Likkutei Sichos
Addenda - sichos 4
290שיחה להתלמידות דמחנה קיץ "אמונה" שתחיינה
— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —
יום ד' פ' תצא, ו' אלול ה'תשל"ט.
א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי רז"לא].
ב. מ'האָט גערעדט פריערב וועגן דער גרויסקייט פון „אהבת ישראל" — מיוסד אויף דעם וואָס שטייט אין חומשג „ואהבת לרעך כמוך", און דערנאָך אויך אין תושבע"פד — „אמר רבי עקיבא זה כלל גדול בתורה", אַז דאָס איז אַ גרויסער (וויכטיקער) כלל אין תורהה (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי רז"ל), ווי דער אַלטער רבי ערקלערט דאָס בארוכה אין תניא פרק לבו (דער 32'טן פרק)ז.
און כדי צו פאַרשטאַרקן דאָס און באַווייזן ווי עס דאַרף זיין דער בפועל — האָט מען זיך ניט באַנוגנט דערמיט וואָס מ'האָט דערציילט אַז אַזוי האָט משה רבינוח איבערגעגעבן צו אידן וואָס ער האָט געהערט פון דעם אויבערשטן, און אַז אַזוי און אַזויט האָט געזאָגט רבי עקיבא — נאָר מ'האָט געבראַכט ביישפּילן ווי אַזוי עס האָבן זיך געפירט און געטאָן בפועל גדולי ישראל אין פאַרשידענע דורות,
אָנהויבנדיק מיט אַ ביישפּיל פון דעם בעש"ט, דערנאָך — פון די נשיאים וואָס נאָך אים, ביז צו נשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"רי — וואָס זיי האָבן באַוויזן די וועג און דעם ביישפּיל ווי אַזוי מ'דאַרף זיך פירן אין „אהבת ישראל",
און וויבאַלד אַז מען האָט ביישפּילן — ווייס מען גענוי ווי צו טאָן, און דאָס אונטערשטרייכט נאָכמער ווי די הנהגה פון יעדן אידן דאַרף זיין אין דעם.
ג. עס ווערט אָבער גלייך די פראַגע:
די אַלע ערציילונגען וואָס מ'האָט דערציילט וועגן די גדולי ישראל זיינען זייער גוטע און זייער שיינע ביישפּילן — ווי קען מען זיך אָבער גלייכן צו גדולי ישראל, ווי זיי האָבן מקיים געווען דעם אָנזאָג פון משה רבינויא און ר"ע, אָפּלערנען זיך פון זייער הנהגה, אַז אַזוי ווי זייער הנהגה איז געווען אין אַ באַשטימטן אופן, דאַרף אַזוי אויך זיין די הנהגה פון יעדער אידן, אפילו ווען מ'רעדט וועגן גאָר אַן איינפאַכן איד ?!
291ובפרט ווען מ'רעדט וועגן קליינע קינדער, קליינע אינגעלעך פאַר ברמצוה, און קליינע מיידעלעך פאַר בתמצוה — און מ'דערציילט זיי אַז זיי דאַרפן זיך אָפּלערנען פון דער הנהגה פון גדולי ישראל!
ד. די ערקלערונג דערפון איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון אמונהיב:
אידן זיינען „מאמיניםיג בני מאמינים"יד, וואָס דאָס איז געזאָגט געוואָרן אויף יעדער אידן און אַלע אידן, אפילו אויף אַ איד וואָס איז גאָר ניט צו פאַרגלייכן מיט דער גרויסקייט פון דעם בעש"ט אָדער פון זיינע תלמידים, און אפילו אַן איד וואָס ער איז נאָך גאָר קליין אין יאָרןטו.
דער ענין פון אמונה באַשטייט אין דעם אַז מ'גלויבט אין דעם אויבערשטן, מ'גלויבט אין דעם אויבערשטנ'ס תורה, און מ'גלויבט אין דעם אויבערשטנ'ס שלוחיםטז — אָנהויבנדיק פון משה רבינויז, און דערנאָך דער „משה רבינו" פון יעדן דוריח, וואָס דאָס זיינען די :שיאי ישראל פון יעדן דוריט, אַזוי ווי דער בעש"ט אין זיין דור, און כ"ק מו"ח אדמו"ר — אין אונזער דור.
און וויבאַלד אַז באַ יעדער אידן און ביי אַלע אידן (אויך באַ גאָר קליינע קינדער) איז די זעלבע אמונהכ, און אמונה איז ניט באַגרעניצט אין זמן און אין מקום (ס'איז שטאַרקער און „שפּרינגט אַריבער" די באַגרענעצונגען) — פאַרבינדט דאָס אַלע אידן צוזאַמען, פון די גדולי ישראל ביז די גאָר קליינע קינדער, אינגעלעך און מיידעלעך, וויבאַלד אַז באַ זיי אַלע איז די זעלבע אמונה.
נאָכמער: דורך דער אמונה פאַרבינדט מען זיך מיט אַלע אידן פון אַלע (אויך — פריערדיקע) דורות (כולל —292די גדולי ישראל פון יענע דורות) — וואָרום די נשמה איז אַ נצחית (אַן אייביקע), און זי וועט אויך אַראָפּקומען נאָכאַמאָל אין גוף אין דער וועלט, ווי מ'האָט ערשט געזאָגט (אין די י"ב פסוקים ומאמרי רז"לכא) אַז „כל ישראל יש להם חלק לעוה"בכב, שנאמרכג ועמך כולם צדיקים לעולם יירשו ארץ נצר מטעי מעשה ידי להתפאר".
ה. דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז אפילו ווען מ'רעדט וועגן קליינע קינדער, אינגעלעך און מיידעלעך, אָדער וועגן אַזוינע ערוואַקסענע אידן וועלכע מ'קען כלל ניט פאַרגלייכן צו גדולי ישראל אין אונזער דור אָדער אין די פריערדיקע דורות —
וויבאַלד אָבער אַז באַ יעדערן פון זיי איז דאָ די אמונה — פאַרבינדט דאָס זיי מיט די גדולי ישראל פון אונזער דור און פון די פריערדיקע דורות.
ווען אַ קליינע מיידעלע שטייט אויף אינדערפרי פון שלאָףכד, און זי הויבט אָן דעם טאָג, איר טאָג, מיט „מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך" — זי גלויבט און דיינקט דעם אויבערשטן, און מיט דער אמונה גייט זי דורך דעם גאַנצן טאָגכה, אַלע אירע אויפפירונגען פון דעם גאַנצן טאָג, סיי אין איר טאָן, סיי אין איר רעדן און אַפילו אין איר טראַכטן —
פאַרבינדט זי זיך דורך דעם מיט אַלע אידן פון אַלע דורות וואָס האָבן זיך געפירט אין דעם אופן, כולל אויך — מיט די גדולי ישראל און די אָנפירער פון דעם אידישן פאָלק אין אַלע דורותכו.
און דערפאַר איז גאָר ניט קיין וואונדער אַז מ'זאָגט אַז יעדע אידישע מיידעלע דאַרף זיך אָפּלערנען פון די ביישפּילן וואָס עס האָבן באַוויזן גדולי ישראל —
וויבאַלד אַז באַ יעדע אידישע מיידעלע איז דאָ די אמונה — און די אמונה ווערט אַריינגעגעבןכז אין איר טאָג טעגליכן לעבן דורך אונזער תורה, וואָס זי איז „תורת חיים", און „חיינו ואורך ימינו" — דערמיט לעבט יעדער איד און אַלע אידן יעדן טאָג און אַלע טעג, במשך פון אַלע יאָרן.
ו. און ווען אַ אידישע מיידעלע באַשליסט אַז זי וועט זיך פירן לויט ווי געזאָגט פריער — איז אַ זיכערע זאַך אַז „יגעת ומצאת"כח (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי רז"ל),
293און מ'זאָגט „יגעת ומצאת תאמין" — מ'גלויבט איר אין דעם, וואָרום זי האָט דעם כח צו וויסן וואָס צו טאָן און ווי אַזוי צו טאָן, און אַראָפּטראָגן דעם כח אין מעשה, וואָס „המעשה הוא העיקר"כט.
און דעמולט באַווייזט זי אַ לעבעדיקן און אַ פריילעכן און אַ לייכטענדן ביישפּיל פאַר אַלע קינדער וואָס געפינען זיך אַרום איר, פאַר אירע עלטערן, לערער, מדריכים און מדריכות, און פאַרן גאַנצן אידישן פאָלק — אַז זיי זאָלן זען וואָס עס קען אויפטאָן אַן איין און איינציקע אידישע מיידעלעל, ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס זי איז גאָר אַ קליינע מיידעלע,
וויבאַלד אַז דורך איר אמונה — וואָס זי ווערט אַנטפּלעקט דורך דעם וואָס זי פירט זיך לויט דער תורה — פאַרבינדט זי זיך מיט אַלע אידן פון אַלע דורותלא.
ז. און דאָס אַלץ ווערט געטאָן מיט שמחהלב — ווי געזאָגט (אין די י"ב פסוקים ומאמרי רז"ללג) „ישמחלד ישראל בעושיו כו'",
וויסנדיק אַז „כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו"לה (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי רז"ל) — סיי ווען עס
רעדט זיך וועגן זאַכן וואָס זיינען פאַר־
בונדן מיטן רעדן — „בפיך" (דיבור), סיי
ווען עס רעדט זיך וועגן זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן טראַכטן —
„בלבבך" (מחשבה), און סיי ווען עס
רעדט זיך וועגן זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן טאָן — „לעשותו" (מע־
שה)לו,
איז עס איז ניט קיין ווייטע זאַך צו דערגרייכןלז, נאָר אדרבה: „קרוב אליך
הדבר", און נאָכמער: „קרוב אליך הדבר
מאד", דאָס איז גאָר נאָענט צו דיר, און
דערפאַר איז אַ זיכערע זאַך אַז מ'וועט
דאָס קענען טאָן און מצליח זיין אין
דערויף.
דעם אויבערשטנ'ס בקשה — ווי גע־
זאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי רז"ללח
— „והנה ה' נצב עליו כו' ובוחן כליות
ולב אם עובדו כראוי": דער אויבער־
שטער שטייט לעבן יעדן אידיש קינד, אַן
אינגעלע אָדער אַ מיידעלע, און קוקט
זיך צו און האָט הנאהלט דערפון וואָס
ער פירט זיך ווי עס דאַרף צו זיין.
און דאָס פאַרגרעסערט נאָכמער דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלעם וואָס
מ'נויטיקט זיך, און סעפּעציעל — די ברכות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט'ן איצטיקן חודש, חודש אלולמ (דער294חודש אין וועלכן מ'גרייט זיך צום נייעם יאָרמא) — אַז מ'זאָל האָבן אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
ח. מ'האָט גערעדט פריער אַז יעדער איינצעלנער איד, אפילו אַ גאָר קליין קינד, קען אויפטאָן די גרעסטע זאַכן.
און ווי דער רמב"םמב פסק'נט אַז דורך אַן איין און איינציקע מצוה (במעשה, בדיבור אָדער במחשבה) קען אַ איד איבערוועגן „את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות", און אַראָפּברענגען „תשועה והצלה".
וואָס דאָס איז אַן אַלגעמיינע אָנווייזונג וואָס איז נוגע צו דער הנהגה פון אַ אידן יעדן טאָג און אַלע טעג פון דעם גאַנצן יאָר.
דערצו קומט נאָך צו אַ ספּעציעלע אָנווייזונג און אָפּלערנונגמג פון דעם חודש, און אויך אַ ספּעציעלע אָנווייזונג און אָפּלערנונג פון דעם טאָג, וואָס יעדער טאָג האָט דאָך אַ באַזונדער עבודהמד און אַ באַזונדער אויפטו.
ט. די אָפּלערנונג פון דעם איצטיקן חודש — חודש אלול:
חודש אלול איז, כנ"ל, דער חודש אין וועלכן מ'גרייט זיך צום קומענדיקן יאָר — און דעמולט פאַרריכט מען און מ'ערגענצט און מ'ברענגט אַריין שלימות אין אַלע מעשיםמה וואָס מ'האָט געטאָן במשך פון אַלע טעג פון דעם יאָר וואָס גייט אַוועק.
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די עבודה פון חודש אלול איז וויכטיקער און איז מער נוגע ווי די עבודה פון אַלע אַנדערע חדשים.
יו"ד. אין דערויף קומט צו נאָך אַן ענין:
דער אַלטער רבי ערקלערט אין לקו"תמו דעם ענין פון חודש אלול „משל למלך שקודם בואו לעיר יוצאין אנשי העיר לקראתו ומקבלין פניו בשדה, ואז רשאיןמז כל מי שרוצה לצאת להקביל פניו, והוא מקבל את כולם בסבר פנים יפות, ומראה פנים שוחקות לכולם".
די ערקלערונג דערפון:
ווען אַ איד געפינט זיך אין אַ וואָכעדיקן טאָג, אין אַ וואָכעדיקן מעמד ומצב, און געפינט זיך (ניט אין שטאָט, נאָר) אין פעלד,
וואָס זייענדיק אין פעלד איז מען אין אַן אַנדער מעמד ומצב ווי מ'איז זייענדיק אין שטאָט:
זייענדיק אין פעלד איז מען פאַרנומען (בעיקר) מיט איינפאַכע אַרבעט (אַקערן און זייען א. ד. ג.), וואָס אויף דערויף דאַרף מען ניט האָבן קיין ספּעציעלן שכל און חכמה;
295ווען מ'געפינט זיך אָבער אין שטאָט, צווישן אַ סאַך פאַרשידענע מענטשן, איז מען אַנדערש אָנגעטאָן, מער אויסגערעכנט א. ז. וו. — ווער רעדט נאָך אויב מ'געפינט זיך אין דער הויפּט־שטאָט, די שטאָט וואו עס געפינט זיך דער מלך,
איז געפינענדיק זיך אין פעלד, דאַרף מען האָבן אַ ספּעציעלע שטאַרקייט אַז מ'זאָל ניט פאַרגעסן אַז כאָטש מ'געפינט זיך אין פעלד געהערט מען אָבער צום מלך, ובפרט — צום מלך פון דער גאַנצער וועלט —
וואָס יעדער איד איז דאָך דעם אויבערשטנ'ס אַ קינד, ווי עס שטייטמח „בנים אתם לה' אלקיכם" — גלייך ווען אַ איד ווערט געבאָרן, ווייס מען שוין אַז ער איז דעם אויבערשטנ'ס אַ קינד, און נאָכמער: ווי דער בעש"טמט זאָגט אַז יעדער איד איז טייער ביי דעם אויבערשטן ווי אַן איינציקער קינדנ,
איז דערפאַר — כאָטש ער געפינט זיך אין פעלד, און פאַרנעמט זיך מיט אַן אַרבעט וואָס איז ניט פּאַסיג פאַר אַ קינד פון דעם מלךנא — טאָר ער ניט פאַרגעסן אַז ער איז בנו של מלך מלכי המלכים הקב"הנב.
יא. און כדי אַז ער זאָל ניט פאַרגעסן אַז ער איז בנו של מלך מלכי המלכים הקב"ה — איז דאָ אַ צייט ווען דער מלך גייט אַרויס פון זיין פּאַלאַץ, און גייט אַרויס פון זיין הויפּט־שטאָט און קומט אַראָפּ אין פעלד, און געפינט זיך צוזאַמען מיט זיינע קינדער, ווי זיי געפינען זיך אין זייער מעמד ומצב זייענדיק אין פעלד — די צייט איז חודש אלול.
און כדי אַז דער שטענדיקער געדיינקען אַז מ'איז אַ קינד פון דעם מלך זאָל אָנקומען לייכטער — איז דער מלך „מראה פנים שוחקות לכולם", ער באַווייזט אַלעמען ווי זיין פּנים איז באַלויכטןנג, און ער שמייכלט צו יעדערן — ביז אַז „ישמח ה' במעשיו".
און נאָכמער: ער וואָרט און בעטנד באַ יעדערן אַז מען זאָל זיין „רוצים לקבל פניו", מען זאָל צו אים צוגיין און בעטן ביי אים וואָס מען דאַרף האָבן, און ער איז „מקבל את כולם בסבר פנים יפות", און (כמובן פון דעם) ערפילט ער זייערע בקשות.
יב. און דאָס איז די ספּעציעלע אָנווייזונג וואָס מ'נעמט אַרויס פון חודש אלול:
אפילו ווען מ'געפינט זיך אין אַ וואָכעדיקן טאָגנה, האָט מען זיך ניט וואָס צו שרעקן פאַר אַן עבודה, אפילו פאַר דער עבודה פון חודש אלול, אַז זי איז צו אַ גרויסע און צו אַ שווערע —
וואָרום זייענדיק אַ קינד פון דעם מלך, און געפינענדיק זיך צוזאַמען מיטן296מלך, און אין אַן אופן אַז דער מלך באַווייזט „סבר פנים יפות" און „פנים שוחקות", און ערפילט זיינע בקשות —
איז עס פאַר אים גאָר ניט קיין שווערע עבודה, און ער וועט דאָס זיכער דורכפירן בהצלחה — וואָס דערפאַר קען ער און טוט די עבודה בשמחה ובטוב לבב.
יג. אין צוגאָב צו דער אַלגעמיינער אָפּלערנונג וואָס מ'לערנט אָפּ פון חודש אלול, איז אויך דאָ אַ ספּעציעלע אָפּלערנונג וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם טאָג — ווי געזאָגט פריער (ס"ח) אַז יעדער טאָג האָט זיין באַזונדער עבודה.
און די אָפּלערנונג קען מען געפינען אין דעם טעגליכן שיעור חומש וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם טאָג — ווי באַוואוסט דער וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ןנו אַז מען דאַרף לעבן מיט דער צייט . . מיט דער פרשת השבוע און פרשת היום פון דער סדרה פון דער וואָך.
יד. דער שיעור חומש פון היינטיקן טאָג (יום רביעי פ' כי תצא) ענדיקט און שליסט זיך מיטן פסוק „מוצא שפתיך תשמור ועשית גו'"נז — מ'דאַרף אָפּהיטן און מקיים זיין דאָס וואָס מ'רעדט אַרויס מיט די ליפּן, וויבאַלד אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט „נדרת לה' אלקיך"נז.
וואָס דער „מוצא שפתיך" פון יעדער אידן, אפילו גאָר קליינע קינדער, הויבט זיך אָן מיט „מודה אני לפניך כו'" — מידנח, גלייך ווי ער כאַפּט זיך אויף פון שלאָף זאָגט ער „מודה אני לפניךנט כו'".
זאָגט מען אים — „מוצא שפתיך תשמור ועשית": במשך פון דעם גאַנצן טאָג דאַרף ער געדיינקען און אָפּהיטן דאָס וואָס ער האָט געזאָגט „מודה אני לפניך כו'", אַזוי אַז דאָס זאָל ווירקן אויף אים אַז במשך פון דעם גאַנצן טאָגס זאָל ער זיך פירן ווי עס דאַרף צו זיין,
און ער ווירקט אויך אויף די וואָס געפינען זיך אַרום איםסא, אַז זיי זאָלן אויך געדיינקען דעם „מודה אני לפניך כו'" במשך פון דעם גאַנצן טאָג.
און דאָס וואָס ער געדיינקט דעם „מודה אני לפניך" — גיט אים דעם כח און די שמחה און די הצלחה אַז ער זאָל זיך אויפפירן אין זיין טאָג טעגליכן לעבן ווי עס דאַרף צו זיין.
און דורך דער הנהגה איז „כל רואיהם יכירום כי הם זרע ברך ה'"סב — יעדערער וואָס זעט זיי דערקענט אַז זיי זיינען קינדער וועלכע דער אויבערשטער בענטשט יעדערן פון זיי, צוזאַמען מיט אַלע אידישע קינדער, אין אַלעם וואָס מ'נויטיקט זיך,
און דורך זיי — בענטשט ער אויך זייערע עלטערן, און דעם גאַנצן אידישן פאָלק, בענטשט בגשמיות וברוחניות גם יחד.
טו. דאָס וואָס מ'האָט גערעדט פריער איז די אָפּלערנונג פון חודש אלול און פון יום הרביעי פ' כי תצאסג יעדן יאָר — מ'דאַרף דאָך אָבער לערנען297און נעמען אַן אָנווייזונג פון אַלע איינצלהייטן —
איז אויך דאָ אַ ספּעציעלע אָנווייזונג און אָפּלערנונג וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם איצטיקן יאָר און מיט דעם איצטיקן צוזאַמענקלייבן זיך פון אידישע מיידעלעך, וואָס יעדערע פון זיי האָט דעם טיטול „בת שרה רבקה רחל ולאה"סד:
דער איצטיקער חודש אלול (תשל"ט), וואָס דעמולט איז די צוגרייטונג צום נייעם יאָר וואָס הויבט זיך אָן פון ראשסה השנה — וואָס דער ראש השנה, פון דעם קומענדיקן יאָר הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, איז אויסגעטיילט פון אַ סאַך אַנדערע יאָרן, דערמיט וואָס ער קומט אין דעם טאָג פון שבת.
בנוגע צו דער צוגרייטונג צום שבת'דיקן טאָג — איז דאָ אַ ספּעציעלע שליחות און אַ ספּעציעלע מצוה וואָס איז איבערגעגעבן געוואָרן צו אידישע טעכטערסו, פרויען און מיידעלעך, אפילו קליינע מיידעלעך (שהגיעו לחינוךסז — ובמילא האָבן זיי שוין דעם כח מלמעלה צו ערפילן דעם אויבערשטנ'ס שליחות) — די מצוה פון הדלקה בערב שבת פון די נרות שבת קודשסח,
וואָס דורך דעם וואָס מ'צינדט אָן די ליכט בערבסט שבת — גרייט מען צו דעם שבת'דיקן טאָג, אַז עס זאָל זיין אַ ליכטיקער שבת.
טז. אין דעם קומענדיקן יאָר אַז דער ערשטער טאָג פון יאָר (ראש השנה) איז אין דעם טאָג פון שבת (ועונגע),
וועט יעדע אידישע מיידעלע אָנצינדן די ליכט בערב ראש השנה, צוזאַמען מיט אירע שוועסטער און מוטער, צוזאַמען מיט אַלע אידישע פרויען און טעכטער איבער דער גאַנצער וועלט — וועט דאָס זיין „נר של שבת ושל יום הזכרון" (ווי מ'זאָגטעא אין דער ברכה פון הדלקת הנרות),
און גלייך נאָך דערויף וועט זי מאַכן די ברכה פון „שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה".
און זיכער האָט יעדערע פון אייך אָנגעצונדן ליכט יעדן ערב שבת און ערב יו"ט (אין די שבתות וימים טובים וואָס זיינען געווען ביז איצטער), און וועט דאָס טאָן אויך אין די ווייטער'דיקע שבתים, אין אַן אופן פון „מעלין בקודש"עב —
אַזוי אַז ווען עס וועט קומען ערב ראש השנה, וואָס ער איז אויך ערב שבת, וועט זי דאָס טאָן מיט נאָכמער שמחה און מיט נאָכמער לעבעדיקייטעג.
298און אַזוי ווי דורך דעם וואָס מ'צינדט אָן ליכט אין ערב שבת און ערב יו"ט, מאַכט מען ליכטיק דעם שבת און דעם יו"ט — איז אַזוי אויך ווען מ'צינדט אָן נרות ראש השנה (דער „קאָפּ" פון דעם יאָר) — מאַכט מען ליכטיק דעם גאַנצן יאָר וואָס קומט נאָך ראש השנה,
אַזוי אַז עס וועט זיין נאָכמער ליכטיקער ווי עס איז געווען איידער די קליינע מיידעלע האָט אָנגעצונדן איר ליכטל, מאַכנדיק פריער די ברכה „להדליק נר של שבת ושל יום הזכרון", צוזאַמען מיט ברכת „שהחיינו",
ובפרט ווען זי האָט אויך מקיים געווען דעם „מנהג ישראל"עד — געבן צדקה איידער מ'צינדט אָן די ליכטעה.
יז. דערביי איז דאָ אַ ספּעציעלע בקשה צו יעדע אידישע מיידעלע וואָס געפינט זיך דאָ:
יעדערע פון אייך זאָל בעטן און באַאיינפלוסן אירע קרובות און גוטע פריינט און באַקאַנטע, און דורך זיי אויך אַלע אידישע מיידעלעך און אידישע טעכטער און פרויען, אין דער גאַנצער וועלט — אַז זיי זאָלן אויך מקיים זיין די מצוה פון הדלקת נרות שבת ויו"ט,
אָנהויבנדיק פון די שבתות פון דעם חודש אלול, און דערנאָך בערב ר"ה וואָס איז אויך ערב שבת, און אין די שבתות וימים טובים וואָס וועלן זיין נאָך דערויף,
און טאָן דאָס מיט נאָכמער לעבעדיקייט און מיט נאָכמער שמחה, אין אַן אופן פון „ישמח ישראל בעושיו".
יח. מ'האָט גערעדט פילע מאָל אַז „המעשה הוא העיקר" — דאַרף מען פאַרבינדן יעדן ענין מיט אַ מעשה בפועלעו —
וועלן די מדריכות געבן יעדערע פון אייך צוויי מטבעות (וואָס יעדערע איז — פון צעןעז): איין מטבע אָפּגעבן אויף צדקה, און די צווייטע מטבע — טאָן מיט איר לויט ווי באַ יעדערע פון אייך וועט אויסקומען, אין אַן אידישן אופן און אין אַ הצלחה'דיקן אופן,
און מ'וועט אויך געבן יעדערע פון אייך די חוברת וואו ס'איז דאָ (געדרוקט) דאָס וואָס מ'האָט גערעדט פאַראַיאָרןעח.
וואָס דערפאַר וועט מען ניט איבער'חזר'ן נאָכאַמאָל דאָס וואָס מ'האָט גערעדט דאַמאָלס [נאָר — פאַרשטאַרקן דעם זכרון דערפון, דורך דעם וואָס מ'וועט געבן די חוברת] — מ'וועט נאָר דערמאָנען די נקודה דערפון:
יעדערע פון אייך זאָל מקיים זיין אַלע מצוות אין וועלכע זי איז מחוייב, ובמיוחד — די מצוה פון הדלקת נרות299שבת ויו"ט, וואָס איז איבערגעגעבן געוואָרן צו אידישע פרויען, טעכטער און — גאָר קליינע מיידעלעך.
און כדי אַז דער קיום המצוה זאָל זיין מיט מער לעבעדיקייט — זאָל יעדערע האָבן אַן אייגענעם לייכטער, און אויך אַן אייגענע צדקה־פּושקע,
אין צוגאָב דערצו וואָס זי האָט אַן אייגענעם סידור — ווי גערעדט ביי אַ פריערדיקע געלעגנהייטעט מער בפרטיות.
גרייטן זיך צום קיום המצוה פון הדלקת נרות שבת קודש — וואָס די צוגרייטונג דערצו הויבט זיך שוין אָן פון מיטוואָך (היינטיקן טאָג), ווי די גמראפ זאָגט אַז אָנהויבנדיק פון יום הרביעי — די דריי טעג פאַר שבת ווערן אָנגערופן „קמי שבתא".
און ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו האָט געזאָגטפא דעם רמז אויף דעם אַז אין דעם „שיר של יום" פון יום הרביעי זאָגט מען „דעם קליינעם לכו נרננה" (די ערשטע דריי פסוקים פון „לכו נרננה") — וואָס דעם גאַנצן מזמור זאָגט מען אין ליל שבת, וואָס אין דעם איז מרומז אַז די צוגרייטונג צו שבת הויבט זיך שוין אָן פון יום הרביעי.
און טאָן די מצוה פון הדלקת נרות שבת קודש — צו וועלכע מ'גרייט זיך צו פון היינט אָן — אין אַן אופן פון „לכו נרננה": לאָמיר אַלע צוזאַמען זינגען און לויבן דעם אויבערשטן — מיט שמחה און פריילעכקייט, וואָס די שמחה וועט צוגעבן נאָכמער הצלחה אין דעם.
יט. איידער מ'פאַרענדיקט דעם צוזאַמענקלייבן זיך — וויל מען נאָכאַמאָל דערמאָנען, אַז מ'זאָל אָננעמען דעם פעסטן באַשלוס אַז אויך ווען מ'געפינט זיך „בשדה" (אין פעלד) און מ'איז פאַרנומען מיט די אַרבעט וואָס איז דערמיט פאַרבונדן — דאַרף זיין דער „מוצא שפתיך תשמור ועשית":
מ'דאַרף געדיינקען אַז מ'האָט אָנגעהויבן דעם טאָג זאָגנדיק „מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך" — אַז מ'דאַנקט דעם אויבערשטן אויף דעם וואָס ער האָט אומגעקערט די נשמה, וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט „רבה אמונתך"פב.
און כדאי מ'זאָל אויך בלאַזן שופר — לויטן „מנהג ישראל"פג אַז אין יעדן וואָכעדיקן טאָג פון חודש אלול (ווען דער מלך געפינט זיך בשדה) בלאָזט מען שופר [וואָס דאָס דערמאָנט דעם ענין פון ראש השנה, וואָס „מצות היום בשופר"פד] — וואָס דאָס ברענגט דעם ענין התשובהפה, און עס דערמאָנט אויך אויף דעם שופר פון מ"תפו.
300איבער'חזר'ן נאָכאַמאָל „ישמח ישראל בעושיו וכו'", און — „כי קרוב אליך הדבר מאד וגו'".
און דערנאָך זאָל מען מכריז זיין די ברכה וואָס איז פאַרבונדן מיט חודש אלולפז — „לשנה טובה תכתבי ותחתמי", אַז יעדע אידישע מיידעלע, צוזאַמען מיט אַלע אידישע מיידעלעך, צוזאַמען מיט אַלע אידישע טעכטער און פרויען, און צוזאַמען מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, זאָל האָבן אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
כולל אויך אַז נאָך זייענדיק אין די טעג פון דעם יאָר וואָס גייט אַוועק, זאָל מען זען ווי דער גאַנצער אידישער פאָלק איז אין אַן אופן פון שלימות — „שלימות העם",
צוזאַמען מיט „שלימות התורה" — אַז מ'פירט זיך ע"פ התורה ווי זי איז בשלימותה, מיט אַלע אירע איינצלהייטן,
און דאָס ברענגט אויך „שלימות הארץ" — אַז גאַנץ ארץ ישראל איז גאַנץ און אידיש, און אינגאַנצן — מיט אַלע אירע טיילן געהערט זי צום גאַנצן אידישן פאָלק, וואָס פירט זיך לויט דער גאַנצער תורה.
און דאָס וועט זיין די צוגרייטונג צו דער גאולה האמיתית והשלימה, דורך משיח צדקנו, בקרוב ממש.
און מ'זאָל אויך מכריז זיין „לשנה הבאה בירושלים" — דורך דעםפח וואָס משיח צדקנו וועט קומען גאָר אינגיכן, וועט מען זיין „לשנה הבאה [שנה השביעית, אַ שבת'דיקער יאָר, „שבת לה'"פט] בירושלים", במהרה בימינו ממש.
אמרו (עוה"פ): „ישמח ישראל בעושיו . . בתחתונים", „כי קרוב אליך הדבר מאד . . לעשותו".
ואח"כ — „לשנה טובה תכתבי ותחתמי", „לשנה הבאה בירושלים".
כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן להמדריכות תי' חוברות דהשיחה ומטבעות, ובקש שיחלקו לכאו"א מהילדות תי': חוברת השיחה (להתלמידות דמחנה קיץ „אמונה" תי' דיום ד' פ' ראה, ז"ך מנחםאב תשל"ח (בתרגום אנגלי)), ושתי מטבעות של עשר סענט: א' לתת לצדקה, והב' — לעשות בה כטוב בעיניהן. וכן עשו.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ד
- Id
- rh-7gp5tejm