English
ספרייה

לקוטי שיחות

דברים ג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

20דברים ג

א. אין דער היינטיקער סדרה ווערט דערציילט ווי די בנ"י האָבן מנצח געווען „עוג מלך הבשן ואת כל עמו . . ונלכוד את כל עריו . . כל חבל ארגב ממלכת עוג בבשן"א.

בנוגע צו „חבל ארגב" געפינט מען צוויי ענינים וועלכע ווייזן אויף חשיבות המקום:

א) רש"יב טייטשט (לויטן תרגוםג) אַז „ארגב" מיינט „פלטין", „היכל מלך". און דעם גאַנצן „פלך" (חבל) האָט מען גערופן על שם פונעם „היכל מלך".

ב) די משנהד זאָגט „תקועה אלפא לשמן (דער שמן פון שטאָט „תקוע" איז „ראשון ומובחר לשמנים"ו פאַרן בית המקדש), אבא שאול אומר שני' לה רגב בעבר הירדן". איז דער טאַטע מפרשז, אַז „רגב הוא חבל ארגבח שהוא בחלקו של מנשה שבעבר הירדן . . כמ"ש בפ' דבריםט".

[און דערמיט איז ער מבארי דעם טעם (פנימי) פאַרוואָס „יאיר בן מנשה לקח את כל חבל ארגב"יא — ווייל „יאיר הוא מלשון אור, ואור נמשך משמן"].

יעדער ענין אין תורה איז מדויק בתכלית. דאַרף מען זאָגן, אַז די צוויי עניני חשיבות וואָס ווערן דערציילט אין תורה בנוגע דעם זעלבן אָרט, „חבל ארגב" — (א) אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט „היכל מלך", און (ב) אַז דאָס איז „שני' לה" אויף נעמען פון דאָרט שמן למקדש — האָבן צווישן זיך אַ שייכות אין תוכן.

ב. וועט מען דאָס פאַרשטייןיב פון דעם ביאור אין דעם ענין אַז „שני' לה רגב בעבר הירדן":

פון פשטות לשון המשנה — „אבא שאול אומר שני' לה כו'" — איז משמעיג, אַז דאָס איז אַ פלוגתא צווישן דעם תנא קמא מיט אבא שאול צי דער שמן פון רגב איז „שני' לה" אָדער ניטיד [ובפרט אַז אויך בנוגע צו סולת ויין (פאַרן ביהמ"ק) ווערט געבראַכט אין משנהטו אַז עס איז פאַראַן „אלפא" און „שני' להן", און ביי זיי ווערט אויסגעטייטשט וואָס די „שני' להן" זיינען — (א) בהמשך צום „אלפא", און (ב) אַלס אַ סתם משנה]טז.

21דאַרף מען פאַרשטיין: אין וואָס באַשטייט די פלוגתא צווישן דעם ת"ק מיט אבא שאול? ובכלל — ווי איז שייך אַ פלוגתא אין מציאותיז (צי דאָס איז אַ שמן מובחר אָדער ניטיח)?

ויש לומר, אַז דאָס איז מבואר אין דעם וואָס אבא שאול איז מוסיף ומפרט „רגב בעבר הירדן", וואָס דערמיט איז ער אויסן (ניט נאָר צו מציין זיין וועלכן „רגב" ער מיינטיט, נאָר) צו באַוואָרענען דעם חידוש שבזה: דער טעם פונעם ת"ק אַז אויפן שמן פון רגב איז ניט מתאים צו זאָגן „שני' לה" (אַז ער איז „קרוב . . להיות משובח"כ צום שמן פון תקוע שבא"י) איז ווייל רגב איז אין עבר הירדן (כדלקמן); און דאָס באַוואָרנט אבא שאול, אַז אע"פ אַז רגב איז „בעבר הירדן", אעפ"כ האַלט ער אַז דער שמן פון „רגב" איז „שני' לה".

ג. דער ביאור אין דעם (ע"ד החסידות):

עס איז ידועכא אַז שמן איז מרמז אויף ביטול. ווי מען זעט עס אין שמן בגשמיות, אַז ער ווערט געמאַכט דורך כתישת הזית, „כתית למאור"; און בשעת מען צינדט עס אָן, ווערט דער שמן „נמשך אחר הפתילה ונכלה ונשרף הכל . . שלא נשאר ממנה כלום"כב; און אויך זיין ברענען גופא איז בחשאיכג, אָן רעש — וואָס דאָס אַלץ ווייזט אויף ביטול בתכלית, ביטול המציאות.

צו דער דרגא פון ביטול במציאות — אַ ביטול מכל וכל, בדוגמא ווי דער שמן ווערט נכלה לגמרי — קען דער אדם ניט צוקומען בכח עצמוכד, דורך זיין עבודה והתבוננות ברוממות האל ושפלות האדםכה, וואָרום וויפל אַ מענטש זאָל זיך מבטל זיין, איז עס אַלץ בגדר ביטול היש, וואָס ער איז זיך מכניע ומבטל זיין ישות פאַר דעם אויבערשטן, אָבער ער בלייבט אַ „דבר בפני עצמו"כו.

זיין „מציאות" קען ניט ברענגען צו ביטול המציאות.

דער ענין פון ביטול במציאות קומט דוקאכו דורך אַ גילוי מלמעלהכז: בשעת ביים אדם ווערט נתגלה אַן אור אלקי — און מצד דעם אויבערשטן איז דאָך ניטאָ קיין אָרט פאַר קיין מציאות זולתו ח"ו — ווערט בדרך ממילא נתבטל די מציאות האדם.

22[נאָר כדי אַז דער גילוי מלמעלה זאָל ביי אים דערהערט ווערן און פועל זיין פעולתו אויף אים, מוז דער אדם זיין אַ כלי דערצו; ד. ה. אַז די עבודת האדם באַשטייט (נאָר) אין מאַכן פון זיך אַ כלי צום גילוי אור מלמעלה, אָבער דער ביטול (במציאות) גופא ווערט אויפגעטאָן (ניט דורך זיין עבודה, נאָר) דורך דעם גילוי מלמעלה].

ד. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם חילוק צווישן ארץ ישראל און עבר הירדן בנוגע דעם „שמן" פאַר בית המקדש:

דער חילוק צווישן ארץ ישראל און עבר הירדן איז:

ארץ ישראל איז די ארץ שבעה עממין וואָס דער אויבערשטער האָט מלכתחילה בוחר געווען פון אַלע ארצות אַלס ארץ הקודש, און אַלס אַזאַ האָט ער זי אָפּגעגעבן צו די אבות קדושים לאחוזת עולם; משא"כ עבר הירדן איז ניט אַן ארץ וואָס איז מלכתחילה געווען אויסגעשטעלט פאַר בני ישראל, נאָר — „נטלו מעצמם"כח: די בני גד ובני ראובן האָבן זי אויסגעבעטן: „יותן את הארץ הזאת לעבדך לאחוזה"כט.

און דערפאַר איז פאַראַן אַ חילוק עיקרי בנוגע דער קדושה (והשראת השכינה)ל אין ארץ ישראל לגבי עבר הירדןלא, וכמחז"ללב „ארץ כנעןלג מקודשת מעבר הירדן, ארץ כנען כשרה לבית שכינה":

די קדושה פון ארץ ישראל איז ניט אָפּהענגיק אין די אידן ועבודתם, נאָר זי קומט מלמעלה — „ארץלד אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה";

משא"כ די קדושה פון עבר הירדן, וואָס איז געוואָרן אַ נחלה פאַר אידן דורך זייער בקשה — איז עס אַ מדריגה וואָס נברא טוט אויף.

ה. און דאָס איז דער ביאור הפלוגתא צווישן דעם תנא קמא און אבא שאול:

דער תנא קמא האַלט אַז שמן מובחר קען זיין נאָר פון ארץ ישראל. ווייל דוקא אין ארץ ישראל איז אלקות מאיר באופן גלוי, ביז אין אַן אופן פון ראי'

23(„עיני ה"א בה"), און דערפאַר איז עס אַ

מקום מוכשר אויף ביטול במציאות —

„שמן",

[ובפרט ווי דער אַלטער רבי איז

מבארלה דעם לשון „עיני ה' אלקיך בה",

אַז „עינים הם כינוים להמשכת והארת

אור החכמה" — וואָס שמן איז פאַר־

בונדן מיט חכמהלו, ווי חז"ל זאָגןלז

„מתוך שרגילין בשמן זית חכמה מצוי'

בהן"].

ויש לומר, אַז אויך אין דעם נאָמען

„תקוע" איז מרומז די מעלה פון דעם

„שמן": „תקוע" איז מלשון „ויתקע

מחשבתו בחוזק"לח. ובעניננו — דער

„יתקע מחשבתו בחוזק" אין דעם אור

אלקי וואָס ווערט נתגלה אין א"י, באופן

אַז מ'ווערט נתאחד מיט דער אור

וקדושה און דעריבער איז דער גילוי

האור פועל פעולתו, צו אויפטאָן ענין

הביטול בשלימותו.

משא"כ עבר הירדן, וויבאַלד דאָרט

איז ניטאָ דער גילוי אור הקדושה מל־

מעלה, וואָס זאָל פועל זיין דעם ענין פון

ביטול (אמיתי) במציאות, דערפאַר קען

דער שמן פון „רגב בעבר הירדן" ניט

זיין קיין „שני' לה" (זיין בערך צום שמן

וביטול פון ארץ ישראל) — ס'איז ניט

אין דעם גדר פון שמן.

ו. אבא שאול אָבער האַלט, אַז דער

שמן פון רגב קען יע זיין אַ „שני' לה" —

ווייל אע"פ אַז די קדושה פון עבר הירדן קומט ניט צו קדושת ארץ ישראל עצמה (און דערפאַר איז עס ניט קיין „אלפא לשמן"), איז עס אָבער אויך אַ קדושה וואָס איז העכער פון נבראים און קען דערפאַר פועל זיין אַ ביטול במציאותלט, וואָס איז בערך צום ביטול מכל וכל פון א"י (באופן אַז ער איז „שני' לה").

וואָרום אויך אין עבר הירדן איז נמשך געוואָרן דער גילוי אור מלמעלה: די קדושה פון עבר הירדן האָט זיך אויפגעטאָןמ ניט דורך די בני גד ובני ראובן, נאָר דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט מסכים געווען און קובע געווען אַז עס זאָל ווערן זייער נחלה, וואָס דערמיט האָט ער דאָרט אַריינגעגעבן אַ קדושה מיוחדת (און די בני גד ובני ראובן האָבן דורך זייער בקשה גורם געוועןמא צו דער המשכת הקדושה).

[ע"ד ווי דער באַדייט פון „נטלו מעצמם" אין פשטות — איז ניט דער פשט אַז זיי האָבן עס בפועל ממש פון זיך אַליין גענומען; דאָס מיינט, אַז זיי האָבן דאָס „גענומען" דורך זייער בקשה, אָבער די נתינה לפועל איז געווען אָפּהענגיק אין תשובתו של משה און דעם אויבערשטנס רצוןמב].

און דאָס איז דער חילוק צווישן עבר הירדן און חוץ לארץ: אויך אין חו"ל האָט אַ איד בכח צו אויפטאָן און דאַרף אויפטאָן אַז אלקות זאָל דאָרט מאיר זיין בגלוי, וכפתגם רבותינו נשיאינומג „מאַך24דאָ (אין חו"ל) ארץ ישראל". וויבאַלד אָבער אַז דער גילוי ווערט אויפגעטאָן דורך דעם אדם (בלשון הנ"ל: מאָך דאָ א"י), איז עס אַזאַ מדריגה וואָס איז ניט העכער דערפון וואָס אַ נברא מוגבל קען ממשיך זיין.

משא"כ די דרגת הקדושה פון עבר הירדן קען ניט אַ איד ממשיך זיין און אויפטאָן בו אַליין — זיי קענען נאָר בעטן און גורם זיין אַז דאָס זאָל נמשך ווערן מלמעלה.

און וויבאַלד די קדושה פון עבר הירדן איז העכער פון קענען נמשך ווערן דורך נבראים, דעריבער קען זי אין זיי אויפטאָן אַ ביטול במציאות; נאָר אַזוי ווי דאָס איז אַ מדריגה וואָס האָט עכ"פ אַ שייכות צו נבראים — וואָס דערפאַר קענען זיי דאָס בעטן און אַרויסרופן (עכ"פ בדרך גרם) — דעריבער איז עס ניט בדומה צו דעם ביטול במציאות וואָס קען זיך אויפטאָן אין אָרץ ישראל עצמה. ומהאי טעמא איז דער שמן פון „רגב בעבר הירדן" בלויז „שני' לה".

ז. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות צווישן די צוויי ענינים הנ"ל (סעיף א) בנוגע צו „חבל ארגב" — ווייל די מעלה מיוחדת פון (דעם „שמן" וביטול פון) „רגב", איז מרומז אין דעם פירוש פון „ארגב" — מלשון „פלטין", „היכל מלך":

בשעת אידן זיינען כובש אַ לאַנד, איז עס ניט נאָר אַ כיבוש בגשמיות, אַז די בעלות פון לאַנד גייט אריבער צו אידן, נאָר דאָס איז (ובעיקר) אַ כיבוש ברוחניות — הארץ וכל עניני' גייען איבער לרשות (גוי קדוש) הקדושה.

ועד"ז איז עס בנוגע צו „ארגב" — לשון „פלטין": בשעת מ'האָט כובש געווען „חבל ארגב", איז דאָס נתהפך געוואָרן פון אַ „היכל מלך" בשר ודם, פון די אומות העולם (עוג מלך הבשן), צו אַ „היכל מלך" פון דעם אמת'ן מלך, מלכו של עולם.

און דערפאַר איז „ארגב" — וואָס איז געוואָרן אַ „פלטין של מלך" פון מלכו של עולם — אַ מעין פון כללות ארץ ישראל, וואָס איז „פלטין של מלך".

און מצד דעם איז אויך דער שמן וביטול פון דעם אָרט מעין (שני' לה) פון דעם ביטול וואָס איז פאַראַן אין ארץ ישראל.

ח. ויש לומר, אַז דאָס וואָס אבא שאול זאָגט בנוגע דעם שמן פון „רגב בעבר הירדן" (אַז עס איז „שני' לה") איז אַ לשיטתי', עולה בקנה אחד מיט נאָך אן ענין וואָס אבא שאול זאָגט בנוגע שמן שבמקדש:

די משנה זאָגט אין מס' מדותמד, אַז עס זיינען געווען פיר לשכות אין די פיר מקצועות פון עזרת נשים. בנוגע דער לשכה שבמערבית דרומית ווערט געבראַכט אין דער משנה, אַז רבי אליעזר בן יעקב האָט געזאָגט „שכחתי מה היתה משמשת". האָט אבא שאול געזאָגט: „שם היו נותנים יין ושמן, היא היתה נקראת לשכת בית שמני'".

פאַרוואָס האָט ראב"י פאַרגעסן דוקא וועגן דער לשכה שבעזרת נשים? איז דער טאַטע מבארמה (אין אותיות פון קבלה) אַז אָט־די לשכה מצ"ע איז פאַרבונדן מיט אַ מדריגה (בחי' יסוד ז"א) אין וועלכער ס'איז שייך דער ענין השכחה, אָבער דורך דעם וואָס „שם היו נותנין25יין ושמן" — און נאָך מער: די לשכה „נקראת ע"ש שמן ולא ע"ש יין ג"כ" — האָט עס באַוואָרנט „שבל ישכחו מה היתה משמשת . . כי שמן זית מחזירמו הזכרון".

און דוקא אבא שאול האָט עס דערמאָנט, ווייל די בחינה פון אבא שאול (יסוד אבא שביסוד ז"אמז) איז פאַרבונדן מיטן ענין הזכרון (וואָרום „זכרוןמח הוא מבחי' חכמה יסוד אבא").

איז לכאורה ניט גלאַטיק (בפנימיות הענינים): וויבאַלד דער אויפטו דאָ איז דער ענין השמן, וואָס ער (דוקא) איז „מחזיר הזכרון" — פאַרוואָס איז אין דער לשכה געווען אויך יין, ויתירה מזה — אבא שאול דערמאָנט בפירוש יין, ויתירה מזה — ער איז מקדים יין לשמן („שם היו נותנין יין ושמן") — ובפרט אַז יין איז ענינו היפך הזכרון (ווי דער טאַטע איז מבארמט) „מיין אדרבה נמשך שכחה"?

ט. איז דער ביאור בזה, אַז אדרבה — היא הנותנת:

דער אויפטו דאָ איז, אַז די המשכה פון „זכרון" איז אין דעם אָרט וואו מצ"ע איז דאָרט שייך און נאָך מער — ממשיך שכחה.

און דערפאַר איז ער מקדים „שם היו נותנין יין", הדגשה אַז די לשכה מצ"ע איז שייך, אַן אָרט פון ייןנ פון וועלכן ס'איז „נמשך שכחה"; נאָר דורך דעם וואָס מ'איז דאָרט נותן אויך שמן, ביז אין אַן אופן אַז דאָס ווערט דער עיקר (— די לשכה „נקראת ע"ש שמן" דוקא), ווערט נמשך דער ענין הזכרון, און עס ווערט באַוואָרנט „שבל ישכחו מה היתה משמשת".

[און דאָס איז אויך מתאים מיט דעם ביאור הנ"ל (פון טאַטן) אַז מדריגת אבא שאול איז „יסוד אבא שביסוד ז"א": אין „יסוד ז"א" מצ"ע איז שייך כביכול שכחה*50, אָבער דורך דער המשכה פון „יסוד אבא" ב"יסוד ז"א" ווערט אויפגעטאָן זכרון אויך אין „יסוד ז"א"].

ועפ"ז יש להסביר אַז אבא שאול איז אזיל לשיטתי' אין דעם דין פון „שני' לה רגב שבעבר הירדן"נא: אויך אין דעם דין איז דער אויפטו על דרך זה, אַז אויך אין דעם אָרט (עבר הירדן) וואו דער ביטול איז באופן אַז עס איז ביטול היש עס בלייבט אָבער „מציאות" האדם, ווערט נמשך דער ביטול פון „שמן", כנ"ל

— בדוגמת ענין הנ"ל בנוגע צו לשכת בית השמנים, אַז אין דעם אָרט וואו „נותנין יין", וואָס מצ"ע איז דאָרט שייך שכחה (דערפאַר וואָס דאָס איז אַ מדריגה וואָס איז שייך צו נבראים („מציאות") וועלכע זיינען בעלי שינוינב), ווערט דאָרט נמשך דער ענין הזכרון (וואָס קומט פון חכמה וביטול).

יו"ד. די הוראה מכל זה אין עבודת כל אחד ואחד:

עס איז ידוע אַז תורה ווערט אָנגע־26רופן סיי יין און סיי שמןנט. דער חילוק בכלל צווישן זיי אין עבודת האדם איז54): „יין", וואָס ברענגט צו שמחה, איז מרמז אויף לימוד התורה מיט אַ קאָך און אורייתא קא מרתחא לי'55); „שמן" (חשאי56)) ווייזט אויף דעם ביטול וואָס פאָדערט זיך פאַר און ביי לימוד התורה, כמארז"ל57) אַז עס דאַרף זיין „ברכו בתורה תחלה".

קען מען מיינען, אַז דאָס זיינען צוויי הפכית'דיקע ענינים: „יין" איז אַן ענין פון „מציאות" (קאָך), און „שמן" איז ענינו ביטול; און דערפאַר, אע"פ אַז עס פאָדערן זיך ביידע תנועות, קענען זיי אָבער ניט זיין צוזאַמען אין דערזעלבער צייט, נאָר יעדערער אין אַ באַזונדער צייט: קודם הלימוד דאַרף זיין דער „ברכו בתורה" בכדי צו האַלטן ביי „ונפשי כעפר לכל תהי'"; און דערנאָך, בשעת הלימוד גופא, וואָס דאַרף זיין מיט הבנה והשגה, דערהערט זיך בלויז דער קאָך און געשמאַק — דער „יין" פון תורה58).

לערנט אבא שאול אַז מען דאַרף אַריינגעבן „שמן" אין דער זעלבער „לשכה" וואו ס'איז דאָ דער „יין". און נאָך מער: דער יין דאַרף ווערן אַ טפל צום שמן, ביז אַז די לשכה ווערט אָנגערופן ע"ש השמן דוקא. עס מוז טאַקע זיין דער „יין" — דער קאָך אין הבנת והשגת התורה, אָבער מען דאַרף שטענדיק געדענקען אַז אויך דער קאָך אין

53) ראה שה"ש רבה עה"פ (א, ב) טובים דודיך מיין (ובהנסמן שם).

54) ראה לקו"ת שה"ש ב, ד. ג, ב־ג. אמרי בינה ש' הק"ש פנ"ד ואילך. ועוד. וראה ס' הלקוטים (דמאמרי הצ"צ) ערך יין סעיף ח.

55) תענית ד, רע"א

56) נסמן לעיל הערה 23.

57) נדרים פא, א. ב"ם פה, ריש ע"ב.

58) להעיר מתניא ספמ"א. לימוד התורה דאַרף זיין דורכגענומען מיטן ביטול צום נותן התורהנט.

און דערביי באַוואָרנט די משנה וואָס קען אַרויסקומען לולא זה — „שכחתי מה היתה משמשת", וואָס י"ל הדיוק בזה: ראב"י האָט געוואוסט אַז עס איז דאָ די לשכה, אַ מקום מוקדש נאָר צו עניני בית הקדוש ב"ה ורצונו, אָבער „מה היתה משמשת" איז — למאי נפק"מ, ובלשון הידועס „אלו נצטוה לחטוב עצים" איז דאָס אין דער זעלבער לשכהסא, ונוגע רק שתהי' עבודה (קבלת עול, אהבת השם, יראת השם) בכלל אָן דעם דיוק פון אַראָפּנעמען דאָס אין פרטיםסב וכו',

און אַ זאַך וואָס אין בה נפק"מ — פאַרגעסט מען —

עד"ז אין לימוד התורה: לערנען תורה און אַ סך בכמות ובאיכות — דאָס איז ענינו און זיין חוש, אָבער „מה הייתה משמשת", לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא ניט דאָס איז שורש נשמתוסג,

ביז אַז עס קען נשתלשל ווערן למטה מטה (באופן פון נפילה) — זיין חריף אָבער אָן ומסיקסד כלל,

27זאָגט אבא שאול און דערמאָנט, אַז מען דאַרף אַראַָפּבריינגען דעם לימוד אין מעשה פרטי בפועל, ובכללות — לימוד המביא לידי מעשה.

בשעת מ'האָט בלויז דעם „יין" שבתורה, קען זיין אַז מען זאָל ניט וועלן אָפּטרעטן פון דעם געשמאַק פון הבנה והשגה בתורה אויף צו פאַרנעמען זיך מיט ענינים פון מעשה (וואָס איז אָפט פאַרבונדן מיט כפי' — מעשה מלשוןסה מעשין על הצדקהסו);

ווען דער לימוד התורה איז דורכגענומען מיט ביטול, און דער עיקר ותכלית פון זיין לערנען איז כדי ער זאָל וויסן ווי צו מכוון זיין צום רצון העליוןסז, דוקא דעמאָלס איז גדול לימוד (כולל הפירוש — גדלות הלמוד), דער לימוד איז אין אַן אופן פון „מביא לידי מעשה", ביז צו פאַרנעמען זיך דוקא אַליין מיט ענינים של מעשה, ווי די גמראסח דערציילט בארוכה אויף ר' חייא — דוקא געטאָן בגופו ממש,

ומסיים: כמה גדולים מעשי חייא.

(משיחות ש"פ דברים תשמ"ב, תשל"ו)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-8797eqnm

עותקים

פעילות אחרונה

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · אושרה
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · נסגרה

מקורות