עברית
Library

Letter 4840

י"ז מ"ח, תשי"ז · ברוקלין.

ב"ה, י"ז מ"ח, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף, וועלכער איז איינגעטיילט אין צוויי חלקים, און דער ערשטער טייל פארענטפערט די פראגע אין דעם צווייטען טייל, וואס זיין אינהאלט איז, אז עס איז דיר שווער צו מנצח זיין די מלחמת היצר.

איז דער תירוץ אויף דעם אין דעם ערשטען טיין פון דיין בריף, וואס אויף אלע זאכען וואס דו האסט געדארפט טאן, האסט דו געפונען טעמים פארוואס איצטער קענסט דו ניט טאן דאס, טעמים שונים ומשונים, און די זאכען וואס די האסט יע געקענט טאן, דערמאנסט דו גארניט, כאילו אז דאס וואס די משנה זאגט, אני נבראתי לשמש את קוני, איז חס ושלום ניט שייך אין... אדער צו דינען השם יתברך דארטען, פארנעמסט זיך מיט מסחר וכיו"ב, השם יתברך זאל דיר העלפען אז דו זאלסט געדיינקען אז דו ביזט א תמים, און די ערשטע [זאך] פון א תמים איז צו זיין נר להאיר, בנר מצוה תורה אור ומאור שבתורה זוהי תורת החסידות, און אלע אנדערע זאכען ווענדען זיך אן דעם, און קומען נאך דעם, און אז דו וועסט זיך אריינטראכטען אין דעם אויף א אמת, וועט דיר דאס נוגע זיין אויף א אמת, און דענסטמאל וועסט דו זעהען וואס דו דארפסט טאן און ווי צו טאן, און עס איז א שאד יעדער טאג וואס גייט אוועק און באשעפטיגט זיך ניט אין דיינע ענינים, וכרמי שלי לא נטרתי.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 14
Id
rh-2k4rxdpz

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4840