נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
229האזינו
— שבת (ת)שובה —
א.שירת האזינוא איז פון די שירות וואָס די לויים פלעגן זאָגן אין בית המקדש אַלס שירה על הקרבןב, וז"ל הרמב"ם (אין הל' תמידין ומוספיןג): „במוספי שבת אומרים שירת האזינו וחולקין אותה לששה פרקים הזי"ו ל"ך כדרך שקוראין אותה ששה בבית הכנסת".
דאַרף מען פאַרשטיין:
שירת האזינו איז דאָך תוכנה — דברי תוכחה, ביז אַז דאָס בריינגט זיך אויך להלכה (אַלס אַ חידוש) ווי דער רמב"ם זאָגט אין הל' תפלהד: כל העולה לקרות בתורה פותח בדבר טוב ומסיים בדבר טוב, אבל פרשת האזינו קורא הראשון עד זכור ימות עולם כו', און ער רעכנט אויס בפרטיות וועלכן חלק מ'לייענט פאַר שני שלישי רביעי חמישי וששי, און איז מסיים: ולמה פוסקין בה בענינות אלו מפני שהן תוכחה כדי שיחזרו העם בתשובה.
ב. דאָס וואָס די תורה רופט אָן „האזינו" מיטן נאָמען „השירה הזאת"ה, איז מבאר דער רמב"ןו: „ויקראוה שירה כי ישראל יאמרוה תמיד בשיר ובזמרה, וכן נכתבה כשירה, כי השירים יכתבו בהם הפסק במקומות הנעימה"ז.
ס'איז אָבער מובן, אַז ס'איז שווער צו זאָגן אַז (נאָר) צוליב אָט די טעמים איז האזינו נקבע געוואָרן אַלס שירת הלויים (במוספי שבת), ווי מ'זעט עס פון די אַנדערע פסוקים, וועלכע מ'האָט קובע געווען אַלס שירהח על הקרבנותט (כאָטש אַז רובם זיינען ניט געשריבן230באופן של שירהז נאָר) דערפאַר וואָס זייער תוכן איז שירה צום אויבערשטן — אָנהויבנדיק פונעם שיר שהיו הלויים אומרים ביום הראשון „לה' הארץ ומלואהי (על שם שקנה והקנה ושליט בעולמויא)", ביז צום שיר ביום השבת „מזמור שיר ליום השבת"יב („ליום שכולו שבת" אָדער „ע"ש ששבת"יג), ועד"ז דער שיר „במנחתא דשבתאט כו' אז ישיר ומי כמוכה" וכו'.
און אויך בנוגע צום לשון „השירה הזאת" (אין תורה) טייטשט דאָך דער תרגוםיד אַז דאָס איז „תושבחתא", ביז אַז דאָס ווערט גערעכנטטו אַלס איינע פון די עשר שירות וואָס „אתאמרו בעלמא הדין", וואָס די אַנדערע שירות זיינען אַלע אויף טובות וחסדים גלויים פון אויבערשטן; אָנהויבנדיק פון „מזמור שיר ליום השבת" וואָס אדה"ר האָט געזאָגט ווען „אתא יומא דשבתא ואגין עלוי", ביז צו דער צענטער שירה וואָס מ'וועט זאָגן בקרוב ממש אַרויסגייענדיק פון גלות.
וויבאַלד אָבער מ'האָט ניט קובע געווען צו זאָגן גאַנץ שירת האזינו באַם קרבן מוסף פון יעדן שבת, נאָר יעדער חלק (פרק) אין אַן אַנדער שבת, „ששה פרקים כו' פרק בכל שבת", איז ניט מובן:
בשלמא ביי די ערשטע פרקים פון דער שירה מיט זייער תוכן פון דעם אויבערשטנס טובות און חסדים צו אידן, און אַזוי אויך די לעצטע פרקים, וואו דער אויבערשטער איז מבטיח אַז ער וועט זיי ניט מכלה זיין און אַז סו"ס וועלן זיי זוכה זיין צו דער גאולה — איז מובן דער ענין ה"שירה" שבהם; אָבער די חלקים שבינתיים, וואָס רעדן וועגן דער ירידה גדולה פון אידן און די עניני עונש וכו'יז — ווי קען מען די פרקים בפני עצמםיח אָננעמען אַלס שירה אין זייער באַשטימטן שבתיט?!
ד. בנוגע דער חלוקה לויט די סימנים פון „הזי"ו ל"ך" זיינען פאַראַן כמה דעותכ. ומהם:
לפי פירוש רש"יכא האָט מען דעם פערטן שבת געזאָגט (סי' ו' פון „הזי"ו")231פון „וירא ה' וינאץ וגו'"כב ביז (סי' ל' פון „ל"ך") „לולי כעס אויב"כג; וואָס דער פרק רעדט בלויז וועגן דעם עונש וכו' פון אידןכד; און כעין זה איז אויך דער פינפטער פרק לויט פירש"י — פון (ל') „לולי כעס אויב וגו'" ביז (כ') „כי ידין ה' עמו"כה — וואָס ביז דאָרטן „העיד עליהם משה דברי תוכחה להיות השירה הזאת לעד כשתבוא עליהם הפורענות כו'"כו.
לויטן סדר החלוקה פון רמב"םכז, איז „הרביעי מן וירא ה' וינאץ עד לו חכמו"כח, וואָס איז כולל דעם פסוק „לולי כעס אויב אגור" — די סיבה אויף שלילת הכלי', „והחמישי מן לו חכמו עד כי אשא אל שמים ידי"כט, וואָס אין דעם זיינען איינגעשלאָסן די פסוקים „כי ידין גו' ועל עבדיו יתנחם" ביז „כי אשא אל שמים ידי", וועלכע זיינען שוין בכלל „דברי תנחומין"ל און ישועת ה' —
קומט אויס, אַז לויט חלוקת הרמב"ם איז ניטאָ קיין פרק (פון די ו' פרקים) וואָס זאָל אַנטהאַלטן בלויז דברי פורעניות, ווייל אויך די צוויי מיטלסטע פרקים האָבן אין זיך פון דברי תנחומים.
אעפ"כ איז מובן, אַז אויך לדעת הרמב"ם איז עס ניט מספיק אַז מ'זאָל דעם תוכן פון די צוויי פרקים אָנרופן שירה לה' — אפילו ניט דעם פרק חמישי, וויבאַלד אַז דער גרעסטער טייל פון די פסוקים בהפרקלא זיינען דברי תוכחה, פון „לו חכמו גו'" און ווייטער, און אַוודאי ניט דעם פרק רביעי וואָס כולו „דברי תוכחה", וואָרום „לולי כעס אויב גו'" איז דאָך באמת אַ „תוכחה" כמובן (— אַז בלויז צוליב „כעס אויב" האָט דער אויבערשטער ניט אויסגעפירט דעם „אשביתה מאנוש זכרם"לב, רחמנא ליצלן)לג.
232ה. וי"ל אַז דער רמב"ם אַליין באַוואָרנט דאָס בדיוק לשונו:
דער לשון הגמרא בענין זה איז „במוספי דשבתא מה היו אומרים אמר רב חנן כו' אמר רב הזי"ו ל"ך, ואמר רב חנן כו' אמר רב כדרך שחלוקין כאן כך חלוקין בבית הכנסת". אין רמב"ם איז אָבער דער לשון „במוספי שבת אומרים שירת האזינו וחולקין אותה לששה פרקים הזי"ו ל"ך כדרך שקוראין אותה ששה בבית הכנסת ואומרין פרק בכל שבת. גמרו השירה בששה שבתות חוזרין לראש".
א) דער רמב"ם איז משנה —
(א) דעם סדר הענינים: אין גמרא „כדרך שחלוקים כאן כך חלוקים בבית הכנסת", אַז די חלוקה „בבית הכנסת" איז „כדרך" ווי די חלוקה „כאן"; און דער רמב"ם זאָגט פאַרקערט, אַז די חלוקה דאָ איז „כדרך שקוראין אותה בבית הכנסת".
(ב) דעם לשון פון גמרא „שחלוקים" — וברמב"ם „שקוראים (אותה ששה בבית הכנסת)".
ב) ער איז מוסיף —
(א) בתחלת לשונו (במוספי שבת) „אומרים שירת האזינו כו' הזי"ו ל"ך", משא"כ אין גמרא שטייט בלויז „הזי"ו ל"ר":
(ב) בסיום לשונו — „גמרו השירה בששה שבתות חוזרין לראש".
וי"ל אַז דער רמב"ם איז מבאר בכהנ"ל דעם גדר פון שירת האזינו במוספי שבת:
די שירת הפרק בכל שבת איז ניט אַ שירה בפ"ע, אַ באַזונדער שירה פרק ביי דעם מוסף פרטי, נאָר אין יעדערן פון די „במוספי שבת אומרים שירת האזינו", יעדער פרק איז „שירת האזינו", אַלע פרקים זיינען איין „חפצא" — שירת האזינו.
נאָר דער דין שירה במוספי שבת אויפן „גברא" (די לוים) איז איין פרק.
און דעריבער איז דער רמב"ם דאָ מוסיף (ומדגיש) „וחולקים אותה לששה פרקים הזי"ו ל"ך כדרך שקוראין אותה ששה בבית הכנסת", דערמיט איז ער233מדגיש ניט (אַזוי) דעם מקום החלוקה נאָר (בעיקר) אַז דאָס איז איין ציווי קריאה: פּונקט ווי אין ביהכנ"ס איז „קוראין אותה ששה", אַז מ'לייענט די זעקס פרקים אַלס איין קריאהלו, עד"ז איז די אמירה במוספי שבת בבית המקדש איין אמירת שירהלז — שירת האזינו, ס'איז נאָר וואָס „אומרים פרק בכל שבת"לח.
און דעריבער: ווען הייסט עס אַז מ'האָט מקיים געווען אמירת השירה במוספי שבת — ווען „גמרו השירה בששה שבתות".
און וויבאַלד אַז דער דין שירה מיינט דאָ ניט דעם זאָגן „בכל שבת" אַ באַזונדער פרק פון „הזי"ו ל"ך", אַלס אַ באַזונדער זאַך (וואָס דעמולט וואָלט געקענט זיין אַ קס"ד, אַז מ'קען זאָגן וועלכן פרק עס זאָל זיין, אָדער עכ"פ לאו דוקא חוזרין לראשלט), נאָר „אומרים שירת האזינו" כולה אַלס איין חטיבה, דערפאַר, פירט אויס דער רמב"ם, אַז „גמרו השירה בששה שבתות חוזרין לראש" (דוקא).
ו. די נקודה פון גאַנץ פ' האזינו אַלס איין שירה איז מובנת:
אַלע פרטי השירה, אויך די דברי תוכחה שבה (וואו עס רעדט זיך וועגן די חטאים ועונשים), זיינען מבאר און ברענגען אַרויס ניט נאָר אַז „הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט א־ל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא"מ וואָס ווערט געזאָגט בתחלת השירה [וואָס דאָס רופט נאָך ניט אַרויס אַ שמחה גלוי' בשירה והודי'], נאָרמא אַז אַלע מאורעות פון אידן, אפילו די וואָס זעען אויס ווי היפך הטוב, טוט זיי דער אויבערשטער צוליב איין תכלית — די גאולה האמיתית והשלימה באחרית הימים. ד. ה., די אַלע ענינים זיינען שלבים אין סדר העליות וואָס ברענגען די שלימות הטוב פאַר אידן, וואָס דורך דעם ווערט נתגלה לעת"ל מלכותו של הקב"ה בשלימות.
ז. לכאורה פאָדערט זיך נאָך ביאור: וואָס איז די שייכות און דער טעם וואָס די חלוקה לששה שבתות טוט אויף דעם ענין השירה?
ויש לומר (ע"פ פנימיות הענינים) אַז די שירה ב(מוספי) שבת איז בהתאם צו דער שירה בששת ימי השבועמב.
די הסברה בזה:
די מזמורי השירה אין די ששת ימי השבוע — יום ראשון לה' הארץ ומלואה בשני גדול ה' ומהולל מאד וכו' — ריידן וועגן ענינים און פעולות וועלכע ברענגען אַרויס, זיינען מגלה אלקות אין דער234בריאה (בעולמו)מג; בשבת אָבער, ווען „שבת מכל מלאכתו", אלקות איז העכער פון מלאכתו — פון דער בריאה, איז גילוי אלקות דעמאָלט פאַרבונדן מיט תורה וישראל ווי זיי זיינען העכער פאַר דער בריאה.
וכשם ווי אין דער שירה צום אויבערשטן בנוגע עניני הבריאה זיינען דאָ זעקס מזמורים בששת ימי השבוע, עד"ז ובעין זהמד זיינען דאָ די זעקס פרקים אין די עניני התגלות פון אויבערשטן ביחס צו אידן און זייער שייכות צו תורה (וואָס דאָס איז כל תוכן השירה, ובלשון הכתוב „למען תהי' לי השירה הזאת לעד בבני ישראל", „וענתה השירה הזאת לפניו לעד כי לא תשכח מפי זרעו גו'"):
„ביוםמה הראשון היו אומרין לה' הארץ ומלואה"מו — „שקנה והקנה ושליט בעולמו"מז, וואָס דער תוכן איז אַז די וועלט איז דעם אויבערשטנ'ס „קנין" און ער איז דער שליט וכו' — אַזוי אין דעם ערשטן פרק פון האזינו וואָס רעדט עד"ז בנוגע צו ישראל ותורה („יערוף כמטר לקחי", „שאני אומר בפניכם תורה שנתתי לישראל שהיא חיים לעולם כו'"מח, און) ווי ס'איז מפורש בסיום הפרק „הוא אביך קנך הוא עשך ויכוננך"מט, ווי די מציאות פון אידן איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן.
„בשני היו אומרין גדול ה' ומהולל מאד בעיר אלקינו הר קדשו וגו'"נ — „שחילק מעשיו ומלך עליהם"נא, וואָס ווייזט אויף דער פעולה והתגלות פון אלקות אין דער בריאה; לנגד זה זאָגט מען בפרק שני פון שירת האזינו „בהנחל עליון גוים גו' יצב גבולות עמים למספר בני ישראל כי חלק ה' עמו גו'"נב — ווי אידן זיינען אויסגעטיילט פון אַלע אומות דערמיט וואָס „קבלו עליהם תורתו ומלכותו ועולו"נג, און אויך וועגן דעם ריבוי החסדים והטובות וואָס דער אויבערשטער האָט מיט אידן געטאָן, וואָס ברענגט נאָכמער אַרויס דעם „גדול ה' ומהולל מאד גו'".
„בשלישי היו אומרין אלקים נצב בעדת א־ל בקרב אלקים ישפוט"נד, וואָס ווייזט אויף אַן ענין פון גבורה והעלם
[וואָרום נוסף ע"ז וואָס שם אלקים בכלל איז אַ מגן ונרתק אויף שם הוי' כמ"שנה כי שמש ומגן ה' אלקים (וואָס235דערפאַר איז אלקים בגימטריא הטבענו, ער איז מסתיר אויף דעם אור פון שם הוי' שלמעלה מהטבע)נז, איז דאָס מודגש אין דעם פסוק, ווי די גמרא זאָגט אַז מ'זאָגט „אלקים נצב גו'" „ע"ש שגילה ארץ בחכמתו והכין תבל לעדתו", אַז ס'איז געווען דער גילוי — עלמא דאתגליא, פון דעם העלם וכיסוי שבעלמא דאתכסיא (וואָס נבראין שבעלמא דאתכסיא זיינען בטל במקורם בדוגמת דגים שבים)נח, ובמילא איז נתגלה געוואָרן בחי' „ארץ", ארציותנט]
בדוגמא לזה זאָגט מען בפרק שלישי (פון האזינו) די פסוקים ווי ביי אידן איז געווען דער העלם פון אלקות, ביז צום סיום „ותשכח אל מחוללך"ס.
„ברביעי היו אומרין א־ל נקמות ה' א־ל נקמות הופיע"סא, „שברא חמה ולבנה ועתיד ליפרע מעובדיהן"סב — בהתאם לזה זאָגט מען בפרק רביעי פון שירת האזינו די עונשים ופורעניות פון אידןסג.
„בחמישי היו אומרים הרנינו לאלקים עוזנו הריעו לאלקי יעקב"סד, זאָגט מען אין פרק חמישי די „דברי תנחומין שיבואו עליהם", וואָס דאָס ברענגט צו „הרנינו גו'".
„בששי היו אומרין ה' מלך גאות לבש לבש ה' עוז התאזר וגו'"סה, און לנגד זה זאָגט מען בפרק ששי וועגן דער גאולה באחרית הימים וואָס דעמולט וועט מלכותו של הקב"ה נתגלה ווערן מיטן גאַנצן תוקף ועוז.
ועפ"ז יש לומר, אַז „בא ללמד ונמצא למד": כשם ווי די ששה פרקים פון שירת האזינו שטעלן צוזאַמען איין (גאַנצע) שירה, כנ"ל — עד"ז זיינען די עניני שירה פון די ששת (שבעתסו) ימי השבוע (ימי המעשה) ניט (נאָר) באַזונדערע שירות (מזמורים), אַ שיר מיוחד פאַר יעדן טאָג, נאָר זיי אַלע שטעלן צוזאַמען איין (גאַנצע) שירהסז.
236לפי זה דאַרף אויסקומען בנוגע דעם שיר שביום הרביעי „א־ל נקמות ה'" — „שברא חמה ולבנה ועתיד ליפרע מעובדיהן" — אַז אויך דאָס איז ניט קיין שיר מיוחד אויף דעם וואָס „עתיד ליפרע מעובדיהן", נאָר אַז דאָס איז אַ חלק ופרט פון די שירות שבו' (ז') ימי השבוע, דהיינו דורכדעם ווערט נתגלה ביום הששי די מלוכה פון אויבערשטןסח — „ה' מלך גאות לבש".
ח. פ' האזינו לייענט מען בכו"כ שנים, ווי בשנה זו, בשבת (ת)שובה. עפ"ז י"ל, אַז אין פרשת האזינו איז מרומז ניט בלויז די עצם שייכות צו עשי"ת, וואָס „פוסקים בה בענינות אלו מפני שהן תוכחה כדי שיחזרו העם בתשובה"סט, נאָר אויך די עבודה ותשובה מיוחדת פון שבת תשובה (ועשי"ת בכלל).
דער חילוק צווישן דער תשובה שבכל ימות השבוע צו דער תשובה שביום השבת איז אין דעם, וואָס בימות החול איז די עבודה פון „תשובה תתאה", און ביום השבת („שב"ת אותיות תש"ב"ע) איז די עבודה פון „תשובה עילאה"ע.
און אע"פ אַז בכללות איז דאָס דער חילוק צווישן דער תשובה בעשי"ת און דער תשובה שבכל ימות השנה (אַז בכל ימות השנה איז בכללות די עבודה פון תשובה תתאה, און בעשי"ת איז דער עיקר ענין התשובה פון תשובה עילאה)עא, איז אָבער ידוע (ווי גערעדט כמ"פעב) אַז דער עיקר ושלימות העבודה פון תשובה עילאה בעשי"ת איז בשבת תשובה.
זי איז כולל „ענינות . . שהן תוכחה כדי שיחזרו העם בתשובה", אָבער לאידך גיסא ווערט זי אָנגערופן בשם „שירה", און די לויים זאָגן איר אַלס שיר על הקרבן (צוזאַמען מיטן ניגון בכלי שיר) — אַן ענין פון שמחה (וואָס דערפאַר איז „אין אומרים שירה אלא על היין שנאמר כו' המשמח אלקים ואנשים"עה). ביז אַז (לחד מ"דעו) לערנט מען אָפּ „עיקר השירה מן התורה" פון דעם פסוקעז „תחת אשר לא עבדת את ה"א בשמחה ובטוב לבב — איזו היא עבודה שבלב שבשמחה ובטוב לבב הוי אומר זה שירה".
ט. דער ביאור הנ"ל, אַז שירת האזינו איז ענינה תשובה עילאה, איז בהתאם מיטן תוכן פון פרשת האזינו כפשוטה:
237דער ציווי לכתוב „את השירה הזאת" כפשוטו איז געווען „למען תהי' לי השירה הזאת לעד" — אַן עדות אויף תורה ומצות, ד. ה. אַז די שירה טוט אויף ביי אידן דעם קיום וחיות אין גאַנץ תורה ומצוותעח,
און ווי ס'איז אויך מודגש אין דעם, וואָס אע"פ אַז פון דעם פסוק „ועתה כתבו לכם את השירה גו'" לערנען אַרויס חז"לעט אַז ס'איז דאָ אַ מ"ע על כל ישראל אויף צו שרייבן די גאַנצע תורה, אַ ספר תורה — פונדעסטוועגן דריקט דאָס אויס תורה מיטן לשון „השירה הזאת", וואָס בפשוטו של מקראפ גייט עס אויף שירת האזינו, ווייל די שירה איז די „עדות" וואָס גיט דעם קיום וחיות אין דער גאַנצער תורהפא.
[ויש לומר אַז דאָס איז אויך אָנגעדייטעט אין דעם וואָס גאַנץ שירת האזינו איז אויסגעשטעלט אין איין „פרשה", און אין איין קאַפּיטלפב — קאַפּיטל „לב"פג, וואָס איז מרמז אויף גאַנץ תורה; כידועפד אַז תורה הויבט זיך אָן מיט אַ בי"ת (בראשית) און ענדיקט זיך מיט אַ למ"ד („לעיני כל ישראל") — לב; זאת ועוד, אַז דער אויפטו פון דער שירה איז אויך בדוגמת ענין הלב כפשוטו, וואָס כשם ווי דער קיום וחיות פון גאַנצן גוף איז אָפּהענגיק אין לבפה, אַזוי איז גאַנץ תורה אָפּהענגיק אין (עדות) שירת האזינופו. דאָס איז דער „לב" פון דער גאַנצער תורהפז]פח.
238און דאָס איז דער תוכן הענין פון תשובה, ובפרט תשובה עילאהפט, וואָס מיינט ניט „תשובה גשמיות מעבירות"צ, נאָר אַ דרך אין עבודת ה', אַז זיין עבודה איז „להשיב את הנפש למקורה ושרשה ולדבקה בו"צ, וואָס תשובה גיט דעם קיום וחיות אין דער עבודה פון תורה ומצות, באופן אַז זיינע מעשים ווערן (דורך תשובה) „מעשים טובים ומאירים"צא.
און דורכדעם וואָס ישראל עושין תשובה איז מיד הן נגאליןצב, די גאולה הפרטית פון יעדן אידןצג, און יעדער איינער איז זוכה צו דער (שלימות) גמר חתימה טובה ביום הכיפורים.
און עי"ז צו דער גאולה הכללית, די גאולה האמתית והשלימה, וואָס דעמולט וועט זיין „שיר חדש" ל' זכר, אַ גאולה נצחית שאין אחרי' גלותצד, במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש"פ האזינו תשמ"א ותשמ"ב)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר