לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים טו
533ערב ראש השנה
ברוקלין, נ. י.
סניפי נשי ובנות חב"ד
די בכל אתר ואתר
ה' עליהן תחיינה
שטייענדיק אויף דעם שוועל פון דעם נייעם יאָהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה,
ווינטש איך אייך, אַלעמען בכלל און יעדערע פון אייך בפרט, אַ שנה טובה ומתוקה.
וואָס אין דעם איז, זעלבסטפאַרשטענדליך — הצלחה אין דער אַרבעט פון אייער סניף, סיי אין כמות (פאַרגרעסערונג פון דער צאָהל חבירות) סיי אין איכות (פאַרטיפונג פון דער אַרבעט).
און אין ענינים פון תורה ומצות, פון טוב און קדושה, איז דאָך — ווי גוט עס זאָל ניט זיין, — שטענדיג פראַן אָרט אויף צוגעבען נאָך און נאָך.
אַזוי ווי דער יסוד פון דער אַרבעט, איז דאָך דער ענין פון אהבת ישראל, ווי עס ווערט ברייט אַרומגערעדט אין פילע ערטער בתורת החסידות, און בפרט אין די שיחות קדש פון כ"ק רבותינו נשיאינו,
בריינג איך דאָ, אַן אויסצוג פון אַ שיחה* פון כ"ק מו"ח אדמו"ר — אַ סיפור, וועלכען עס האָט זיינערצייט דערציילט כ"ק אדמו"ר הצמח צדק,
וואָס היינט — ערב ראש השנה, איז זיין — דעם צמח צדק — יום הולדת — זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
דער זיידע דער צמח צדק האָט געהערט פון זיין זיידען — רבנו הגדול, דער אַלטער רבי — וואָס ער האָט עס געהערט אין מעזריטש, אַ מעשה פון בעל שם טוב:
דער בעל שם טוב, פאַר זיין התגלות און אויך אין די ערשטע יאָרען
נאָך זיין התגלות, פלעגט ער אַרומפאָרן אין אידישע שטעטלעך, און534פלעגט אין מיטען מאַרק, צוזאַמענקלייבען אַרום זיך, די פשוטע אידן, מענער און פרויען און קינדער, און דערציילען זיי סיפורים. די סיפורים זיינען געווען דער עיקר פון אגדות רז"ל. ער פלעגט מאריך זיין און ערקלערען זיי דעם סיפור, אָדער ער פלעגט פאַרבינדען אַ סיפור מיט אַ ענין דערמאָנט אין אגדות חז"ל, בכדי אַז דער ענין זאָל נקבע ונקלט ווערען באַ די הערער.
איין מאָהל באַ אַזאַ צוזאַמענקומען, האָט דער בעל שם טוב גערעדט אין דעם ענין פון אהבת ישראל, ווי גרויס עס דאַרף זיין באַ אידען — וויסענדיק די אהבה פון דעם אויבערשטען צו אידען, און האָט עס ערקלערט מיט אַ ביישפּיל:
אין יענער שטאָט אין געווען אַ איד מיט'ן נאָמען ר' יעקב, און ער איז געווען בקי אין ש"ס גמרא רש"י און תוספות אויף אויסווייניג, און פלעגט לערנען אויף אויסווייניג,
— יענע צייטען איז דאָס ניט געווען קיין זעלטענהייט אין אידישע שטעטלעך —
און אַז מען לערנט אויסווייניג מוז דאָך דער געדאַנק זיין מער צוגעבונדען צו דעם לערנען — ווי ווען מען לערנט אינווייניג. אמאַהל האָט ר' יעקב געלערנט — ווי געזאָגט אויסווייניג — אַ שווערען גרויסען תוספת, איז צוגעקומען צו עם זיין אַ קליין קינד, און האָט עם געזאָגט עפּעס אַ חכמה, איז ר' יעקב שטאַרק נתפעל געוואָרען פון דער חכמה, און האָט מפסיק געווען דעם לערנען. אָט דאָס קען פועל זיין אַ קינד.
אַזוי אויך, כביכול, השם יתברך — זעצט פאַר דער בעל שם טוב — איז פאַרנומען — ווי רז"ל זאָגען, שלש שעות ראשונות יושב ועוסק בתורה כו', אָבער בשעת אַ איד דאַווענט, קומט מיט אַ בקשה צום אויבערשטען — איז ער מפסיק און פאַרנעמט זיך מיט די תפלות ובקשות פון אידען.
ווען השם יתברך האָט געזאָגט צו די מלאכים, אַז ער וויל באַשאַפען אַ מענשן, האָבען די מלאכים געפרעגט, ווי וועט ער אויסזעהן. הערענדיג דעם ענטפער האָבען זיי געזאָגט: מה אנוש כי תזכרנו, אויף וואָס דאַרפמען אַזאַ מענשן.
איז אַז אַ איד שטייט אויף אין דער פרי, לויפט דאַווענען בצבור ותיקין, און דערנאָך אַ גאַנצען טאָג איז ער טרוד ומוטרד, און דאָך לאָזט ער איבער אַלע געשעפטען און לויפט דאַווענען מנחה אין שול, און צווישן מנחה און מעריב, הערט ער לערנען עין יעקב און דאַווענט מעריב, בריינגט אַהיים דעם ענין פון עין יעקב און דערציילט עם איבער די בני בית,
535איז דענסמאָל רופט השם יתברך צונויף די מלאכים, און באַרימט זיך
מיט דעם מענשן וואָס ער האָט באַשאַפען, און זאָגט זיי:
איר מלאכים, האָט ניט קיין ריחיים על צוארו (קיין יאָך), קיין פרוי און
קינדער, קיינע טרדות, קיינע מסים וארנונית (שטייערען). דער מענטש
האָט ריחיים על צוארו, און די ריחיים האָב איך עם געהייסען נעמען אויף
זיך, על פי תורה דאַרף ער מפרנס זיין אשתו ובניו, און איז טרוד ומוטרד
און האָט מסים וארנונית, עול הגלות, און דאָך זעהט ווי ער פירט זיך אויף.
ווען מען וועט זיך אַריינטראַכטען און פאָרשטעלען זיך ווי מיט
יעדער גוטער זאַך, וואָס אַ איד טוט — באַרימט זיך דער אויבערשטער,
וועט דאָס פועל זיין אַ סך.
ווי שוין אייניגע מאָהל ערקלערט, זיינען די רייד פון נשיאים און סיפורים וואָס מען הערט פון זיי, אַן אָנווייזונג און לערנונג פאַר יעדערן פון די הערער. און גלייכצייטיג אויך אַ נתינת כח, אַ שטאַרקונג און ברכה, אַז מען זאָל דאָס קענען פאַרווירקליכען. און עס ווענדט זיך נאָר אין דעם הערער, ער זאָל דאָס ערפילען לויט דער כוונה.
און השם יתברך זאָל העלפען, אַז ווי געזאָגט, זאָל מען טאָן אין דעם און עס זאָל זיין מיט הצלחה אין אַלע הינזיכטען.
בברכת כתיבה וחתימה טובה, צו יעדערער