, ווערט גאָר דורך אים נתגלה אַ סך אַ העכערער ענין ווי דורכן קו הגילוי.

ו. און דאָס איז אויך די שייכות פון דעם פּסוק (וענין) „ואנכי הסתר אסתיר פני גו'" (פון פּ' וילך) צו עשרת ימי תשובה — וואָס פּרשת וילך לייענט מען אַלע מאָל בסמיכות צו ר"ה (וועלכער איז אויךטז) — דער ערשטער טאָג פון „עשרת ימי תשובה";

אָט־דער ענין — אַז דער „הסתר אסתיר" איז ניט מנגד אויף קדושה, און אדרבה, דוקא אין דעם זעט מען, דורך דעם נעמט מען „אנכי" — דאָס ווערט נתגלה דוקא דורך עבודת התשובהיז, וואָס תשובה פּועל'ט27) אַז אויך די זדונות ווערן נהפך לזכיות.

(משיחת ש"פ וילך (שבת תשובה)

— ו' תשרי — תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-t4jdzjcq

Copies

Recent activity

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · approved
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · closed

Sources