לקוטי שיחות
הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה א
601מכתבים כלליים לראש השנה
שנת הקהל,
ברוקלין, נ.י.
אל כל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
דער חודש אלול איז, ווי באַוואוסט, דער חודש פון חשבון הנפש פון דעם יאָר וואָס גייט אַוועק, כדי צו מתקן און משלים זיין וואָס מ'דאַרף און צו פאַרזיכערן, אַז דער נייער יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, וועט זיין (נאָך) אַ בעסערער, פיל בעסער, אין אַלע ענינים פון טא־טגלעכן תורה־לעבן, סיי בנוגע זיך אַליין און די נאָענטע אַרום, און אויך בנוגע די גאַנצע סביבה.
פאַרשטייט זיך, אַז דער חשבון דאַרף זיין אַ חשבון־צדק — ניט מער און ניט ווייניגער, כדי דער תיקון זאָל זיין בשלימות און אויך די הוספה וואָס דאַרף צוקומען אין דעם נייעם יאָר, אין איינקלאַנג מיט דעם אָנזאָג מעלין בקודש, זאָל אויך זיין בשלימות. און אַזוי אויך בנוגע מצוות און זייער קיום, וואָס אין דעם איז דאָך דער חשבון, איז מען אָנגעזאָגט געוואָרן לא תוסף עליו ולא תגרע ממנו — ניט צוגעבן און ניט אַראָפּנעמען.
לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: בשלמא אויב ער וועט איבערשאַצן זיינע אויפטואונגען אין דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, וועט ער ניט דערגענצן וואָס ער האָט ניט דערטאָן און ניט תשובה טאָן אויף דעם חסרון (און אַ צוגאָב צו דעם אַלעם —602אַ געפיל פון גאוה דורך זיין איבערשאַצונג); אָבער וואָס איז דער חסרון אויב ער וועט אונטערשאַצן די אויפטואונגען, וויבאַלד אַז דאָס וועט ברענגען צו תוסף עליו — טאָן מער מעשים טובים, און די הוספה און דער מעלין בקודש — וועט במילא אויך זיין אַ גרעסערע?
נאָכמער ניט פאַרשטאַנדיק איז עס בנוגע צו מצוות — פאַרוואָס עס דאַרף זיין לא תוסף עליו, ווי אויבנדערמאָנט. ובפרט אַז דאָס איז אין סתירה לכאורה צו דעם וואָס תורה פאָדערט בכל מאדך — מיט אַלע פירושים אין דעם, אויך דער פירוש אַז עס דאַרף זיין אין אַן אופן פון מאד — אָן מדידות און הגבלות.
איינע פון די ערקלערונגען אין דעם: אויב אַ מענטש וועט זיך פאַרלאַזן אויף זיינע אייגענע געפילן און רצונות, קען ער לייכט אַ טעות האָבן און טאָן דעם היפך פון דעם וואָס ער דאַרף טאָן; — ניט נאָר בנוגע זיך אַליין, וואָס אדם קרוב אצל עצמו און קען ניט זיין אינגאַנצן אָביעקטיוו, נאָר אויך בנוגע צו אַ צווייטן. וואָרום דער חשבון־צדק וואָס ער דאַרף מאַכן און דער קיום המצוות זיינען דאָך כולל, מוזן כולל זיין, דעם כלל גדול בתורה, ואהבת לרעך כמוך; אויך אין דעם דאַרף דער חשבון זיין אַ חשבון־צדק, לא תוסף ולא תגרע, און אַזוי אויך בנוגע דעם מקיים זיין דעם כלל גדול בתורה.
עס דאַרף זיין ואהבת לרעך כמוך — וואָס אהבת עצמו איז דאָך ניט אַ תלוי' בדבר (ווייל ער געפינט אין זיך ספּעציעלע מעלות א.ז.וו.), נאָר ווייל עס רעדט זיך וועגן זיך אַליין — אַזוי דאַרף זיין בנוגע צו רעך, ווי ערקלערט אין מערערע ערטער בארוכה,
צוזאַמען דערמיט קומט אָבער אויך דער אָנזאָג לא תוסף אין ואהבת לרעך כמוך: עס קען זיין, אַז מצד דער אהבה, און אהבה מקלקלת השורה, וועט ער העלפן אַ צווייטן טאָן אַן עבירה ח"ו, בפרט אַן עבירה קלה וכו'.
אָדער ווען עס וועט קומען צו הוכח תוכיח את עמיתך, בפרט בנוגע „קטנים" אין ידיעה פון אמת'ער אידישקייט, אָדער קטנים אין יאָרן, קען זיין אַז מצד דעם603וואָס ער וועט מוסיף זיין אין ואהבת לרעך, אהבה שלא במקומה, וועט ער אים ניט מוכיח זיין, ואפילו ניט בצנעא (אונטער פיר אויגן).
זאָגט מען אָן: לא תוסף עליו, און עס מוז זיין הוכיח תוכיח.
ועד"ז אין צווייטן קצה: ער קען דאָך אָנהויבן דעם תוכיח מיט אַ שטורעם, ברבים ובבזיונות א.ז.וו. — זאָגט מען אָן לא תגרע ממנו פון ואהבת לרעך —
פריער דאַרף זיין „בינו לבין עצמו בנחת ובלשון רכה" (נאָר צווישן זיך, רואיקערהייט און מיט אַ ווייכער שפּראָך) און ערשט דערנאָך „אם לא חזר בו צריך להוכיחו ברבים" וכו' (אויב ער האָט ניט חרטה געהאַט דאַרף מען אים מוכיח זיין ברבים).
אין יעדן ענין דאַרף מען דאָך אַרויסברענגען דעם המעשה, וואָס המעשה הוא העיקר, און אין טאג־טעגלעכן לעבן, איז איצט די העכסטע צייט, בפרט אין די טעג פון ח"י אלול ביז ראש השנה הבע"ל, יום לחודש, צו מאַכן אַ חשבון־צדק אין אַלע ענינים פון דער אָ־טעגלעכער הנהגה, וואָס פון אַ אידן ווערט דאָך געפאָדערט כל מעשיך לשם שמים און בכל דרכיך דעהו, און הקב"ה עוזרו, השם העלפט אין דעם.
און ספּעציעל ביתר שאת וביתר עז אין דעם ענין פון אהבת ישראל, ביז אַז דאָס זאָל זיין אין אַן אופן פון ואהבת לרעך כמוך — כפשוטו, אַן אהבה צו יעדן איינצלנעם אידן, און ניט נאָר צו כלל ישראל; אַריינצוטאָן זיך אין דעם מצב פון יעדן אידן, און אין זייערע באַדערפענישן, גשמיות'דיקע ועאכו"כ רוחניות'דיקע, און העלפן זיי במעשה בפועל.
און דערביי זיין אָפּגעהיט אין די אויבנדערמאָנטע עיקר'דיקע נקודות, סיי אין קו פון ימין מקרבת און סיי אין קו פון שמאל דוחה, אַז עס זאָל זיין אין פולן איינקלאַנג מיט תורת חיים, הוראה בחיים, און תורת אמת (ובפרט אין שולחן ערוך חלק אורח חיים און שו"ע חלק חושן משפט).
604און ווירקן און איינווירקן אויף יעדן וועמען ער קען דערגרייכן און משפיע זיין אויף אים (ואפילו במקום ספק — דאַרף ער עס טאָן, וואָרום עס איז דאָך אַ ספק אין אַ כלל גדול בתורה, במצוות עשה מן התורה), אַז אויך זיי זאָלן טאָן אַזוי — און אַלע זאָלן טאָן אין אַן אופן פון מעלין בקודש.
ויהי רצון — לויט דעם פירוש פון רבותינו זכרונם לברכה, אַז ואהבת לרעך כמוך איז כולל און מרמז אויף אהבת ישראל צום אויבערשטן, וועלכער ווערט אָנגערופן „רעך ורע אביך", און דורכדעם איז מען מעורר און מ'פאַרשטאַרקט נאָכמער אהבת השם צו אידן, וואָס ווערן אָנגערופן „אחים ורעים", כביכול, צום אויבערשטן,
אַז דאָס אויבנגעזאָגטע — אהבת השם לישראל — זאָל און וועט אַראָפּקומען בפועל אין אַלעם וואָס יעדער איינער און איינע נויטיגן זיך, בבני חיי ומזונא רויחא,
און עס וועט מקוים ווערן בקרוב ממש די תפלה: השם אלקים צבאות השיבנו האר פניך ונושעה,
און יעדער איינער און איינע בתוך כלל ישראל, זאָל און וועט געבענטשט ווערן מיט אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד.