English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

333דברים

איך האָב ערהאַלטן אייער בריוו פון יום ב' לחודש כסלו, צוזאַמען מיט אייער ספר „שטערן אין דער נאַכט", און איך דאַנק פאַר אייער אויפמערקזאַמקייט,

בפרט אַז דער ספר דערציילט פון אידן, וועמען איר באַצייכנט מיט דעם זייער צוגעפּאַסטן נאָמען „שטערן אין דער נאַכט". און זיכער האָט איר געהאַט אין זינען דעם לשון הכתוב אַז אידן זיינען פאַרגליכן „ככוכבי השמים", און נאָכמער „ככוכבים בלילה".

אַודאי זייט איר גערעכט, אַז מ'טאָר ניט ח"ו פאַרגעסן אונזערע קדושים הי"ד. און די בעסטע דערמאָנונג און לעבעדיקע דערמאָנונג איז, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דריקן זיך אויס „מה זרעו בחיים אף הוא בחיים" — אַז מ'זאָל פאַרמערן די צאָל אידישע קינדער און אידן בכלל, וואָס יעדערער וואָס טרעפט זיי קען באַלד דערקענען אַז זיי זיינען „שטערן" אין דער נאַכט פון גלות, בניו של אבינו שבשמים . . .

(ממכתב ח' כסלו תשמ"א)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-y59an9zq

עותקים

פעילות אחרונה

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · אושרה
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · נסגרה

מקורות