Likkutei Sichos
Devarim-Shabbos Chazon
24ההו
ה בררים ג
— שבת חזון —
א. פּרשת דברים לייענט מען אַלע־
מאָל אין דעם שבת וואָס פאַר תשעה באב — „שבת חזון". דערפון איז פאַרשטאַנדיקא, אַז דער ענין פון שבת חזון איז מרומז אין פּרשת דברים.
וואָס איז דער ענין פון שבת חזון?
איז ידוע וואָס ר' הלל פּאַריטשער) ברענגטג „בשם הרב מבארדיטשוב נבג"מ", אַז „שבת חזון" איז פון לשון מחזה. אַז אין דעם שבת באַווייזט מען „לכאו"א המקדש דלעתיד מרחוק".
און דער באַרדיטשעווער איז עס מבאר מיט אַ משל (ווי געבראַכט דאָרט), פון אַ פאָטער וואָס האָט אויפגענייט אַ טייערן מלבוש פאַר זיין קינד, און דער קינד האָט דעם בגד צעריסן לכמה קרעים. האָט אים דער פאָטער געמאַכט אַ צווייטן לבוש, אָבער דער קינד האָט דעם צווייטן בגד אויך צעריסן. האָט דער פאָטער אויפגענייט פאַרן קינד אַ דריטן לבוש, אָבער ער האָט עס עם ניט געגעבן צו אָנטאָן, נאָר „לפרקים רחוקים ידועים" באַווייזט ער פאַרן קינד דעם לבוש, זאָגנדיק דערביי, אַז ווען ער וועט זיך פירן בדרך הישר — וועט ער עס אים געבן אָנצוטאָן. און דורך דעם איז אים דער פאָטער מרגיל צו גיין בדרך הישר, ביז דאָס ווערט ביים קינד „כמו טבע", און דאַן גיט דער
ער זאָל אים אָנטאָן.
ב. פון די ענינים וואָס מען קען *) אָפּלערנען פון דעם אויבנדערמאָנטן משל איז; אַז דאָס וואָס שבת חזון באַווייזט מען „לכאו"א המקדש דלעתיד", איז מען דערמיט אויסן בעיקר יענע אידן וועלכע מען דאַרף באַוואָרענען אַז זיי זאָלן זיך פירן בדרך הישר און זאָלן ניט גורם זיין ח"ו, דורך זייערע מעשים, אַז דער „מלבוש יקר" זאָל זיך צערייסן „לכמה קרעים".
דאָס הייסט; ניט בלויז וואָס בשבת חזון, וואָס דאַן איז דער זמן הגילוי פון דעם ביהמ"ק דלעתיד [וואָס בשבת זה ווערט דער מקדש נתגלה אין אַן אופן פון ראי' — ווי דער לשון „מראין כו' המקדש דלעתיד"], ווערט אָט דער גילוי נמשך „לכאו"א", אפילו * צו די וואָס אויף זיי שטייטד „מלאים מצות כרמון" [ובדוגמת קדושת שבת ויו"ט, וואָס איז מאיר „אף בנפש בור ועם הארץ גמור . . כמו ב(קדושת) נפש הצדיק"ה];
נאָר אדרבה; וויבאַלד אַז די כוונה פון דעם באַווייזן דעם מקדש דלעתיד איז — בכדי צו מרגיל זיין „לילך בדרך הישר", איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דער עיקר פון דעם גילוי איז צו די וועלכע נויטיקן זיך אין דעם — דאָס הייסט, די וואָס אויב מ'וועט זיי ניט באַווייזן, זיינען זיי שייך צו גיין ניט אין דרך הישר.26אַז דערפאַר וואָס זי קומט (ניט מצד דעם אדם שלמטה, נאָר) מצד „אתערותא דלעילא", האָט זי ניט קיין קיום ביי דעם מענטשן (סיידן ער טוט אַ פּעולה בזה) ;
משא"כ די הליכה בדרך הישר וואָס ווערט אַרויסגעבראַכט ביי דעם מענטשן דורך דער מחזה פון שבת חזון, איז זי דאָך אין אַן אופן של קביעות ביז אַז סוף סוף בלייבט ניט קיין חשש „פן יחזור לסורו", דערפאַר וואָס „נעשה אצלו כמו טבע".
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די מחזה בשבת חזון — וואָס יעדער איד „זעט" דעם מקדש דלעתיד, אע"פ אַז דאָס קומט מצד דעם וואָס מען ווייזט עס אים מלמעלה, איז עס אָבער אין אַזאַ אופן וואָס פּועל'ט אויף אים ער זאָל עס דערזען סו"ס מצד עצמו. און דעריבער, איז אויך די הליכה בדרך הישר וואָס קומט אַרויס דערפון — „נעשה אצלו כמו טבע".
ה. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין; ווי קען טאַקע די מחזה פון שבת חזון פּועל'ן אין דעם מענטשן אַזאַ הליכה בדרך הישר וואָס זאָל זיין „כמו טבע", ביז אַז ער זאָל גאָרניט זיין שייך צו „יחזור לסורו" — בשעת אַז די מחזה קומט ניט מצד עבודת האדם, נאָר דערפון וואָס „מראין" מלמעלה?
וועט מען עס פאַרשטיין, בהקדים דעם טעם הפּנימי פון דעם וואָס דער פאָטער גיט ניט צום בן דעם „לבוש שלישי", כל זמן זיין הליכה בדרך הישר איז נאָך ניט געוואָרן „כמו טבע"
— אַנדערש ווי ביי די ערשטע צוויי „לבושים", וואָס דער פאָטער האָט זיי אים געגעבן צו אָנטאָן כאָטש ער איז ניט געווען זיכער ווי דער בן וועט זיך אויפפירן. און נאָך מער (אין נמשל) ; כלפי שמיא גליא אַז ער וועט זיי צערייסן?
איז דער טעם אויף דעם (בדרך אפשר ובפּנימיות הענינים);
ווייל דער אויפטו פון „לבוש השלישי" אויף די ערשטע צוויי „לבושים" איז, ווי עס שטייט אין זהריא (אויפן פּסוקיב „אם ה' לא יבנה בית שוא עמלו בוניו בו"), אַז דער בית ראשון ושני זיינען „בניינא דבר נש דלית בי' קיומא כלל", אָבער דער בית שלישי, וויבאַלד ער איז „בניינא דקוב"ה", וועט ער זיין קיים לעולם.
און וויבאַלד אַז ענינו פון דעם בית שלישי איז וואָס ער איז קיים בקיום נצחי, דאַרף אויך די הכנה פון דעם בן וואָס טוט אָן דעם לבוש שלישי זיין, אַז ער זאָל שטיין אין אַזאַ דרגא אַז ס'איז ניט שייך קיין חשש „פן יחזור לסורו".
ו. וואָס איז די שייכות פון בית שלישי דוקא צו דעם ענין פון „בניינא דקוב"ה" און קיום נצחי?
איז דער כללות הביאור בזה, אַז די דריי בתי מקדש זיינען כנגד די דריי אבות; דער בית ראשון איז כנגד אברהם, בית שני — כנגד יצחק, און בית שלישי — כנגד יעקביג. און27היות ווי מדתו של יעקב איז אמת — וואָס דער פּירוש פון אמת איז, אַז עס איז ניט שייך קיין הפסק ושינוייד, איז דעריבער דער בית השלישי — וואָס כנגד יעקב, קיים בקיום נצחייח.
ז. צו פאַרשטיין קלאָרער דעם ענין ווי די דריי בתי מקדש זיינען כנגד די אבות [און אויך די שייכות צווישן די צוויי טעמים פאַרוואָס דער ביהמ"ק שלישי איז קיים בקיום נצחי — דאָס וואָס ער איז כנגד יעקב און דאָס וואָס ער איז „בניינא דקוב"ה"];
דער ענין פון ביהמ"ק (דאיקרי משכן10)) איז — „ושכנתי בתוכם"יז, דער פאַרבונד פון דעם אויבערשטן מיט וועלט. און אין דעם זיינען פאַראַן דריי אופנים (וועלכע זיינען מרומז אין די מספרים המתאימים — ראשון, שני און שלישייט);
ווי דער ביהמ"ק איז מצד „ראשון", ד. ה. מצד דעם אויבערשטן וואָס ער ווערט נמשך מלמעלה למטה — און דער ענין איז מדתו של אברהם, חסד, המשכה מלמעלה למטה;
ווי ער איז מצד „שני", ד. ה. מצד וועלט, ווי נבראים שטייען אין אַ זיכוך והעלאה מלמטה למעלה — און דער ענין איז כנגד יצחק29) וואָס מדתו איז גבורה, העלאה מלמטה למעלהכ;
און ווי ער איז מצד „שלישי", ד. ה. ווי פון ביידע ענינים צוזאַמען [„מעלה" און „מטה"] ווערט אַ „דריטע" מציאות, וואָס איז כולל ביידע צוזאַמען — און דער ענין איז כנגד יעקב, מדת התפארת, מדת אמת וואָס איז „מבריח מן הקצה אל הקצה" — ער איז כולל דעם קצה הכי עליון מיטן קצה הכי תחתון, ביז אַז זיי ווערן איין מציאות.
און דאָס איז דער חילוק צווישן די דריי ביהמ"ק;
אין זמן פון בית ראשון האָבן אידן בכלל ובעיקר געדאַרפט זיין אין דער בחינה פון „צדיקים"כא, וואָס זיינען ממשיך אלקות מלמעלה למטה — און וויבאַלד אַז די המשכה איז געווען
32משא"כ משנה תורה, האָט משה איבערגעגעבן ווי ער וואָלט עס געזאָגט „מפי עצמו"נא, ד. ה. די בחינה פון וואנעט ס'איז געגעבן געוואָרן משנה תורה איז נתלבש און נתעצם געוואָרן בהשגתו של משה*51, ע"ד עבודת התחתוניםנב.
וואָס דערפאַר איז (די התחלהנח פון) משנה תורה אלה הדברים — שהן דברי תוכחות64) — ווייל דברי תוכחה ברענגען צו עבודת התשובה, וואָס ענינה איז (כנ"ל ס"ז) העלאה מלמטה למעלה.
און דאָס איז איינער פון די טעמים ורמזים וואָס בשבת חזון — ווען מען ווייזט דעם ביהמ"ק השלישי — הייבט מען אָן לייענען משנה תורה, ווייל צוליב דעם גילוי פון דעם בית שלישי דאַרף מען האָבן ביידע קויןנח פון תורה; ניט נאָר דעם קו ההמשכה מלמעלה וואָס אין די ד' ספרים הראשונים, נאָר אויך דעם קו ההעלאה מלמטה וואָס אין משנה תורה.
און דורך דעם קומט מען צום ענין וואָס שטייט אין סיום פון משנה תורה „עד הים האחרון" ואמרו רז"ל „עד היום האחרון"נח, צו דעם „בית הזה האחרון", דער מקדש דלעתידנז, וואָס וועט נתגלה ווערן88) בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-bp7cpmj6