לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ז
318שיחה להתלמידים ולהתלמידות שיחיו
— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —
יום ד', כ"ח תשרי ה'תשמ"א.
א. [לפני התפלה ניגנו הניגון „נאַפּאָליאָנ'ס מאַרש"א.
אחרי התפלה ניגנו כמה ניגונים, ואח"כ אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לב].
ב. אַזוי ווי איר, אידישע קינדער, זייט „צבאות השם"ג, איר זייט „סאָלדזשער'ס" אין דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי, איז דעריבער דער רעדן איצטער צו אייך אין דעם דרך ווי מען רעדט צו אַן אַרמיי.
הגם אַז אייגנטליך זיינען אַלע אידן, אפילו די וואָס זיינען שוין אַלט אין יאָרן, דעם אויבערשטנ'ס „קינדער", ווי עס שטייט (אין פאַרבינדונג מיט שמח"ת) „כי נער ישראל ואוהבהו"ד, און „הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים"ה — ד.ה. אַז דער אויבערשטער באַטראַכט און קוקט אויף יעדער אידן אַז ער איז זיינער אַ קינד, און נאָכמער — אַ „ילד שעשועים", אַ קינד וואָס פאַרשאַפט אים גרויס פרייד און פאַרגעניגן — ובמילא מובן אַז אַלע אידן זיינען אין דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי —
פונדעסטוועגן, איז דאָס בהדגשה יתירה בנוגע צו אידישע קינדער.
און ווי דערמאָנט שוין ביי פריערדיקע געלעגנהייטן, בנוגע צו די „צבאות השם" וואָס זיינען געווען אין מצרים, אין דעם ערשטן גלות, אַז צווישן זיי (צווישן די זיבעציק מיטגלידער פון „צבאות השם" וואָס זיינען אַריין אין מצרים) ווערט גערעכנט*5 יעקב אבינו אַלס איינער, און אַ קליינע אידישע מיידעלע וואָס איז געבאָרן געוואָרן מיט אַ רגע לפני זה (אָדער — באותו הרגע) — יוכבדו — אַלס איינע*6, און זיי שטעלן צוזאַמען דעם מספר פון „שבעים נפש"ז, וואָס דאַמאָלס זיינען דאָס געווען די „צבאות השם".
וואָס דער מספר פון „שבעים נפש" איז דאָך דער מספר היסודי פון „צבאות השם" — ווי עס שטייטח „יצב גבולות עמים למספר בני ישראל", אַז דאָס וואָס דער מספר פון די הויט־אומות איז „שבעים", איז דאָס דערפאַר וואָס דער מספר פון די „הויפּט־אידן", די אידן אַריינגייענדיק אין מצרים, איז געווען „שבעים"ט.
וכאמור, איז דער מספר פון „שבעים נפש" שטעלט זיך צוזאַמען אַרייננעמענדיק — אַ קליינע אידישע מיידעלע און*9) — יעקב אבינו, דער319גרעסטער צווישן די אבותי, און דער גרעסטער צווישן אידן (וואָס דערפאַר ווערט דאָך יעדער איד אָנגערופן מיטן נאָמען „יעקב", „ישראל").
און אַזוי ווי עס איז געווען אין מצרים, אַז דאָרטן איז געווען בהדגשה די מעלה פון קליינע קינדער אַלס מיטגלידער פון „צבאות השם", „הם הכירוהו תחלה"יא, אַזוי וועט אויך זיין בקרוב ממש, וואָס „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"יב, ווען מיר וועלן אַרויסגיין פון דעם איצטיקן גלות — גאָר אינגיכן, דורך משיח צדקנו.
ג. האמור לעיל איז אויך די סיבה פאַרוואָס מען שטעלט אויס אַ „פּאַרייד" פון „צבאות השם", און אין „פראָנט" גייען אידישע קליינע אינגעלעך און קליינע מיידעלעך, וואָרום יעדערער פון זיי שטעלט צוזאַמען דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי, און איז זייעריג וויכטיג כדי דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי זאָל זיין ווי עס דַרף־ו־זין.
און וויבאַלד אַז מען רעדט צו אייך, כאמור, אַלס מיטגלידער פון „צבאות השם", און דער דיבור איז אין אַן אָרט וואו אידן דאַוונעןיד צום אויבערשטן השם צבאות, און וואו אידן לערנען דעם אויבערשטנ'ס תורהטו — איז פאַרשטאַנדיק, אַז מען דאַרף רעדן צו אייך אין דעם דרך און לויט די מנהגים וואָס זיינען איינגעפירט אין אַן אַרמיי.
ד. איינער פון די מנהגים וואָס זיינען איינגעפירט אין אַלע אַרמייען, וואָס מזה מובן אַז אַזוי איז דאָס להבדיל אין דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי [און אדרבה — וויבאַלד דאָס איז אַזוי אין דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי — דערפאַר איז דאָס אויך אַזוי אין אַרמייען במלכותא דארעא], איז — אַז עס זיינען פאַראַן געוויסע טעג אין יאָר וואָס דעמולט זיינען די „סדרים" ניט אַזוי שטרענג.
ד.ה. אַז כאָטש אַ „סאָלדזשער" (איש צבא) איז אַלע מאָל אַ „סאָלדזשער" — האָט אָבער דער „קאָמענדעראין־טשיף* (דער הויּט־אָנפירער פון דער אַרמיי) איינגעאָרדענט אַז אין געוויסע טעג זיינען די סדרי הצבא ניט אַזוי שטרענג.
אַזוי איז אויך אין דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי, אַז דער אויבערשטער (דער „קאָמענדער־איןטשיף") זאָגט, אַז עס זיינען פאַראַן שעות און טעג פון שבת ויום טוב וחול המועד — וואָס דעמולט איז ניט אַזוי שטרענג דער גיין אין חדר אָדער אין בית־הספר, און דער לערנען אַ סאַך שעות אין טאָגטז; מ'גיט אָפּ דעם „סאָלדזשער" (דעם אידישן קינד) אַ טייל פון טאָג אויף אָפּרוהען זיך און שפּילן זיך אין אַ כשר'ן און אַ גוטן אופן, אויף טרעפן זיך מיט חברים (אָדער מיידעלעך — מיט חבר'טעס), וכיו"ב.
און נאָך די טעג אין וועלכע מען רוהט זיך אָפּ, לערנט מען (וואָס דאָס איז, כאמור, די מטרה פון דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי) מיט נאָך מערער חשק ווי פריער.
320ה. בכללות, אין די טעג פון דעם גאַנצן יאָר — זיינען די טעג פון אָפּרוה פאַר קינדער — במשך חודש תשרי.
במשך חודש תשרי, איז כאָטש אַז אויך דעמולט דאַרף מען זיך, כפשוט, אויפפירן ווי דעם אויבערשטנ'ס אַ „סאָלדזשער" דאַרף זיך אויפפירן, לערנען זיין תורה און מקיים זיין זיינע מצוות, עסן נאָר כשר'ע זאַכן, און מאַכן אויף זיי אַ ברכה א. ז. וו., און נאָך פאַרדעם — גלייך ווען מ'כאַפּט זיך אויף פון שלאָףיז דערמאָנען זיך אַז מ'איז אַ „סאָלדזשער" פון דעם אויבערשטן, פון דעם „מלך חי וקיים", און דאַנקען אים („מודה אני").
אַזוי אויך באָם אָפּשלוס פון טאָג, פאַרן גיין שלאָפן — זאָגט מען „שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד"יח, אַז דער אויבערשטער איז דער אָנפירער פון יעדער אידן, כולל — דעם אינגעלע און מיידעלע וואָס זאָגט די קריאת שמע;
פונדעסטוועגן, זיינען דאָך דעמולט דאָ די טעג פון ראש השנה, צום גדלי', ערב יום כיפור, יום כיפור, מחרת יום כיפוריט, די טעג פון סוכות און שמיני עצרת און שמח"ת, און אסרו חג,
די טעג ווען אידישע קינדער זיינען פאַרנומען מיט העלפן מאַכן אַ סוכה, צוגרייטן די ד' מינים (אתרוג לולב הדסים און ערבות), און העלפן אין די צוגרייטונגען צו שבת ויו"ט בכלל,
ובמילא איז דער לערנען (און — דער חזר'ן פון דעם לערנען) במשך די טעג פון חודש תשרי ניט אויף אַזויפיל שטרענג — וואָרום מ'איז פאַרנומען מיט אַנדערע אַרבעטן וואָס דאַרפן אויך געטאָן ווערן דורך „צבאות השם".
ו. דער סדר ווי עס פירט זיך אין יעדער אַרמיי איז, אַז נאָך דעם וואָס עס גייען דורך די צייטן ווען מ'איז ניט אויף אַזויפיל אָנגעשטרענגט, און עס קומט די צייט ווען מ'דאַרף טאָן אין די „אַרבעטן" פון דער אַרמיי מיט דעם גאַנצן שטורעם — קלייבט מען צוזאַמען אַ סאַך, אַלע „סאָלדזשער'ס", מ'שטעלט זיי אויס אין אַ „פּאַרייד", און זיי זינגען אַ מאַרש של נצחוןכ —
כדי אַריינגיין אין דער נייער אַרבעט מיטן גאַנצן שטורעם און — מיט דער זיכערקייט אַז מ'וועט געווינען אין דער מלחמה.
דערפון איז אויך מובן בנוגע צו „צבאות השם" — אַז באַ דער ענדע פון חודש תשרי, ווען מען דאַרף זיך צוגרייטן צו די טעג וואָס קומען נאָך דעם, צו לערנען (און חזר'ן וואָס מ'לערנט) און איינווירקן אויף חברים (און מיידעלעך — אויף חבר'טעס), זיי זאָלן זיך מתנדב זיין (וואַלאָנטירן) און אַריינגיין אין „צבאות השם" — מיט דער גאַנצער שטאַרקייט און לעבעדיקייט —
איז דעמולט די צייט אויף מאַכן אַ „פּאַרייד" פון אַ סאַך „סאָלדזשער'ס" צוזאַמען, און — זינגען אַ ניגון של נצחון.
ס'איז אַ זיכערע זאַך אַז זיי וועלן מלחמה האָבן דעם אויבערשטנ'ס מלחמה, די מלחמה מיטן יצר, און וועלן זיכער געווינען, וואָרום מען האָט די הבטחה (ווי ערשט געזאָגט אין די י"ב321פסוקים ומאמרי חז"לכא), אַז „יגעת ומצאת" — וויבאַלד זיי וועלן זיכער מלחמה האָבן ווי עס דאַרף־ו־זין, וועלן זיי זיכער מנצח זיין דעם יצר,
וואָס דערפאַר זינגט מען שוין פון פריער אַ מאַרש של נצחון — ווי איר האָט דאָ געטאָן.
ז. דער „פּאַרייד" דאָ איצטער איז אַ חינוך („טריינינג") און אַ חגיגה („פעסטיוואַל"), וואָס מען מאַכט נאָך אין די טעג פון חודש תשרי —
אַלס צוגרייטונג צו דער שנת הלימודים (צום לער־אר) וואָס קומט יעצט אָן,
מען זאָל מנצח זיין אין דער מלחמה מיטן יצר דורך לערנען תורה,
און מען זאָל זען בגלוי אין דער גאַנצער וועלט אַז „מלא כל הארץ כבודו" (ווי ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל, פון תניאכב), אַז דער אויבערשטער איז פול אומעטום — וואָס דאָס טוט מען אויף דורך קיום המצוות.
איז יעצט די צייט אויף אָננעמען דעם באַשלוס, מען זאָל לערנען תורה במשך דער שנת הלימודים הבאה (אָנהויבנדיק פון חודש חשון) מיט אַ חיות און מיט אַ שטורעם,
און מען זאָל מקיים זיין די מצוות פון דעם אויבערשטן ווי עס דאַרף־י.
און וויבאַלד אַז דורך דעם וועט מען פאַרשאַפן דעם גרעסטן פאַרגעניגן דעם „קאָמענדער־אין־טשיף" (דעם אויבערשטן) — וועט ער זיכער געבן פרסים (באַלוינונגען) און מעדאַלן צו יעדערן פון אייך, וואָרום יעדערער וועט זיך זיכער אויסצייכענען אין דער מלחמת השם — אין דער מלחמה מיטן יצר.
און וויבאַלד אַז מען טוט דאָס קומענדיק פון שמחת תורה — זאָל די עבודה זיין מיט אַ שמחה ענליך ווי זי איז געווען בשמח"ת, ווי איר האָט געזונגען און געטאַנצט בשמח"ת, און אויך אין דעם שבת שלאח"ז.
און טאָן אין כל האמור אַלץ מערער און מערער, וואָס דורך דערויף וועט מען גאָר אינגיכן (ווי איר האָט ערשט געזונגען) ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
ח. אַזוי ווי עס פירט זיך אין אַלע אַרמייען, אַז עס זיינען פאַראַן פאַרשידענע אָפּטיילונגען אין יעדער ארמיי, וואָס יעדער אפּטיילונג האָט אויף זיך אַ געוויסע פליכט און אַ ספּעציעלע אַרבעט — איז פאַרשטאַנדיק אַז אַזוי איז דאָס אין „צבאות השם".
מיר ווייסן דאָך, אַז מען דאַרף זען עס זאָל זיין בגלוי „מלא כל הארץ כבודו" (ווי געזאָגט פריער אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל, פון תניא), וואָס דאָס ווערט דורך דעם וואס „ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה"כג (ווי איר האָט געזונגען שמח"ת), ד.ה. אויפטאָן אין אַלע פיר זייטן פון דער וועלט.
געפינען מיר, אז די „צבאות השם" ווערן געטיילט אויף פיר, כנגד די פיר זייטן פון דער וועלטכד:
דאָס איז פאַרבונדן מיט אברהם, יצחק, יעקב און דוד, וואָס יעדערער פון זיי איז פאַרבונדן מיט אַ באַזונדער רוח פון דער וועלט: אברהם מיט דרום;322יצחק מיט צפון; יעקב מיט מזרח און דוד מיט מערבכה.
איז פאַרשטאַנדיק, אַז לויט דעם קען מען טיילן די אָפּטיילונגען אין „צבאות השם" — צי מ'טוט אין מלחמת היצר לויט די „אָנווייזונגען" (מעשים) פון אברהם, פאַרבונדן מיט גמילת חסדים, און אַזוי אויך בנוגע צו די אַנדערע דריי, יעדערער אין זיין זאַך.
אַזוי אויך בנוגע מיידעלעך, וואָס זיינען פאַרבונדן במיוחד מיט די אמהות — פיר אמהות: שרה, רבקה, רחל און לאה, וואָס אויך זיי זיינען כנגד די ד' רוחות „ימהכו וקדמה וצפונה ונגבה".
ט. על פי האמור לעיל, איז אַ גוטע זאַך, אַז בשעת איר וועט זיך צוזאַמענקלייבן פון צייט צו צייט און מאַכן אַ תכנית („פּלען") ווי אַזוי אָנגיין אין מלחמת היצר —
זאָל די „הויפּט־אַטאַקע", די הויפטאנשטרענגונג, אַמאָל זיין אין די מעשים טובים וואס תורה דערציילט וועגן אברהם אבינו און וועגן שרה אמנו,
אַמאָל זאָל דאָס זיין אין די מעשים טובים פון יצחק ורבקה,
און אַזוי אויך בנוגע צו יעקב ולאה, און דוד ורחלכז.
און ווי עס ווערט דערציילט אין חומש און אין מדרשים וועגן די ספּעציעלע מעשים וואָס יעדערער פון זיי האָט געטאָן.
יוד. אין דעם אופן ווי אָפּטיילונגען פון אַ צבא פירן אַ מלחמה, זעט מען, אַז אפילו ווען מ'פירט אַן אַטאַקע אויף איין „פראָנט" — פאַרלאָזט מען ניט די אַנדערע זייטן זיי זאָלן בלייבן אָפן ח"ו, נאָר אויך דאָרטן באשיצט מען; נאָר דער חילוק איז — וואָס די הויפּט־אנשטרענגונג, די אַטאַקע, איז אין איין רוח, דרום אָדער צפון א. ז. וו.
דערפון איז מובן אויך בנוגע צו „צבאות השם", אַז אויך ווען מען מאַכט די אָנשטרענגונג אין די מעשים פון אברהם ושרה (לדוגמא), אויך דעמולט באַשיצט מען זיך פון דעם יצר אויך אין די זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט די אַנדערע אבות און דוד המלך, ועד"ז מיט די אַנדערע אמהות.
יא. און איר וועט זיך צוזאַמענרעדן מיט די אָנפירער (די „דזשענעראַל'ס") פון „צבאות השם", וואָס דאָס זיינען די מדריכים און מדריכות — ווי אַזוי מען זאָל צוטיילן די תכניות — אופני המלחמה: אָדער אויף יעדער וואָך אין חודש (וואָס אַ חודש האָט אין זיך בערך פיר וואָכן), אַז יעדער וואָך זאָל זיין אַ באַזונדערער „פּלען" אין דער „אַטאַקע"; אָדער פאַנאַנדערטיילן דאָס אויף חדשים, וכיו"ב.
יב. און אַזוי ווי אין יעדער אַרמיי זעט מען, אַז אַלץ וואָס דער „סאָלדזשער" דאַרף האָבן, עסן און טרינקען און קליידער און אַ הויז אויף שלאָפן און לעבן, שטעלט אים צו די אַרמיי, לויט די אָנווייזונגען פון דעם „קאמענדער־יןטשיף" —
323אַזוי אויך אין „צבאות השם", אַז דורך דערויף וואָס איר וועט מלחמה האָבן מיטן יצר, און אין אַן אופן פון „יגעת" — וועט דער אויבערשטער בענטשן אייך און בענטשן אייערע עלטערן, אַז איר זאָלט האָבן אַלץ וואָס איר דאַרפט האָבן, געזונט און פרייליכקייט און שטאַרקייט, און עסן און טרינקען און אַ ליכטיקע הויז — כדי צו קענען נאָך בעסער און נאָך שנעלער מנצח זיין די מלחמה.
יג. איינע פון די וועגן צו מנצח זיין אין דער מלחמה האמורה, איז ווי גערעדט כמה פעמים, בשעת מען פאַרבינדט דאָס מיט דריי זאַכן: תורה, לערנען תורה; תפלה, דאַוונען צום אויבערשטן און אים בעטן הצלחה אין אַלץ; און אויך דער ענין פון מצוות בכלל, אָנהויבנדיק פון מצות הצדקה28).
דעריבער איז כדאי אַ הוספה — אַז איין מאָל אַ חודש (לפחות) זאָל יעדערער פון אייך געבן אין אַ פּושקע של צדקה אָדער גמ"ח פון זיין פלוגה (אָפּטיילונג), אין אַ מספר פון צען, דערמאָנען אויף וואָס עס שטייט אין חומש29) במצות „מחצית השקל" אז דאס איז געווען „עשר גרה".
זאָל מען געבן אין „יונייטעדסטייט'ס* אַ „דיים", אין ארץ ישראל — עשר אגורות, ועד"ז בכל מדינה ומדינה לויט מטבע שלה —
און דאָס וועט אויך דערמאָנען אויף צוויי זאַכן (צווישן מערערע זאַכן):
ערשטנ'ס, אַז בשעת אַ איד טוט אַ וואָס ווערן געטיילט אויף צען — פון „ראשיכם" ביז „שואב מימיך"ל;
און צווייטנ'ס, וויבאַלד אַז דאָס איז די צאָל פון „מחצית השקל", דערמאָנט דאָס יעדן אידן אַז ער איז נאָר ווי אַ „מחצית", אַ האַלבע זאַך, און נאָר דורך דעם וואָס ער וועט זיך צוזאַמענרעדן מיט „רעך" און אין אַן אופן פון „כמוך"לא — דעמולט וועט ער ווערן אַ גאַנצע זאַך, אַ גאַנצער שקל, שקל הקודש,
וואָס דעמולט ווערט ער אויך אַ „סאָלדזשער" ווי עס דאַרף־צו־זיין, ווי מ'זעט דאָס אויך אין יעדער ארמיי, אַז כדי צו זיין זיכער אין דעם נצחון, דאַרף יעדער „סאָלדזשער"
ווייניקסטנס נאָך איינעם ער זאָל אים אַרויסהעלפן און קוקן וואָס טוט זיך הינטער אים,
און אַזוי אין דעם אויבערשטנ'ס ארמיי, אַז איין „סאָלדזשער" העלפט אַרויס דעם צווייטן, ובפרט בשעת ער אַטאַקירט דעם יצר מיט תורה ומצוות,
וואָס דאָס איז דער אמת'ער נשק (וואפן) פון יעדערן פון אייך (אינגעלעך און מיידעלעך) אין מלחמת היצר,
און דאָס אַלץ פאַרזיכערט אַ נצחון גמור, אַ פולשטענדיקן נצחון.
יד. דאָס וואָס מ'האָט פריער דערמאָנט די צוויי דוגמאות אויף די פיר אָפטיילונגען אין „צבאות השם", פון אברהם יצחק יעקב ודוד, און פון שרה רבקה רחל ולאה —
איז זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז דאָס מיינט ניט ח"ו אַז אינגעלעך זיינען ניט324אַזויפיל מחוייב אין די מעשים טובים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט שרה רבקה רחל ולאה, אָדער מיידעלעך זיינען ח"ו ניט אַזויפיל מחוייב אין די מעשים טובים פון אברהם יצחק יעקב ודוד;
אדרבה, תורה זאָגט אָןלב, „כבד את אביך ואת אמך", „איש אמו ואביו תיראו" — מען דאַרף און מוז אָפּגעבן כבוד און פאָלגן סיי דעם פאָטער און סיי דער מוטער.
ומזה פשוט, אַז אינגעלעך דאַרפן טאָן אַלע מעשים טובים, סיי פון אברהם יצחק יעקב ודוד, סיי פון שרה רבקה רחל ולאה; ועד"ז מיידעלעך דאַרפן טאָן סיי אַלע מעשים טובים פון שרה רבקה רחל ולאה, סיי אַלע מעשים טובים פון אברהם יצחק יעקב ודוד.
טו. וכאמור לעיל, אַז פון צייט צו צייט זאָל זיין די הויפּט־אַטאַקע אין איין ענין (פון די אבות אָדער אמהות), און אַ באַשיצונג אין די אַלע אַנדערע זאַכן.
צום ביישפּיל: בשעת עס קומט צוגיין אַן אָרעמאַן, און דער יצר וויל איינרעדן ער זאָל אים ניט געבן קיין צדקה ח"ו — דאַרף דעמולט זיין די הויפּט־אַטאַק לויט די אָנווייזונגען פון אברהם אבינו, גמילת חסדים, און די באַשיצונג אין די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט די אַנדערע אבות ואמהות.
נאך א ביישפיל: ווען עס קומט די צייט פון דעם סדר הלימודים אין חדר אָדער אין ישיבה (סיי ביי אינגעלעך סיי ביי מיידעלעך) — קומט צוגיין דער יצר און וויל איינרעדן מען זאָל דאָס אָפּלייגן אויף שפּעטער —
איז דעמולט די הויפּט־אַטאַקע לויט די אָנווייזונגען פון יעקב, מען זאָל זיך אָפּלערנען פון זיין אויפפירונג, אַז ער איז געווען אַ „יושב אוהלים"33) (בשעת עשו איז אַרומגעלאָפן אין די פעלדער און פאַרנומען זיך מיט ציד („האנטינג"), ווי עס שטייט „איש יודע ציד איש שדה"34)),
און די באַשיצונג אויף די אַלע אַנדערע פראָנטן וואָס זיינען אָנגעוויזן געוואָרן דורך אברהם יצחק ודוד און שרה רבקה רחל ולאה.
און אַזוי איז אויך בנוגע די אַנדערע אבות ואמהות, וואָס יעדערער פון אייך וועט קענען געפינען דעם ביישפּיל (און ביישפּילן) וואָס איז פאַרבונדן מיט דער עבודה פון יעדערן פון זיי.
טז. מ'האָט גערעדט מערערע מאָל, אַז בשעת מען געפינט זיך אין אַ געוויסן טאָג אין וואָך, קען מען אָפּלערנען אַ הוראה פון דער בריאה וואָס איז געווען ביום זה (בששת ימי בראשית), ד.ה. מען לערנט זיך אָפּ פון דעם ביישפּיל וואָס דער אויבערשטער כביכול האָט באַוויזן בשעת ער האָט באַשאַפן די וועלט.
היינט איז דאָך יום הרביעי בשבוע — שטייט אין פסוק35) אַז ביום הרביעי איז געווען „ויעש אלקים את שני המאורות הגדולים, את המאור הגדול לממשלת היום ואת המאור הקטן לממשלת הלילה", דעמולט האָט דער אויבערשטער באַשאַפן די זון און די לבנה.
לערנט אונז תורה, אַז אין דערויף איז325ספּעציעל פאַר די וואָס געפינען זיך און דינען אין „צבאות השם", וואָס באַ זיי איז דאָך העכסט־וויכטיק צו וויסן וואָס דער „קאָמענדער־ין־טשיף", דער אויבערשטער, האָט געהייסן טאָן, און געלערנט (— ל' תורה) און באַוויזן די וועג, אין דעם באַשטימטן טאָג.
חז"ללו זאָגן, אַז אידן ווערן געגליכן צו דער לבנה, „המאור הקטן".
אַזוי ווי די לבנה איז אַ „מאור הקטן", אַזוי זיינען אַלע אידן אין אַן אופן פון „קטן", און ווי דערמאָנט פריער אַז יעדער איד ווערט באַטראַכט ביים אויבערשטן ווי אַ „ילד שעשועים", ווי אַ קליין קינד מיט וועמען ער האָט זיין רעסטן פאַרגעניגן און זיין הויפּט־אַרגעניגן.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק דער לימוד פון דער בריאה פון דער לבנה „לממשלת הלילה", אַז פונקט ווי די לבנה באַלייכט די וועלט בלילה, אין דער פינצטערניש,
אַזוי דאַרף אַ איד באַלייכטן די וועלט אין דער נאַכט פון גלות, אין אַ ווינקל וואו עס איז נאָך ניט צוגעקומען אור — מיט „תורה אור"לז, מיט ליכטיקייט פון אידישקייט און תורה.
און אַזוי ווי די לבנה באַלייכט די וועלט דורך דעם וואָס זי באַקומט פריער איר ליכטיקייט פון דער זון —
אַזוי אויך יעדער איד, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע קינדער, באַלייכט זיין הויז און זיינע חברים (אַ מיידעלע — אירע חבר'טעס), דורך דער ליכטיקייט וואָס ער באַקומט פון דעם אויבערשטן וואָס איז געגליכן צו דער „זון", ווי עס שטייטלח „כי שמש ומגן ה' אלקים" — וואָס ער האָט געגעבןלט פון זיין ליכטיקייט צו אידן דורך זיין תורה, „תורה אור".
דורך דעם וואָס יעדערער פון אייך לערנט „תורה אור", מיט לעבעדיקייט און מיט ליכטיקייט, ווייס ער ווי אַזוי צו ווערן אַ „מאור הקטן", אויף באַלייכטן די פינצטערניש פון גלות, און באַלייכטן די פינצטערניש פון וועלט,
און צו מקיים זיין מצוות לויט די הוראות פון דער ליכטיקייט פון תורה, עסן נאָר כשר'ע מאכלים, אין אַ כשר'ן אופן, מיט אַ ברכה; אויפשטיין פון שלאָף מיט זאָגן „מודה אני", און פאַרענדיקן דעם טאָג, לייגן זיך שלאָפן, מיט זאָגן „שמע ישראל",
און אויך במשך דעם גאַנצן טאָג פירן זיך ווי עס דאַרף זיך פירן אַ „סאָלדזשער" אין דעם אויבערשטנ'ס ארמיי.
וואָס דורך דעם וואָס יעדער אידישער אינגעלע און יעדע אידישע מיידעלע באַלייכטן די וועלט — ווערט די וועלט אַ ליכטיקע וועלט, ווי זי איז געווען ביום הרביעי, אין דעם טאָג וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן אַז דאָס איז דער טאָג וואָס לערנט, אַז אויך אַ „קטן", אפילו אַ קליין קינד, קען באַלייכטן די נאַכט פון דער גאַנצער וועלט, דורך דערויף וואָס ער באַקומט די ליכט פון דער זון, ד.ה. פון דעם אויבערשטן.
און מ'באַשיינט די וועלט, און מ'שפיגלט אָפּ אין וועלט דעם אור פון326דעם אויבערשטן, אָנהויבנדיק אַז מען ברענגט אַריין דעם אור ביי זיך אין הויז און ביי זיך אין האַרצן, און אויך באַ די חברים אָדער חבר'טעס.
יח. און דער אויבערשטער זאָל בענטשן יעדערן פון אייך, און יעדערן פון אונז, און דעם גאַנצן אידישן פאָלק צוזאַמען —
אַז גאָר אינגיכן זאָלט איר פאַרענדיקן אייער באַלייכטן די וועלט, און יעדער איד — זיין חלק אין וועלט, וואָס דעמולט וועט די וועלט ווערן אַ ליכטיקע, און עס וועט קומען משיח צדקנו, און עס וועט זיין „והי' לך ה' לאור עולם"מ, אַז אַלע וועלן זען ווי דער אויבערשטער באַלייכט די וועלט און זי ווערט אַן אמת ליכטיקע וועלט.
און מ'וועט אַרויסגיין פון דער פינצטערניש פון גלות, און גיין אין ארץ הקודש, אין דער ליכטיקער לאַנדמא, אין ארץ ישראל, און מיטברענגען אַהינצו די מעשים טובים אין „נר מצוה ותורה אור"לז, אַ ליכטיקע תורה און ליכטיקע מצוות, וואָס דאָס ווערט געבראַכט דורך „נר ה' נשמת אדם"מב, דורך ריינע און ליכטיקע אידישע נשמות וואָס זיינען דאָ באַ יעדערן פון אייך.
וואָס דורך דעם וואָס מ'גייט אַלע צוזאַמען, האָט מען „שלימות העם", דעם גאַנצן אידישן פאָלק, מיט די קינדער בראש;
מיט „שלימות התורה", מיט דער גאַנצער תורה — וואָרום מ'האָט מקיים געווען „את כל דברי התורה הזאת"מג, אַלע מצוות וואָס שטייען אין תורה;
און מ'געפינט דאָרטן „שלימות הארץ", אַ גאַנצע און אַ ליכטיקע ארץ הקודש, ארץ ישראל,
און מיד נגאליןמד — מ'האָט גלייך די ליכטיקייט פון דער גאולה האמיתית והשלימה, פון דער אמת'ער און גאַנצער גאולה וקיבוץ גליות, וואָס הויבט זיך אָן — דער „קיבוץ — גליות" נאָך זייענדיק אין ארצות הגלות, דורך משיח צדקנומה ובקרוב ממש.
און מ'קומט גלייך אין ארץ הקודש, ובשמחה ובטוב לבב, מיט אַן אמת'ע פריילעכקייט און מיט אַלע גוטע זאַכן, וואָרום מ'פירט זיך אויף לויט דער אָנווייזונג פון די טעג פון שמחת תורה (פון וועלכע מיר קומען איצטער),
*
ט*.אַזוי ווי עס זיינען פאַראַן אידישע קינדער, אינגעלעך אָדער מיידעלעך, וועלכע פאַרשטייען (דערווייל) נאָר רוסיש, אייניקע פון זיי דאָ, ובמיוחד די וועלכע לעבן אין אַזעלכע מדינות ווי יו.ס.ס.ר. (רוסלאַנד) וכדומה,
איז נעמענדיק אין אַכט, אַז מיר געפינען זיך יעצט אין אַ זמן פון איבערגאַנג פון חודש תשרי אין חודש חשון —
327וועט מען רעדן צו זיי עכ"פ בקיצור, עטליכע ווערטער, אויף רוסיש.
און איך האָף, אַז דאָס וועט דערגיין צו זיי, ובעיקר, אַז זיי וועלן דאָס אויסנוצן ווי מען דאַרף עס אויסנוצן,
אויסנוצן דאָס אַלס מיטגלידער פון דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי, פון „צבאות השם".
וואָס דעריבער געפינען זיי זיך אונטער דער פירערשאַפט פון דעם
קאָמאַנדיר",
אויבערשטן, וועלכער האָט געגעבן יעדערן פון אייך און יעדערן פון אונז זיינע הוראות אין זיין הייליקער תורה — אין וועלכן אופן מען זאָל מלחמה האָבן און מנצח זיין דעם יצר, ד. ה. די רצונות און אויפפירונגען וועלכע פאַסטן ניט פאַר דער אידישער נאַטור און פאַרן אידישן כאַראַקטער, ובמילא — זיי פאַסטן ניט פאַר אַ אידישן אינגעלע אָדער אידישע מיידעלע, וואו זיי זאָלן זיך נאָר געפינען.
און עס איז פאַראַן אַ הבטחה און ברכה פון דעם אויבערשטן (פון דעם „הויפּט־קאָמאַנדיר"), אַז „יגעת ומצאת".
אַז אויב נאָר מען וועט האָבן אַן אמת'ן רצון צו גיין לויט די אָנווייזונגען פון דעם אויבערשטן אין זיין תורה, וועט מען מנצח זיין אין דער מלחמה מיטן יצר,
און מען וועט קענען לעבן דעם טאָגטעגליכן לעבן, אָנהויבנדיק דעם טאָג מיט זאָגן „מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי בחמלה, רבה אמונתך", און ענדיקן דעם טאָג זאָגנדיק: „שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד", און אין משך פון דעם גאַנצן טאָג זאָל די אויפפירונג זיין אין אַלע פרטים לויט די הוראות פון דעם אויבערשטן.
כ. דער ענין האמור באַקומט אַ ספּעציעלן חיזוק אין די איצטיקע טעג, ווען מיר קומען פון חודש תשרי.
במשך דעם חודש זיינען אַלע אידן, איר צוזאַמען מיטן גאַנצן אידישן פאָלק אומעטום, געשטאַנען אין אַ פאַראייניקונג אין אַלע ספּעציעלע ענינים פון חודש תשרי.
ראש השנה, אין אָנהויב פון יאָר, אין מקיים זיין השם'ס בקשה „שתמליכוני עליכם"מו, אָננעמען אויף זיך די הערשאַפט און די פירערשאַפט פון דעם אויבערשטן,
וואָס דערפון באַקומט מען אַ חיזוק מיוחד אין דער עבודה פון „צבאות השם", וואָרום דורך „תמליכוני עליכם", ווערט מען אַ טייל פון דער אַרמיי פון דעם אויבערשטן, „מלך ישראל", דער פירער און מלך פון אַלע אידן וואו נאָר זיי געפינען זיך.
דערנאָך, יום כפור, האָט יעדערער פון אייך און פון אונז זיך אומגעקערט אינערליך צו זיין מקור, און דעם מקור פון אַלץ וואָס מיר האָבן, וואָס דאָס איז דער אויבערשטער,
וואָס דעמולט האָט דער אויבערשטער פאַרגעבן אַלץ וואָס איז געטאָן געוואָרן ניט ווי עס דַרף־צו־זיין
ווייל ער האָט געזען אין האַרצן פון יעדער אידן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע אינגעלעך און מיידעלעך, אַז זיי נעמען אויף זיך (פון דעם טאָג און פון דעם מאָמענט אָן) די התחייבות אויף דעם גאַנצן יאָר, צו אויספילן אַלע זיינע הוראות.
328דערנאָך, בחג הסוכות, זמן שמחתנו, איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן, אַז יעדער איד פאָלגט נאָך די הוראות פון תורה מיט אַן אמת'ער שמחה,
און דערנאָך דער סיום בשמחת תורה, ווען אַלע אידן טאַנצן אומעטום, אפילו אין די גאַסן,
אין די גאַסן פון מאָסקווע און לענינגראַד, אין די גאַסן פון אַנדערע שטעט אין דער וועלט, כולל די גאַסן פון ניויאָרק און ירושלים.
וואָס פון דער שמחה נעמט יעדערער פון אייך און איר אַלע צוזאַמען מיט אונז, די שמחה אין מקיים זיין די הוראות פון תורה במשך פונעם גאַנצן יאָר,
און ווי ערקלערט פריערמז באריכות (אין אידיש), נעמט אויף זיך דער אויבערשטער (דער „הויפּט־אָמאַנדיר") די התחייבות צו באַזאָרגן יעדערן פון זיינע „סאַלדאַטן", אָנהויבנדיק פון די אידישע קינדער, אינגעלעך אָדער מיידעלעך, וואו זיי זאָלן זיך נאָר געפינען.
כא. און ווי שוין דערמאָנט אַ סאַך מאָלמח, איז עס גאַראַנטירט דורך דער קאָנסטיטוציע פון אַלע מדינות פון דער וועלט, כולל פון די „יונייטעדסטייט'ס", פון יו. ס. ס. ר. (דער פאַרבאַנד פון די סאָוועטישע רעפּובליקעס בכלל, כולל די אוקראַינער סאָוועטישע רעפּובליק, און אַלע אַנדערע רעפּובליקעס וועלכע שטעלן צוזאַמען דעם פאַרבאַנד) — אַז יעדערער האָט די פולע פרייהייט און רעכט צו פירן זיין פּריוואַטן לעבן לויט ווי זיין האַרץ דיקטירט אים,
ד. ה. אַז יעדער אידישער אינגעלע אָדער אידישע מיידעלע (און אויך — ערוואַקסענע) האָבן די פולע רעכט צו לעבן לויט ווי זייער אידישע האַרץ דיקטירט זיי, צו לעבן דעם טאָ־טליכן לעבן לויט די אָנווייזונגען פון דעם אויבערשטן אין זיין תורה.
און נאָכמער: די קאָנסטיטוציע הייסט און זאָגט אָן צו אַלע פאָרשטייער פון דער מאַכט, ומסתמא וועלן זיי דאָס דורכפירן בפועל, זיי זאָלן טאָן אַלץ, אַז יעדערער פון אייך און איר אַלע צוזאַמען זאָלט קענען יעדן טאָג פון יאָר לערנען תורה און מקיים זיין מצוות (די הוראות פון תורה), אָן קיינע שטערונגען.
און מען זאָל טאָן אין דעם אַלעם בשמחה ובטוב לבב, מיט אמת'ע שמחה,
און דאָס וועט ברענגען מיט זיך די ברכות פון דעם אויבערשטן, אין כל המצטרך.
כב. ובקרוב ממש אין גיכן ממש וועט קומען די באַפרייאונג פון דעם גלות, די גאולה האמיתית והשלימה,
ווען מיר אַלע צוזאַמען וועלן גיין אין ארץ ישראל, אין אונזער הייליקער לאַנד, וועלכע איז געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן צום גאַנצן אידישן פאָלק און צו יעדער אידן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע אידישע אינגעלעך און מיידעלעך, אויף אייביק,
מיט דער הבטחה, אַז סוף כל סוף וועט ער — יעדער איד — זיך אַהינצו אומקערן, און וועט זיך אומקערן מיט אַ געזונטער נשמה און מיט אַ געזונטן גוף, צוזאַמען מיט זיינע ברידער און שוועסטער, פאָטער און מוטער, און אַלע קרובים,
329וואָס דאָס וועט זיין בגאולה האמיתית וועלט איז באַשאַפן געוואָרן און ווערט והשלימה ע"י משיח צדקנו, אַז בראש אָנגעפירט פון דעם אויבערשטן בכל וועט גיין משיח צדקנו, און נאָך אים — מקום ובכל זמן.
יעדערער פון אייך און יעדערער פון
פאַרענדיקן מיט „ופרצת ימה וקדמה
און ווי געזאָגט, מיט אַן אמת'ער האַר־וצפונה ונגבה",
שמחה אמיתית,
כג. ווי גערעדט מערערע מאָל, וויל
מען באָם פאַרענדיקן מצרף זיין אויך אַן
ענין של צדקה וגמ"ח, נוסף צו תורה צדקנו, און מיט אים צוזאַמען און מיטן ותפלה וואָס איז געווען דאָ (תפלת אויבערשטן גיין (ווי דערמאָנט פריער) מנחה, און דער לימוד פון די י"ב במהרה בימינו ממש, אין „ארץ אשר גו'
תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה
ועד אחרית שנה"50), אין ארץ ישראל,
וועט מען איצטער אויסטיילן צוויי ובשמחה ובטוב לבב.
מטבעות, וואָס יעדערע פון זיי האָט
דעם צאָל פון צען (ווי גערעדט פריער
די מעלה שבדבר) — איר זאָלט אָפּגעבן ישראל גו', בראשית ברא גו'.
צווייטער זאָלט איר טאָן ווי איר ווילט ולהמדריכות שיחיו מטבעות של עשר
סענט לחלק לכל אחד ואחת מהילדים
פאַר דערויף — זאָל מען נאָכאַמאָל והילדות שיחיו שתי מטבעות: א' לתת איבער'חזר'ן דעם פסוק „שמע ישראל" לצדקה, והב' — לעשות בה כטוב און דעם פסוק49) „בראשית" — מ'זאָל בעיניהם.