English
ספרייה

לקוטי שיחות

ט"ו באב א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

47חמשה עשר באב*

א. אויף דעם וואָס די משנהא זאָגט „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכפורים" בריינגט די גמראב כמה טעמים פון אמוראים אויף דעם יו"ט פון ט"ו באב: יום שהותרו שבטים לבוא זה בזה, יום שהותר שבט בנימין לבוא בקהל, יום שכלו בו מתי מדבר, יום שביטל הושע בן אלה פרוסדיות שהושיב ירבעם בן נבט על הדרכים שלא יעלו ישראל לרגל, יום שנתנו הרוגי ביתר לקבורה. און צום סוף בריינגט די גמרא „רבה ור' יוסף דאמרי תרווייהו יום שפסקו מלכרות עצים למערכהג דתניאד רבי אליעזר הגדול אומר מחמשה עשר באב ואילךה תשש כחה של חמה ולא היו כורתים עצים למערכה לפי שאינן יבשין אמר רב מנשיא וקרו לי' יום תבר מגל".

ביי די אַלע פריערדיקע טעמים איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער טאָג איז אָנגענומען געוואָרן אַלס אַ יו"ט, ווייל עס האָט זיך דאַן אויפגעטאָן אַן ענין טוב ותועלת פאַר אידן — דער ביטול והפסק פון אַ גזירה ועונש (יום שכלו בו מתי מדברו, יום שביטל הושע . . שלא יעלו ישראל לרגל, יום שנתנו הרוגי ביתר לקבורה) אָדער אַ מילוי החסרון (יום שהותרו השבטים לבוא זה בזהז, יום שהותר שבט בנימין לבוא בקהל).

אָבער בנוגע דעם לעצטן טעם „יום שפסקו מלכרות עצים למערכה" דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס פאַר אַ מעלה (מיוחדת) וטוב איז דאָ אינעם הפסק פון גרייטן עצים למערכה, וואָס צוליב דעם זאָל דער טאָג זיין אַ יו"ט — און דערצו נאָך אַ יו"ט גדול וואָס לא הי' יו"ט כט"ו באב (וכיום הכפורים)? — מ'האָט דעם טאָג אויפגעהערט טאָן אַן ענין לצורך המקדש ווערט דאָס אַ יו"טח? — און רב48מנשיא איז נאָך מוסיף אַז דער הפסק כריתת עצים למערכה איז אַזאַ ענין נעלה ביז אַז נקרא בשם — מ'רופט דעם טאָג מיט אַ שם מיוחד „יום תבר מגל"!

די תמי' איז נאָך שטאַרקער: לויט ר"א הגדול אַז דאָס וואָס „לא היו כורתים עצים למערכה" איז ווייל „תשש כחה של חמה", קומט אויס אַז דאָס קומט מצד אַ חלישות וחסרון אין אַן ענין טוב שבטבע וואָס בריינגט אַ תועלת און איז אַ הכרח כדי האָבן (טרוקענע) עצים למערכה!

און פון דעם וואָס דער טעם („יום שפסקו מלכרות עצים") איז אַ דעת רבים: רבה ור"י (ורב מנשיא)ט — ניט ווי די טעמים שלפנ"ז, וואָס יעדער טעם איז אַ דעת יחידי — איז משמעיא, אַז ער איז אַ טעם עיקרייב אויף דער (שמחה ו)יו"ט פון חמשה עשר באב, עכ"פ מער פון די אַנדערע טעמיםיג [כאָטש אַז „כל הנך אמוראי לא פליגי אלא מר גמיר האי מרבי' ומר גמיר האי מרבי'"יד].

ב. רבינו גרשוםטו בפירושו זאָגט אַז די חשיבות פון „יום שפסקו מלכרות עצים למערכה" איז ווייל „לפי שעה שהיו עסוקים לכרות עצי המערכה היו מתבטלין בתלמוד תורה אבל אותו יום פסקו ועשאוהו יום טוב שמיכן ואילך היו עוסקין בתורה" — וואָס לפי דבריו איז מוסבר דער עילוי פון דעם „יום שפסקו מלכרות עצים למערכה", וואָס צוליב דעם עשאוהו יו"ט.

דער רשב"םטז אָבער זאָגט „ואותו יום שפסקו היו שמחים לפי שבאותו יום היו משלימיןיז מצוה גדולה כזאת"יח, אַז די מעלה ושמחה פון הפסק כריתת עצים איז פאַרבונדן דערמיט וואָס מ'האָט49משלים געווען די מצוה — כשם ווי מ'געפינט דעם ענין השמחה ביי דער השלמה וגמר פון אַנדערע מצותיט.

און ס'איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער רשב"ם וויל ניט לערנען ווי רבינו גרשום, ווייל לפי דעת ר"ג איז: א) העיקר חסר בגמרא — די מעלה וואָס „מיכן ואילך היו עוסקין בתורה" ווערט ניט דערמאָנט אין דברי רבה וכו' (און דאָס וואָס די גמרא איז ממשיך „מכאן ואילך דמוסיף יוסיף"כ — קומט אַלס אַ מאמר נוסף, אַלס אַ הוראה (ניט אַלס אַ טעם) און איז בכלל מדגיש ניט דעם עצם ענין, אַז מ'קען דעמאָלט עוסק זיין בתורה, נאָר אַז פון דעם טאָג איז „מוסיף מלילות על הימים לעסוק בתורה"כא, וואָס דאָס איז שייך צו אַלעמען, און ניט דוקא צו די כורתי עצים — ובפרט אַז כריתת עצים, איז מסתם, ווי יעדער אַרבעט געטאָן געוואָרן ניט „בלילות", איז דאָך בנדו"ד ניטאָ קיין אויסנאָם באַ כורתי עצים). ב) ס'איז ניט מסתבר אַז מ'זאָל קובע זיין אַ יו"ט וואָס זאָל אַרויסברענגען אַ חסרון אין דער מצוה ופעולה פון כריתת עצים למערכה.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: מיטן לשון „מצוה גדולה" איז דער רשב"ם בפשטות אויסן צו מסביר זיין פאַרוואָס חמשה עשר באב איז ניט סתם אַ יו"ט, נאָר — „לא היו ימים טובים לישראל" ווי ער (ויוהכ"פ), אַ יו"ט גדול ומיוחד. וצריך ביאור: פאַרוואָס איז כריתת עצים למערכה אַ „מצוה גדולה", ניט סתם אַ מצוה? ואדרבה — לכאורה איז עס גאָר נאָר אַ הכשר מצוה — אָנגרייטן גענוג עצים אין דער לשכה פאַר דער מערכה און הקרבת הקרבנות אויפן מזבח;

ובפרט אַז אפילו ביי אַ גמר פון אַ מצוה ממש (סיום התורהכב) געפינט מען ניט דעם לשון אַז דאָס איז אַ זמן פון שמחה גדולה ויו"ט ש"לא היו ימים טובים"כג כמוהו.

ג. אין דברי רב מנשיא „וקרו לי' יום תבר מגל" געפינט מען אויך צוויי פירושים: תוס'כד איז מפרש „שמונעים מלכרות עצים למערכה", ועד"ז בפי' רבינו גרשוםכה „מיכן ואילך אין צריכין המגל לכרות עצים"כו.

50דער רשב"םכז אָבער טייטשט „שנשברו הקרדומות שאין צורך עוד בהן לחטוב עצים", וואָס פון פשטות לשונו איז משמע אַז דער שם „תבר מגל" מיינט (ניט נאָר אַרויסברענגען אַז מ'דאַרף מער ניט כורת עצים זיין מיטן מגלכח, נאָר) כפשוטו: מ'האָט צעבראָכן דעם „מגל", דעם קרדום (און אַזוי איז אויך משמע פון פירוש רש"יכט וואָס איז מפרש „שבירת הגרזן").

און דער הכרח אויף דעם פירוש אין גמרא איז מובן בפשטות

[נוסף אויף דעם וואָס דער פשוט'ער טייטשט פון „תבר מגל" ניט „בטל" אָדער „פסק"ל, איז „שבירת ה(כלי) גרזן]:

לויט דעם פירוש אַז „יום תבר מגל" מיינט בלויז אַז מ'האָט מיטן מגל אויפגעהערט צו טאָן די פעולה פון כריתת עצים, קומט אויס אַז רב מנשיא איז מוסיף מיט זיין זאָגן אַז „קרו לי' יום תבר מגל"לא אויף דברי רבה ור"י „יום שפסקו מלכרות עצים למערכה", ניט בענין נאָר — אַז דער טאָג איז אָנגערופן ע"ש זהלב?

ועוד (ועיקר) — אין דעם ענין פון („תבר מגל" אַלס) „מונעין מלכרות עצים למערכה" האָט זיך דער טאָג ניט אויסגעטיילט פון די אַלע ווייטערדיקע טעג — דער „מונעין מלכרות עצים" האָט זיך געצויגן ביז ניסןלג שלאח"ז.

דעריבער לערנט דער רשב"ם אַז דאָס מיינט „נשברו הקרדומות", און דאָס איז רב מנשיא מוסיף, אַז ניט נאָר „לא היו כורתים עצים למערכה", נאָר „תבר מגל", דעם טאָג איז צעבראָכן געוואָרן דער מגל מיט וועלכן מ'האָט כורת געווען די עצים.

מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: אין וואָס באַשטייט דער עילוי פון צעברעכן די קרדומות, ביז אַז צוליב דעם „קרו לי' יום תבר מגל", אַז דער טאָג ווערט אָנגערופן על שם זה?

אויך איז ניט מובן בכללות: פאַרוואָס האָט מען געדאַרפט צעברעכן דעם מגל, ואדרבא — ס'איז דאָך אַן ענין פון „בל תשחית"לד?

דאָס וואָס מ'האָט דעם מגל ניט געוואָלט נוצן אויף אַנדערע תשמישי חול, וואָלט מען (בדוחק עכ"פ) געקענט מסביר זיין: היות מ'האָט דעם מגל גענוצט פאַר צרכי קודש, „לכרות עצים למערכה", האָט מען אים ניט געוואָלט נוצן אויף ענינים של חוללה.

51עס איז אָבער ניט מובן: פאַרוואָס האָט מען עס געדאַרפט צעברעכן? מ'האָט אים דאָך געקענט איבערלאָזן פאַר דער כריתת עצים בשנה שלאח"זלו.

ד. וי"ל הביאור בזה: דער מאמר פון רשב"ג „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב כו'" קומט בהמשך (וכסיום) צו דברי המשנהלז בנוגע תשעה באב, וואָס איז דער יום האבל בשנה, וואָס אין משך השנה איז ניטאָ נאָך אַזאַ יום היפך השמחה והיו"ט ווי דער טאָג פון תשעה באב — און בקשר לזה איז די משנה ממשיך ומסיים (בענין טוב) אין דעם קצה ההפכי, אַז „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכפורים"לח.

ועפ"ז איז מובן ויומתק אַז אויך די טעמים אויף „לא היו ימים טובים לישראל כט"ו באב" זיינען ענינים וואָס זיינען בניגוד והיפך פון די דברים וואָס ארעו בתשעה באבלט.

בפשטות מובן בנוגע די טעמים „יום שכלו בו מתי מדבר", דער ביטול הגזירהמ ניט צו אַריינגיין אין ארץ ישראל, און „יום שנתנו הרוגי ביתר לקבורה", וואָס זיי זיינען בניגוד (און דער תיקון) צו די צוויי ענינים וואָס „בתשעה באב נגזר על אבותינו שלא יכנסו לארץ"מא „ו(בת"ב) נלכדה ביתר".

ובנוגע די אַנדערע טעמים:

דער ערשטער טעם (ענין) וואָס די גמרא ברענגט איז „יום שהותרו שבטים לבוא זה בזה"מב, ס'האָט זיך געענדיקט

52דער אָפּהאַלט פון „לא תסוב נחלה

ממטה למטה אחר"מג, וואָס דער אויפטו

אין דעם איז וואָס „הותרו כו'" ברענגט אַן עילוי ומעלה אין דער כניסה)

(והתיישבות) בארץמד און דערפאַר עש־

אוהו יו"ט.

דער ביאור בזה:

כל זמן ס'איז געווען דער איסור פון

„לא תסוב נחלה גו'", יעדער חלק אין

א"י האָט געמוזט בלייבן ביי דעם שבט

צו וועלכן ער איז מלכתחילה צוגע־

טיילט געוואָרן — איז: בנוגע צו דעם

חלק געווען ניט קיין בעלות שלימה (ער האָט עס ניט געקאָנט איבערגעבן אַן אַנ־

דער שבטמה)

בנוגע שאר ארץ ישראל — האָט ער

כלל קיין שייכות ניט, אפילו ניט אַן

אפשריות לבעלות, אינו ראוי לבעלות.

יעדער שבט האָט געהאַט נאָר זיין חלק

מסויםמו.

כשבטל האיסור — חלה בעלות שלמה בחלקו וכאו"א ראוי לבעלות בכל א"י.

וי"ל אַז דאָס איז ע"ד ומעין די צוויי אופנים בבעלות פון בנ"י אויף א"י — באופן של ירושה ובאופן של מתנהמז: מצד דעם ענין הירושה, וואָס גמר ירושה איז כשמחלקין אותה ליורשין לגמרי — איז די הדגשה חלק פרטי צו אַ שבט פרטימח; מצד ענין המתנה פון א"י, איז אדרבא — כל הנותן בעין יפה נותןמט, נתן הכל און די נתינה איז בשלימותהנ. און אפילו בעת האיסור פון לא תסוב נחלה — איז דאָס נאָר וואָס ארי' הוא דרביע עלי'נא.*

53ובמילא איז מובן אַז די שלימות הכניסה לא"י, עס איז דאָ בעלות בשלימות און ראוי לבעלות פון יעדער אידן אויף גאַנץ א"ינב, איז נתגלה געוואָרןנג ווען „הותרו שבטים לבוא זה בזה"נד.

ה. אע"פ אַז „חמשה דברים אירעו את אבותינו . . בתשעה באב"נה און דער ערשטער ענין איז וואָס „בתשעה באב נגזרו על אבותינו שלא יכנסו לארץ", איז אָבער דער (עיקר) גזירת התענית בתשעה באב מצד דעם חורבן הבית וואָס אירע בונו.

און דעריבער נעמט אָן די גמרא אַז דער טעם העיקרי אויף „לא היו ימים טובים לישראל כט"ו באב" איז ווייל דאָס איז דער „יום שפסקו מלכרות עצים למערכה", אַן ענין וואָס איז שייך צום בנין וקיום הביתנז — דער היפך פון חורבן הביתנח.

אין חורבן הבית זיינען דאָ צוויי ענינים: דער חורבן הבית, אַז ס'איז ניטאָ קיין ביהמ"ק ובמילא אויך ניט דער סדר העבודות שבו; סיבת החורבן — וואָס בבית שני (וואָס איז „חמיר לן"נט פונעם חורבן הראשון) איז די סיבה געווען „מפני שהיתה בו שנאת חנם"ס.

און דער היפך פון די צוויי עניניםסא האָט זיך אויפגעטאָן בחמשה עשר באב לויטן טעםסב „יום שפסקו מלכרות עצים למערכה".

54ו. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַ דיוק אין דעם ענין: צוליב וואָס דאַרף דאָ די גמרא ברענגען די ראי' „דתניא ר"א הגדול אומר מחמשה עשר באב ואילך תשש כחה של חמה ולא היו כורתין עצים למערכה" — למאי נפק"מסג בנדו"ד די סיבה פונעם הפסק כריתת עצים למערכה? ובפרט אַז דאָס מאַכט נאָך שווערער צו פאַרשטיין די סיבה פון דער שמחה פון דעם וואָס פסקו מלכרות עצים, וויבאַלד ס'איז דאָך קיין ברירה ניט געווען, וכנ"ל.

דער הסבר בזה אַז היא הנותנת: די כריתת עצים למערכה האָט אויפגעטאָן אַז במשך כל השנה זאָל מען קענען מקריב זיין אויפן מזבח אַלע סוגי קרבנות — סיי די קרבנות יחיד, וואָס יעדער איינער בפרט דאַרף ברענגען לחובתו אָדער לנדרו אָדער בנדבה, סיי די קרבנות צבור פון כלל ישראל וואָס יעדער איד האָט אין זיי אַ חלקסד (און עס טוט זיך אויף אויך כפרת היחיד לויט די סוגי קרבנות צבורסה).

ד. ה. אַז די פעולה פון כריתת עצים איז בתוכנה וענינה די מצוה פון צדקה, וועלכע איז „שקולה כנגד כל המצות ובכל תלמוד ירושלמי היא נק' בשם מצוה סתם"סו, ובפרט ווען מ'איז דאָס מקיים באופן הכי נעלהסז, וואָס דאַן איז עס (נאָכמער —) אַ מצוה גדולה —

וצדקה — בענין הקרבנות

די גדלות פון דער צדקה איז סיי בכמות — אַז זי ווערט געטאָן מיט יעדער יחיד און מיטן גאַנצן כלל ישראל, און צו דערמעגלעכן די הקרבת קרבנות היחיד והציבור. און סיי גדלות באיכות, אַן אַנדער סוג צדקה — ווען ניט די כריתת עצים ביז ט"ו באב, איז

הראויים למערכה —

דערמיט איז מובן די הסברה פון ר' אליעזר הגדול: „מחמשה עשר באב ואילך תשש כחה של חמה" איז ניטאָ קיין עצים ראויים למערכה, וואָס דערמיט איז מוסבר די פעולה גדולה פון כריתת עצים וואָס ווערט נשלם ביז ט"ו באבסח.

און במילא איז אויך מובן, אַז דערמיט ווערט דערגרייכט די שלימות פון (בנין ה)בית המקדש: בנין ביהמ"ק איז אַז עס זאָל זיין „בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות"סט — און דאָס ווערט ערמעגליכט ונשלם דוקא בחמשה עשר באב, וואָס דעמאָלט ענדיקט מען דעם שניידן די עצים למערכה, און דורכדעם ווערט דאָס אַ „בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות", ס'איז דאָ (אויך) די עצים פאַר הקרבת הקרבנות ביז צו חודש ניסן שלאח"זע.

55ז. אויף דעם איז מוסיף רב מנשיא „וקרו לי' יום תבר מגל", אַז מיטן הפסק כריתת עצים טוט זיך אויף נאָך אַ טיפערער ענין אין שלימות פון בנין הבית (ניט נאָר וואָס דורך דער „מצוה גדולה" ווערט „בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות"):

די משנהעא זאָגט וועגן דעם איסור פון נגיעת ברזל באבני המזבח (וואָס דער אבן ווערט פסול, מ'קען (מיט עם) ניט בויען אַ מזבח) „שהברזל נברא לקצר ימיו של אדם והמזבח נברא להאריך ימיו של אדם".

און דאָס איז רב מנשיא אויסן צו מוסיף זיין (לפי' רש"י ורשב"ם) מיטן ענין פון „תבר מגל" — „שבירת הגרזן (של ברזל)": דער עילוי פון ט"ו באב, ווען „פסקו לכרות עצים למערכה", באַשטייט ניט נאָר אינעם אויפטאָן (בפשטות) אַ הכשר מצוה (וואָס דערפאַר האָט מען דעם מגל ניט גענוצט אויף אַ תשמיש חול און ער איז „בטל"), און אפילו ניט בלויז אין דעם וואָס (בתוכנה) איז דאָס אַ מצוה גדולה פון צדקה און ס'ווערט דורכדעם אַ „בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות" — נאָר נאָכמער: עס איז אויך געווען דער תכלית המכוון פון בנית הבית (והמזבח הקרבת הקרבנות)עב — דאָס וואָס דער מזבח איז „נברא להאריך ימיו של אדם" ע"י הקרבת הקרבנות עליו האָט זיך אויפגעטאָן און אויסגעדריקט אין דעם טאָג ובגמר כריתת עצים (נאָך איידער מ'האָט געבראַכט די עצים במקדש על המערכה — די אַלע טעג ביז ניסן) אין דעם „תבר מגל" — „נשברו הקרדומות", ד. ה. שוין דעמאָלט (בט"ו באב) איז מען פועל, מען צעברעכט (און מבטל) דעם ענין הפכי פון מזבח (והקרבת הקרבנות), ברזל וואָס איז נברא לקצר ימיו של אדםעג.

און דערפאַר האָט מען דעם קרדום של ברזל צעבראָכןעד, כפשוטו: היות אַז פון דעמאָלט אָן איז ער מער ניט מסייע אין דער כריתת עצים למערכה למזבח און עס בלייבט אין אים בלויז דער ענין הפכי (וואָס נברא) לקצר ימיו של אדם — דעריבער איז מן הראוי אַז מ'זאָל דאָס (מבטל זיין) צעברעכןעה.

56ח. ע"פ הנ"ל אַז דער תוכן פונעם יו"ט חמשה עשר באב איז דער ענין האחדותעו צווישן אידן — דער היפך (תיקון וביטול) פון שנאת חנם, וואָס איז געווען די סיבת החורבן — איז מובן וואָס דער יו"ט ושמחה פון ט"ו באב איז באַשטאַנען אין דעם וואָס „בנות ירושלים יוצאות וחולות בכרמים"עז, אַז ניט קוקנדיק אויף די פאַרשידענע חילוקים צווישן זיי — יפיפיות, מיוחסות, מכוערות, ווי די ברייתאעח רעכנט אויס ווייטער — גייען זיי אַלע אין איין מחול, בשלום ואחדות.

און נאָכמער: זיי זיינען דאַן געווען אָנגעטאָן „בכלי לבן שאולין שלא לביישעז את מי שאין לו" — ווי די גמראעח איז ממשיך ומפרט דעם סדר: בת מלך שואלת מבת כהן גדול בת כה"ג מבת סגן כו' — וואָס די הנהגה ברענגט אַרויס נאָך מער און שטאַרקער די שלימות פון דעם שלום ואחדות ביז אַז די וואָס געהערט צום חשוב'ערן סוג איז „שואלת" — בעט, לייט, און איז זיך מכניע ומקבל פון דער וואָס באַלאַנגט צו אַ סוג יותר נמוך וכו',

און אין דעם זעלבן ענין איז אויך דער סיום המסכת: עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים והוא יושב ביניהם בגן עדן וכל אחד ואחד מראה באצבעו שנאמרעט ואמר ביום ההוא גו' — דעמאָלט וועט זיין די שלימות האחדות וההתכללות פון אַלע אידן (ועמך כולם צדיקים) צוזאַמען, כמשנ"ת בארוכה במ"אפ.

און „ביום ההוא" פון לעת"ל וועט זיין דער „תבר מגל", בכל העולם כולו „וכתתו חרבותם לאתים גו' לא ישא גוי אל גוי חרב"פא, און עס וועט מקוים ווערן בשלימות דער ענין פון „להאריך ימיו של אדם"פב — אתם קרויין אדםפג — אריכות ימים ושנים אין דעם זמן פון תחיית המתיםפד לעת"לפה, ביי „כל ישראל" וואָס „יש להם חלק לעוה"בפו שנאמרפז ועמך כולם צדיקים", אַזוי אַז אַלע אידן וועלן זיך באַטייליקן אין דעם „מחול לצדיקים" וואָס „עתיד הקב"ה לעשות",

במהרה בימינו ממש.

(משיחות ט"ו וכ' מנ"א תשל"ט)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-xnfc37s6

עותקים

פעילות אחרונה

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · אושרה
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · נסגרה

מקורות