English
ספרייה

לקוטי שיחות

תצא ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

137תצא ב

א. אויפן פסוקא „כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך" שטייט אין ספריב: „בית — לרבות היכל",

אַז די מעקה אויפן גג פון היכל המקדשג איז געווען (ניט נאָר „לנוי"ד וכיו"ב, נאָר) אַ חיוב, מצות מעקה.

איז ידוע די שאלהה: דער דין איז, אַז בתי כנסיות ובתי מדרשות זיינען פטור פון אַ מעקה, ווי די גמראו דרש'נט „גגך . . למעוטי בתי כנסיות ובתי מדרשות" — איז פאַרוואָס איז דער היכל המקדש מחוייב במעקה?

ב. דער ראָגאַטשאָווערז ענטפערט אויף דעם, אַז דער חיוב מעקה איז חל (ווי עס שטייט אין ספריח) „משעת חידושו"ט — גלייך ווען דער בית ווערט געבויט (נאָך איידער מ'הויבט אָן אים נוצןי); און וויבאַלד אַז ביים מקדש איז דער דיןיא „בונין בחול ואח"כ מקדישין", קומט אויס, אַז „בשעת חידושו" (ווען דער מקדש ווערט געבויט), האָט ער נאָך ניט קיין קדושה ובמילא איז ער דאַן חייב במעקה.

דער תירוץ איז אָבער צע"גיב:

א) דאָס וואָס בתי כנסיות ובתי מדרשות זיינען פטור ממעקה איז (ניט ווייל זיי זיינען „קודש"יג, נאָר) ווייל זיי זיינען ניט „גגך" — זיי האָבן ניט קיין בעליםיד; וא"כ האָט אויך היכל המקדש געדאַרפט זיין פטור ממעקה, וואָרום כאָטש ער ווערט נבנה בחול, ווערט ער אָבער ניט דערמיט „גגך".

138מען קען ניט ענטפערן אַז תירוצו איז לויטן טעם הרמב"םטו — אַז דאָס וואָס בתי כנסיות ובתי מדרשות זיינען פטור ממעקה איז (ניט ווייל זיי באַלאַנגען ניט צו יחידים, נאָר) „לפי שאינן עשויים לדירה"; משא"כ דער היכל וואָס בשעת בנינו איז ער נאָך „חול", קען ער דעמאָלט גענוצט ווערן לדירה, און דערפאַר איז ער מחויב במעקה,

וויילטז אע"פ אַז „בונין בחול ואח"כ מקדישין", וויבאַלד אָבער אַז עס ווערט געבויט לשם מקדש, איז מסתבר, אַז מען האָט זיך ניט משתמש געווען (אָדער — מען טאָר ניט משתמש זיין זיך) מיטן בית לצרכי הדיוטיז.

ב) אַ בית המחויב במעקה — אַז מ'האָט אים דערנאָך געמאַכט פאַר אַ ביהכנ"ס (וכיו"ב — בית הפטור ממעקה), ווערט במילא בטל חיוב המצוה דמעקהיח.

ג. ויש לומר הביאור בזה:

רש"ייט איז מסביר, אַז דאָס וואָס בתי כנסיות ובתי מדרשות זיינען ניט בכלל „גגך" איז ווייל „אין חלק לאחד מהן בו שאף לבני עבר הים הוא". דערמיט באַוואָרנט רש"י פאַרוואָס בתי כנסיות כו' זיינען אַנדערש פון אַ בית של שותפין:

דער דין איז, אַז בית של שותפין איז חייב במעקה, ווי די גמראו זאָגט, אַז כאָטש פון וואָרט „גגך" איז משמע „דידך אין דשותפות לא", פונדעסטוועגן, וויבאַלד דער פסוק טייטשט אויס דעם טעם פון מעקה — „כי יפול הנופל ממנו", און מצד דעם חשש איז ניט קיין נפק"מ צי ס'איז אַ בית של יחיד אָדער של שותפין, דעריבער איז אַ בית של שותפין מחוייב במעקהכ —

ווערט דאָך לפ"ז קשה: מיט וואָס זיינען אַנדערש בתי כנסיות ובתי מדרשות וואָס ווערן יע נתמעט פון וואָרט „גגך"? אפילו אַז ס'איז ניט „גגך", מוז מען דאָך אָבער באַוואָרענען דעם חשש פון „כי יפול הנופל ממנו".

איז רש"י מסביר, אַז ביי בתי כנסיות ובתי מדרשות איז ניטאָ וועמען צו מחייב זיין: דער חיוב מעקה איז אויף די בעלים פון דעם בית (און ביי בית של שותפין — איז דער חיוב מעקה אויף יעדערן און אַלע שותפים), אָבער די בני העיר (וועלכע האָבן געבויט דעם ביהכנ"ס אָדער ביהמ"ד) אין חלק לאחד מהן אין ביהכנ"ס וביהמ"ד, ווייל „אף לבני עבר הים הוא"כא, איז במילא ניט שייך אַרויפצולייגן אויף זיי דעם חיוב צו מאַכן אַ מעקה.

ס'איז קיין סתירה ניט פון דעם וואָס מען געפינט, אַז לגבי אַנדערע דיניםכב ווערן די בני העיר יאָ פאַררעכנט ווי די139בעלים פון דעם ביהכנ"ס כו' — ווייל לגבי חיוב מעקה איז נוגע (ניט נאָר דער קנין הגוף פון ביהכנ"ס כו', וואָס געהערט בלויז צו די בני העיר, נאָר אויך) אַז דאָס איז זיינער אַ מקום לדורכג,

משא"כ בביהכנ"ס וואָס כל ישראל האָבן רעכט צו אַריינגיין און משתמש זיין זיך מיט יעדן בית הכנסת שבכל עיירות שבעולםכד; ובלשון פון ראָגאַטשאָווערכה: „גבי מעקה . . תלי' בדירה ודירת בהכ"נ שייך לכל"כו.

ד. עפ"ז ווערט אויך רעכט פאַרוואָס דער היכל המקדש איז חייב במעקה:

אין דעם מקדש האָבן אַלע אידן געהאָט אַ חלק, (כעין) שותפות: סיי אין דעם מקום המקדש, וואָס דוד המלך האָט געקויפט פון ארונה היבוסי מיטן געלט וואָס ער האָט גענומען פון אַלע שבטיםכז; און עד"ז דער מקדש גופא ווערט דאָך געבויט פון נדבות הצבור (און פּונקט ווי אַלע אידן האָבן זיך משתתף געווען אין נדבת המשכן, איז מסתבר, אַז אַלע אידן האָבן זיך משתתף געווען אויך אין דער קופה ולשכה פון וועלכער מ'האָט געבויט (אָדער בדק בית ה)מקדש);

און אע"פ אַז בשעת דער יחיד גיט זיין נדבה אין דער קופה, איז עס באופן פון „ימסרם לצבור יפה יפה"כח (ניט ווי ממון וואָס געהערט צו כמה יחידים בתור שותפות) — פונדעסטוועגן ווערט דורך דעם ניט נתבטל (לגמרי) דער חלק היחידכט (כידוע די ראי' אויף דעם פון בקשת משה (בקשר צו קורח ועדתו): „חלקם (בתמידי צבור) לא יקובל"ל); און דערפאַר איז דער מקדש (עכ"פ) מעין שותפות דכל ישראללא.

און וויבאַלד אַז יעדער איד האָט אַ חלק אין ביהמ"ק — כנ"ל (ובמכש"כ — פון תמיד), דעריבער זיינען די אידןלב140נתחייב געוואָרן צו מאַכן אַ מעקה ווען זיי האָבן געבויט דעם ביהמ"קלג.

און צו זיין מחוייב במעקה מוז ניט זיין „גגך" בשלימות ממש (וכנ"ל סעיף ג', אַז אויך אַ בית של שותפים איז ניט קיין אמת'ער „גגך") און מען מוז באַוואָרענען דעם „כי יפול הנופל ממנו"לד.

ה. מען קען נאָך אָבער פרעגן:

דער חיוב מעקה איז דוקא באַ אַ „בית דירה"35) (ווייל אַנדערש איז דאָך „אינו זקוק לו"36)); וואָס (אויך) מטעם זה זיינען בתי כנסיות ובתי מדרשות פטור ממעקה, ווייל ביהכנ"ס „אינו בית דירה"37) [ובפרט לדעת הרמב"ם וואָס ברענגט נאָר דעם טעם — „לפי שאינן עשויים לדירה"38) — כנ"ל סעיף ב] —

און דער היכל איז דאָך ניט אַ בית דירה?

ויש לומר בזה39): דער ענין הדירה איז פאַרבונדן בעיקר מיט אכילה, ווי דער דין ביי סוכה, וואו עס דאַרף זיין „תשבו

35) ספרי פרשתנו שם. רמב"ם הל' רוצח כו' רפי"א. שו"ע חו"מ ר"ס תכז. שו"ע אדה"ז חלק חו"מ הל' שמירת גוף ונפש כו' סעיף א.

36) רמב"ם שם (וראה הערה 38). שו"ע שם. וראה שו"ע אדה"ז שם.

37) רש"י חולין (הנ"ל הערה 19).

38) וצ"ע, לכאורה, דא"כ למה צריכים מיעוט מיוחד ד"גגך" — והרי „אינו זקוק לו" מכיון שאינו עשוי לדירה; ועכ"פ נלמד זה מ"בית" (כבספרי שם. וראה הגמ"י שם). וראה סמ"ע שם סק"ה.

ויש לומר, דהו"א דביהכנ"ס וביהמ"ד נק' בית דירה, מכיון שמשתמש בו היחיד בקביעות לתפלה ותורה*, ולכן צ"ל מיעוט מיוחד (שגם הם בכלל „אינם עשויין לדירה").

39) גם י"ל להמ"ד דגגין של היכל לא נתקדשו (ראה אנציקלופדי' תלמודית ע' גגין ועליות (ע' קלג) וש"נ), וא"כ מותרת ההשתמשות בם — והרי הפטור דאינו בית דירה הוא מפני שאין משתמשין על הגג (ראה שו"ע אדה"ז שם). ולהעיר משו"ת מבי"ט סק"י. שד"ח כללים מע' המ"ם כלל קצה (תקנה, ב).

ולהעיר דאת"ל שעליית ההיכל לא הייתה פתוחה להיכל צ"ע אם קדושתה כהיכל או כעזרה (ראה צל"ח פסחים פו, א. אנצק' תל' שם).

כן להעיר ממלכים (ב יא, ב ואילך) שהסתירו את יואש בחדר המטות — עליית בית קדש הקדשים (רש"י שם) — שש שנים.141כעין תדורו"מ, אַז „עיקר מצות הישיבה בסוכה" איז די אכילה בסוכהמא.

און דערפאַר איז מקדש אַ „בית דירה", ווייל דאָס איז דער מקום קבוע אויף אכילת קדשיםמב; און אע"פ אַז אכילת קדשים איז נאָר בעזרה און ניט אין היכל (אויף וועלכן ס'איז געווען די מעקה (על גגו)) — איז אָבער דער דיןמג, אַז מען מעג

ויותר מזה — מען דאַרף און מען מוז (בשעת הדחק) עסן קדשי קדשים בהיכל.

[ס'איז קיין קשיא ניט פון דעם וואָס בשעת הדחק מעג אַ ת"ח עסן אויך אין אַ ביהכנ"סמד (וכש"כ אין אַ ביהמ"דמה) און אעפ"כ ווערן זיי ניט אָנגערופן „בית דירה" כנ"ל — ווייל דאָרטן איז דער היתר מצד דעם וואָס אַזאַ אכילה ושתי' (ושינה) איז דרך עראי, און דערפאַר הייסט עס ניט אַ „בית דירה" אויף נתחייב ווערן במעקה, ווייל ס'איז נאָר ע"ד ווי אַ דירת עראי (סוכהמו; בית בחו"ל פחות מל' יום וואָס איז פטור ממזוזהמז);

משא"כ אכילת קדשי קדשים, וואָס די אכילה איז אַ מצוה וואָס מצוותי' אחשבי'מח ובפרט אַז עס דאַרף זיין אין אַן אופן פון „למשחה — לגדולה"מט, איז דאָס אַן ענין של קביעות. תורה האָט געהייסן עסן ק"ק בהיכל (עכ"פ בשעת הדחק), איז עס אַ „בית דירה"נ].

ו. דער ביאור החילוק צווישן ביהכנ"ס כו' און ביהמ"ק (לגבי חיוב מעקה) בפנימיות הענינים — וועט זיין פאַרשטאַנדיק לויטן ביאור ענין המעקה בעבודה רוחנית:

דער פירוש פנימי אין „ועשית מעקה לגגך גו' כי יפול הנופל ממנו" איז: „גגך" ווייזט אויף הגבהה וגאוהנא, און „ועשית מעקה לגגך" מיינט, אַז מען מוז פאַרצאַמען און מגביל זיין די גאוהנב; „כי יפול הנופל ממנו" — ווייל מדת הגאוה איז דער שרש פון יעדער נפילה רוחנית, כידוענג אַז מדות רעות ביים אדם נעמען זיך פון זיין ישות וגאוה.

און דאָס איז אויך די הוראה כללית פון דעם וואָס אויך דער היכל דאַרף האָבן אַ מעקה:

142מען קען מיינען, אַז די באַוואָרעניש פון אַ מעקה איז נויטיק נאָר אין די ענינים פון „בית של חול", וואָס זיין „גג" (גבהות וגאוה) איז פשוט'ע גאוה, היפך הקדושה;

בשעת עס רעדט זיך אָבער וועגן מקדש, וואָס איז כולו קודש — איז דאָך אויך דער גג המקדש אַן עבודה דקדושה: „ויגבה לבו בדרכי ה'"נד, וכמחז"לנה אַז אַ „ת"ח צריך שיהא בו אחד משמונה שבשמינית" — וואָס דאַרף מען דאַ באַוואָרענען — שזהו ענין המעקה?

איז די הוראה, אַז אפילו דער גג המקדש דאַרף האָבן אַ מעקה; און נאָכמער: אין מקדש גופא, איז די מעקה געווען אויפן גג ההיכל, און אויך פון דעם קודש הקדשיםנו.

וואָרום אפילו ווען מ'האַלט שוין בתכלית העלי', מוז מען זיין געוואָרנט און געצאַמט דורך דעם הרגש הביטול; ואדרבה — „כלים הנגמרים בטהרה צריכין טבילה לקודש"נז: אפילו בשעת מ'האַלט ביי אַ דרגא וואָס גיט אַן אָרט צו מיינען אַז מ'איז שוין אַ „פאַרטיקע" כלי, אַזאַ וואָס איז נגמר געוואָרן בטהרה — דאַרף מען דאַן ערשטנח האָבן „טבילה — אותיות ביטולנט — לקודש".

ז. מעקה כפשוטה איז דאָך ניט (אַזוי) אויף פאַרהיטן זיך, נאָר (בעיקר) צו באַוואָרענען אַז אַ צווייטער זאָל ניט פאַלן פון „גגך".

ועד"ז איז אין ענין המעקה ברוחניות: די „מעקה לגגך" איז ענינה ניט נאָר צו אויסהיטן זיך אַליין פון אַ נפילה רוחנית, נאָר אויך צוליב אַ צווייטן אידן, אַז „גגך" — דיין גבהות וגאוה — זאָל ניט גורם זיין אַ נפילה רוחנית ביי אַ צווייטן.

בשעת אַ איד פאַרנעמט זיך מיט הפצת היהדות און מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים —

וואָס דאָס איז אויך נכללס אין „כי תבנה בית חדש" (לויט פנימיות הענין), אַז אַ איד זאָל זיך ניט באַגנוגענען מיט עבודת עצמו, נאָר ער דאַרף „אויפבויען" אַ בית לה', אויפשטעלן אַ גאַנצן שלימות'דיקן „בית", אַ סביבה וואָס זאָל זיין דורכגענומען מיט אידישקייטסא —

און דערביי האָט ער גאוה, איז עס ניט נאָר אַ חסרון אין זיין עבודה (פרטית), נאָר עס קען גורם זיין אַ נפילה ביים צווייטן אויף וועמען ער דאַרף משפיע זיין. בשעת ער איז משפיע אויף דעם זולת מיט דברים היוצאים מן הלב, אָן קיין אייגענע פניות כו', איז מען בטוח אַז די דברים וועלן אויך זיין נכנסים אל הלב און פועל זיין פעולתם;

אויב אָבער אין זיינע רייד איז דאָ אַן אַריינמישונג פון ישות וגאוה, איז לבד זאת וואָס דאָס איז אַ שטערונג אין דער השפעה והצלחה פון זיינע רייד צו מקרב זיין דעם זולת, איז עס עלול צו143גורם זיין דעם היפך דערפון — די גאוה אין זיינע רייד קענען נאָך מרחק זיין דעם שומע, ר"ל.

ועוד זאת באַוואָרנט דער פסוק — „כי יפול הנופל ממנו", וכפי' חז"לסב „ראוי זה ליפול מששת ימי בראשית . . אלא שמגלגלין זכות על ידי זכאי וחובה על ידי חייב":

אַ איד קען טענה'ן, אַז די נפילה פון צווייטן איז ניט זיין שולד, נאָר ווייל יענער איז „ראוי . . ליפול", אָדער נאָך מער — „נופל" כפשוטו, ער איז שוין אַ נופלסג:

ווען דער צווייטער וואָלט געווען אַן איש ישר הולך, וואָלט ער מבחין געווען צווישן די אמת'קייט פון זיינע רייד (וואָס זיינען ווערטער פון תורה) און די ישות כו' (של האדם) וואָס איז אין זיי אַריינגעמישט, ע"ד מחז"לסד „תוכו אכל קליפתו זרק"סה;

נאָר ווייל יענער איז שוין אַ נופל, דעריבער, ווען ער דערהערט אַן ענין פון ישות כו' פועל'ט עס אויף אים אַ ירידה יתירה — היינט וואָס איז ער שולדיק אין דעם, אַז ער זאָל דאַרפן באַוואָרענען זיין „גג", אַז דער וואָס איז שוין אַ „נופל" זאָל ניט האָבן נאָך אַ גרעסערע נפילה?

זאָגט מען אים, אַז ניט קוקנדיק וואָס יענער איז אַ נופל, ליגט אָבער אויף אים אַ חיוב צו פאַרהיטן, אַז פון „גגך" — פון דיין גג — זאָל ניט אַרויסקומען אויך די נפילה פון אַ נופלסו; דו דאַרפסט ניט זיין פון די וואָס אויף זיי ווערט געזאָגט „מגלגלין . . חובה על ידי חייב" — דער גורם צום צווייטנס נפילה.

ח. אויף דעם קען מען האָבן אַ טענה: וויבאַלד ער ווייס אַז ער האָט ישות, איז צו וואָס זאָל ער זיך אַריינלאָזן אין אַ ספק — צי ער וועט יע קענען אָדער ניט קענען מאַכן אַ „מעקה" כדבעי, וואָס זאָל באַוואָרענען (זיינע און) דעם צווייטנס נפילה — ער וועט אינגאַנצן ניט פאַרנעמען זיך מיט „בנין הבית", ובפרט — מיט אויפבויען און מקרב זיין אַ צווייטן אידן!

איז דער פסוק מקדים און אַלס אַ ברכהסז „כי תבנה בית חדש": אַ איד דאַרף בויען אַ בית לה' דורך אויפשטעלן אַרום זיך אַ סביבה פון אידישקייט, כנ"ל; און ער קען זיך ניט פאַרלאָזן אויף אַנדערע, נאָר עס דאַרף זיין „בית חדש": פאַר יעדן אידן איז צוגעטיילט געוואָרן אַ חלק בעולםסח וואָס ער דאַרף מברר זיין און ער דאַרף אין עם מחדש זיין — דערפון מאַכן אַ דירה לו ית'. ער קען זיך ניט פאַרלאַזן אויף דער עבודה פון אַלע פריערדיקע דורות, אָדער אויף דער עבודה פון אַנדערע אידן שבדורו — נאָר עס ליגט אויף אים אַ חיוב גברא צו אויפבויען זיין חלק בעולם, וואָס דאָס איז זיין חידוש (און ניט אַ צווייטנס).

און דערפאַר, ווען ער טרעפט אַ צווייטן אידן — וואָס דאָס גופא איז144(בהשגחה פרטית, ובמילא) אַ הוכחה אַז יענעם'ס בירור איז פאַרבונדן מיט אים — מוז ער זיך פאַרנעמען מיט אים.

אויב אפילו דער צווייטער איז אַ „נופל", און ביי עם איז דאָ „גגך" וואָס קען גורם זיין אַ (תוספת) נפילה ביים צווייטן — איז צי דערפאַר וואָס ביי עם איז דאָ ישות וגאוה, דאַרף פעלן ביי אַ צווייטן, ביי דעם וואָס זיין תיקון איז פאַרבונדן מיט עם? מאַך אַ מעקה און פאַרצאַם דיין ישות! ולא אתה בן חורין להבטל ממנה — פון פאַרנעמען זיך מיט אַ צווייטן אידן.

וכידוע דער סיפור פון חסידים בשם פון מיטעלן רבי'ן:

דער מיטעלער רבי האָט געמאַכט אַ תקנה אַז די חסידים וואָס פלעגן קומען קיין ליובאַוויטש זאָלן אויף זייער וועג צוריק אַהיים חזר'ן חסידות אין די שטעטלעך וואָס זיי גייען פאַרביי. האָט איינער אַ יונגערמאַן אַ חסיד — וואָס פלעגט חזר'ן חסידות בטוב טעם — זיך פאַרקלאָגט פאַרן מיטעלן רבי'ן, אַז ביים חזר'ן חסידות דערפילט ער אַ רגש גאוה, וויל ער אויפהערן צו חזר'ן חסידות. האָט אים דער מיטעלער רבי געענטפערט: „אַ ציבעלעסט זאָל פון דיר ווערן, אָבער חסידות זאָלסטו חזר'ן"!

ט. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם חילוק צווישן ביהכנ"ס כו' און בית המקדש:

דער ענין פון בית הכנסת ובית המדרש איז — עבודת התפלה ולימוד התורה, וואָס דאָס איז די עבודה רוחנית פון דעם מענטשן אין זיך און מיט זיך; משא"כ ביהמ"ק דריקט אויס כללות עבודת האדםע — ניט נאָר די עבודה מיט זיך, נאָר אויך (ואדרבה — בעיקר) די עבודה פון „דירה בתחתונים", צו מאַכן פון ענינים גשמיים און וועלט בכלל אַ דירה לו ית'.

וואָס דערפאַר איז איינע פון די עבודות עיקריות אין מקדש — די עבודת הקרבנותעא, מעלה זיין די בהמה וכו' גשמית לה', און עס איז דאָ אכילת כהנים ואכילת בעלים, וואָס איז אַן ענין פון עבודת הבירורים.

ועד"ז איז כללות ענין המקדש צו משפיע זיין אויף דער וועלט אַרום, וואָס דערפאַר זיינען די חלונות המקדש געווען „שקופים אטומים" כדי אַז „אורה" זאָל לייכטן און באַלייכטן דעם חוץ און זיין אַן עדות „לכל באי עולם שהשכינה שורה בישראל"עב.

און וויבאַלד אַז דער תפקיד עיקרי פון מעקה איז צו באַוואָרענען דעם „יפול הנופל ממנו" — אַ צווייטן וואָס איז אין אַ דרגא פון „נופל", ועד"ז ביי זיך, ווען מ'איז פאַרנומען מיט דער עבודה וואָס איז פאַרבונדן מיט יורד זיין פון דער אייגענער מדריגה און פאַרנעמען זיך מיט בירור העולם („תבנה בית חדש")עג —

דעריבער מוז אַ ביהכנ"ס וביהמ"ד, ביי וועלכע דער מענטש איז אויס־145געטאָן פון עניני העולם, ניט האָבן קיין מעקה.

משא"כ ביהמ"ק וואָס טוט אויף אין גשמיות העולם — און אין עבודה רוחנית איז דאָס די עבודה פון בויען אַ בית לה', מאַכן פון דער סביבה אַ דירה לו ית' — ביי דעם פאָדערט זיך די באַוואַרעניש פון מעקהעד.

אעפ"כ איז דער תכלית השלימות פאַרבונדן מיט בית המקדש דוקא, ווייל דורך דער עבודה דוקא פירט זיך אויס די כוונת הבריאה, אַז ס'ווערט „תבנה בית חדש" — מען שטעלט אויף אַ דירה לו ית' בתחתונים,

און דורך דעם איז מען אויך זוכה צום בנין בית המקדש השלישי, במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ מטות תשמ"א)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-xrmrwsje

עותקים

פעילות אחרונה

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · אושרה
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · נסגרה

מקורות