English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה ו

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

626ב"ה, מוצאי שבת־קודש כ"ה אלול,

יום ראשון לפ' האזינו,

ברוקלין, נ. י.

אל כל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אַריינגייענדיק אין דער וואָך פון ראש־השנה, וואָס לויט דער קביעות פון דעם יאָר איז דאָס די וואָך פון פ' האזינו,

און בהמשך צום בריוו פון ערב ש"ק ח"י אלול, אין וועלכן מ'האָט גערעדט וועגן דער קביעות פון ראש־השנה בנוגע די טעג פון דער וואָך (הי־אר: דאָנערשטיק און פרייטיק),

וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן אויף דער וועכנטליכער פרשה אין תורה וואָס האָט הי־יאָר אַ ספּעציעלע שייכות צו ראש־השנה, און אויף אייניגע הוראות דערפון למעשה בפועל, וואָס המעשה הוא העיקר.

פרשת האזינו הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: האזינו השמים גו' ותשמע הארץ גו' (הערט די הימלען, און הער די ערד).

627שמים וארץ זיינען באַשאַפן געוואָרן דעם ערשטן טאָג פון מעשה בראשית (כ"ה אלול), און ס'איז ידוע די פראַגע פאַרוואָס ראש־השנה, וואָס ווערט באַצייכנט אַלס זה היום תחילת מעשיך זכרון ליום ראשון (דאָס איז דער טאָג פון דעם אָנהויב פון דיינע מעשים, אַן אַנדענקונג צום ערשטן טאָג), איז באַשטימט געוואָרן אין דעם זעקסטן טאָג פון מעשה בראשית (אחד בתשרי). און ס'איז באַוואוסט די ערקלערונג דערפון, אַז אין דעם זעקסטן טאָג איז באַשאַפן געוואָרן אדם הראשון, און ערשט דאַן איז די גאַנצע בריאה און אַלע ברואים, פון ערשטן טאָג אָן, פאַרפולקאָמט און פאַרענדיקט געוואָרן. און אַלץ גייט לויט דעם אָפּשלוס.

מער בפרטיות: דער מענטש, וואָס איז באַשאַפן געוואָרן דער לעצטער פון אַלע באַשעפענישן, איז די ענד־כוונה פון דער גאַנצער בריאה און בחיר־הנבראים (אויסדערוויילטער פון אַלע באַשעפענישן), און אויך — דוקא דורך זיין הנהגה (לויט דעם ווילן פון דעם באַשעפער) ברענגט ער אַריין שלימות אין אַלע טיילן פון דער בריאה;

ווי תורה דערציילט, אַז באַלד ווי אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן, האָט ער אויפגעפאַדערט און איינגעווירקט, אַז די גאַנצע בריאה זאָל אַנערקענען און נעמען אויף זיך דעם עול־מלכות פון דעם בורא־עולם; דורך זיין אויפפאָדערונג (באַגלייט פון זיין לעבעדיקן ביישפּיל): בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו (קומט לאָמיר זיך בוקן און בייגן, לאָמיר קניען פאַר ה' אונזער באַשעפער) האָט ער אַריינגעבראַכט שלימות סיי בנוגע השמים וכל צבאם און סיי בנוגע הארץ וכל צבאי'.

628דערפון פאָלגען אַ ריי הוראות וואָס יעדער ראש־השנה, יום הזכרון, דערמאָנט, און וואָס יי־יאָר ווערן זיי נאָכמער אונטערשטרכן

איינע פון די אָפּלערנונגען איז:

ווען אַ מענטש טראַכט זיך אַריין אין דער בריאה פון שמים וארץ וכל צבאם, קומט ער צום אויספיר מה גדלו מעשיך ה' און מה רבו מעשיך ה', קען ער דאָך מיינען: וואָס איז אַזוי וויכטיק ווי זיין הנהגה איז בכלל, און די פרטים פון זיין הנהגה בפרט, וואָס די תורה — תורת־חיים און תורת־אמת — האָט אַזוי שטרענג אָנגעזאָגט בנוגע יעדן פרט און אַפילו אַ פרט פון אַ פרט?

קומט דער ערשטער פסוק פון פ' האזינו און אונטערשטרייכט, אַז בשעת אַ איד „רעדט", איז האזינו השמים ותשמע הארץ — עס ווערט דערהערט און עס מאַכט אַ רושם און ווירקט אין הימל און אויף דער ערד.

און כאָטש אין דער פרשה רעדט זיך וועגן משה רבינו, רועה ישראל, איז ער אָבער רועה ישראל, וידוע אַז אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא לששים רבוא נשמות (אין יעדן דור צו זעקס הונדערט טויזנט נשמות) וואָס יעדערע פון זיי האָט (איז כולל) מערערע נשמות פרטיות. יעדער איד, אין יעדן דור, האָט אַ ניצוץ פון משה רבנו אין זיין נשמה; בפרט ווען אַ איד רעדט, ועל אחת כמה — טוט און פירט זיך אויף, לויט תורת משה, תורה צוה לנו משה.

דערמיט פאַלט אויך אָפּ די טענה, באַ וועמען זי איז דאָ, אַז די הנהגה על פי תורה ומצוותי' איז פאַרבונדן מיט שוועריקייטן און ניט זעלטן אויך מיט נסיונות — וואָרום וויבאַלד אַז אַ וואָרט, ועל אחת כמה אַ מעשה, ווירקט אין הימל און אויף דער ערד — איז וואָס פאַר אַ באַטרעף האָבן די שוועריקייטן און נסיונות אין פאַרגלייך דערמיט!

ווי גערעדט מערערע מאָל בנוגע אידישקייט, אַז דער סדר איז — אַז מ'דאַרף טאָן אין דעם פריער מיט זיך, און ניט ווייניקער ווי מ'טוט אַרום זיך, און ערשט דער־629נאָך אַרום זיך — זעט מען, אַז אויך בנוגע זיך הויבט מען אָן דעם טאָג, נאָך איידער מ'טוט עפּעס־וואָס, ובפרט אין „ארץ", מיט אַ דערקלערונג: מודה אני לפניך מלך כו', אַז מ'אַנערקענט און מ'דאַנקט דעם אויבערשטן אַלס מלך, מ'נעמט אויף זיך צו דינען דעם מלך, מיט קבלת־עול מלכותו, אַ גאַנצן טאָג —

וואָס דער דאָזיקער ענין ווערט ספּעציעל אונטערשטראָכן אין די טעג פון ראש־השנה, די יערלעכע „הכתרה" פון דעם באַשעפער, מיט דער באַנייאונג פון קבלת עול מצוותיו, ווי דערמאָנט אין פריערדיקן בריוו און מער באריכות באַ אַנדערע געלעגנהייטן.

בשעת די קביעות פון ראש־השנה איז, ווי הי־אר, אין דער וואָך פון פ' האזינו, איז דערמיט מודגש נאָך אַ נקודה: אַז אין אַלע ענינים פון דער הנהגה פון אַ מענטשן דאַרף זיין דער סדר — האזינו השמים — פריער, און דערנאָך — ותשמע הארץ — וואָרום דער סדר אין תורה איז אויך תורה (הוראה).

דאָס מיינט — אין צוגאָב צום איינפאַכן אינהאַלט, וואָס איז זעלבסטפאַרשטענדלעך, כנ"ל — אַז אַלע מצוות, אויך די וועלכע דער מענטשלעכער דער „ארץ" — שכל איז מחייב, דאַרף מען זיי טאָן ניט ווייל ער פאַרשטייט, אָדער פילט, אַז ער דאַרף זיי טאָן, נאָר אַלס מצות־מלך, ווייל דער אויבערשטער האָט זיי אָנגעזאָגט. ס'איז אויך פאַרשטענדלעך, אַז אויב ער טוט מצד דעם מענטשלעכן שכל אָדער געפיל, נעמט ער אַרויס די מצוה פון אירע טלעכע, אין סוףיתדיקע ראַמען און באַשרענגט איר אין די באַגרענעצטע ראַמען פון מענטשלעכן שכל און געפיל. במילא קען די מצוה ניט געטאָן ווערן בשלימות.

לדוגמא, בשעת אַ איד גיט צדקה, דאַרף ער עס טאָן ניט דערפאַר וואָס ער האָט אַ מענטשלעכע אַ ווייכע האַרץ; דאַן גיט ער די צדקה לויט דער מאָס ווייכקייט פון זיין האַרץ, כאָטש דער נויטבאַדערפיקער דאַרף מער. אָבער אַז ער טוט עס כדי מקיים־צו־זיין די מצוה פון דעם מלך, טוט ער די מצוה ווי עס באַדאַרף־צו־זיין, און אויך אפילו ווען ער האָט, ר"ל, אַ לב האָבן, ווען דאָס איז היפך פון זיין נאַטור.

630נאָך אַן אָפּלערנונג קומט — פון דעם חילוק אין דעם מיין פון די ווערטער האזינו און ותשמע: ביידע מיינען „האָרכען" און „הערן", אָבער האזינו איז אָן אויסדרוק וואָס באַציט זיך צו רייד וואָס מ'הערט פון נאַענט (ווי אין אויסדרוק „דבר באזני", „איינרוימען אין אויער"; האזינו פון וואָרט אזנים, אויערן), און תשמע באַציט זיך אויף רייד וואָס מ'הערט פון ווייטן.

לויט דער באַדייטונג פון די צוויי ווערטער, האָט זיך געפאַסט צו נוצן זיי אין אַ פאַרקערטן סדר: בנוגע די הימלען, וועלכע זיינען ווייט — שמעו שמים; און בנוגע דער ערד וואָס איז נאָענט — האזיני ארץ, ווי מ'געפינט דאָס אין אַן אַנדער אָרט.

ליגט אין דעם די הוראה און הדגשה, אַז ביי אַ אידן לייכטן און ער רעדטחזרט משה'ס רייד — איז דער סדר אַ פאַרקערטער. כאָטש אין גשמיות'דיקע ענינים, קערפּערליכע אברים און חושים, אד"ג, זיינען אידן — אויפן ערשטן אויגנבליק — ניט אויסגעטיילט פון ניט־אידן. אָבער מצד דעם וואָס אַ איד האָט אַ נשמה וואָס איז אַ חלק אלקה ממעל ממש, זיינען אים די הימלשע ענינים נאָענט, און די ערדישע ענינים ווייט: האזינו — השמים, ותשמע — הארץ.

און ערשט שפּעטער, דערנאָך — נידערט ער אַראָפּ אין „ארץ", טאָן אין „ערד זאַכן" פון דער נאָענט — כדי אויפטאָן אין זיי — אַז די געלט זאָל ווערן צדקה געלט, די פעל פון דער בהמה זאָל ווערן פּאַרמעט אויף וועלכן עס זיינען אויפגעשריבן די תפילין פרשיות, אד"ג.

און אויך דאָס איז פאַרבונדן און קומט צום אויסדרוק אין דער הכתרה — שתמליכוני עליכם — „מלך ישראל", און ער ווערט „מלך על כל הארץ", אַז די גאַנצע וועלט אַרום, וואָס איז נאָך דערוויילע ניט אַזוי נאָענט צו ־ט'לעכקייט ווערט אַ דירה לו יתברך, על דרך ווי עס האָט אויפגעטאָן די הכתרה פון דעם באַשעפער דורך אדם הראשון אין דעם ערשטן ראש־השנה פון בריאת־העולם.

ויהי רצון, אַז דאָס אַלעס אויבנגעשריבענע זאָל אָנגענומען ווערן למעלה און אויך למטה, אָנהויבנדיק דערמיט וואָס אַלע ברכות מטל השמים ומשמני הארץ, סיי631ברוחניות און סיי בגשמיות, זאָלן אַראָפּקומען אין אַן אופן פון קירוב (נאָענטקייט), און זיי קומען נאָך פריער ווי ערוואַרטעט און מלכתחילה אַריבער,

און דאָס אַלעס זאָל נאָכמער דערנענטערן די פאַרווירקליכונג פון דעם יעוד (צוזאָג) כי אתה תנחל בכל הגויים, אַז מ'וועט זען עין בעין אַז דער אויבערשטער איז דער שופט כל הארץ און באַהערשט אַלע פעלקער,

וואָס דאָס אַלעס וועט נכלל ווערן, ווערן אַ טייל פון דער כתיבה וחתימה טובה, בטוב הנראה והנגלה, צו יעדן איינעם און איינע, בתוך כלל ישראל.

ד ב ר מ 4 דא

ט

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-cn379cv3

עותקים

פעילות אחרונה

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · אושרה
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · נסגרה

מקורות