עברית
Library

Letter 5252

ה' אד"ש, תשי"ז · ברוקלין.

ב"ה, ה' אד"ש, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום החמישי, אין וועלכען איר שרייבט וועגען זיך, דעם לערנען און דעם מצב ביראת שמים, און איר [זיי]ט מסיים בבקשת ברכה.

והנה ידוע דער ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אין דעם דיוק הלשון גשמי ברכה, אז א ברכה איז אזוי ווי גשם, וואס נאכדעם ווי עס איז געווען חרישה און זריעה, העלפט דער גשם צו מצמיח זיין פירות, אזוי אויך אין רוחניות, ווען עס איז פראן פריער די חרישה, דאס איז דער קבלת עול, און די זריעה, דאס איז דער לערנען בהתמדה ושקידה און הנהגה טובה בקיום המצות, העלפט די ברכה צו מצמיח זיין פירות בתוספת מרובה - בתורה וביראת שמים.

און איך בין זיכער אז ווען איר וועט טאן אין איינגלאנג מיט דאס אויבען געזאגטע, וועט מקוים ווערען בא אייך דער מאמר רז"ל יגעת ומצאת.

והיות אז צו יעדער זאך מוז מען האבען סייעתא דשמיא, וואלט געווען א גלייכע זאך, אז יעדער וואכען טאג פארן דאוונען אין דער פריה זאלט [אי]ר געבען א פאר סענט אויף צדקה, און צו זיין זהיר בקיום המצות בהידור ככל האפשרי, און איינווירקען אויף אייערע חברים, אז אויך זיי זאלען זיך אויפפירען אזוי, זיכער איז איבעריג צו מדגיש זיין דעם פסק המשנה (אבות פרק ג') אז ווען מען וויל אז עס זאל זיין חכמתו מתקיימת, וואס די משנה רעט דאך וועגען חכמת התורה, דארף זיין יראתו קודמת לחכמתו, דער ענין פון יראת שמים*, און אזוי ווי לימוד התורה איז מען מחויב יעדער טאג מחדש, ווארום יעדער טאג אין דער פריה מאכט מען דאך א ברכת התורה פון דאס ניי, אזוי אויך דארף אלע טאג זיין דעם יראתו קודמת, ובימינו אלה בפרט - איז פיל גרינגער און טיפער די קליטה פון יראת שמים ואהבת השם, דורך לימוד תורת החסידות [וועלכע איז כולל אויך די ענינים פון תורת המוסר, (זעה בארוכה בקונטרס תורת החסידות לכ"ק מו"ח אדמו"ר)] ומרומז גם כן בהלכות יסודי התורה פרק ב' הלכה ב': והיאך היא הדרך לאהבתו ויראתו, בשעה שיתבונן כו' ויראה מהן חכמתו כו' ומתאוה תאוה גדולה לידע השם הגדול וכו' ויפחד וכו'

והשם יתברך זאל העלפען אז כל האמור לעיל זאל זיין בא אייך בהצלחה און זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 14
Id
rh-s1xxx3tn

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit5252