Letter 5029
י"ב טבת, תשי"ז · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט די פארזעצונג אין די ענינים וועלכע מיר האבען גערערט חנוכה ערב ראש חדש, און פרעגט א עצה וואס צו טאן.
איר מאכט אזויפיל ספיקות און אזויפיל סברות אויף ניט. און דא איז מען ארויסגעפארען פון חדש כסלו און חנוכה און אריינגעגאנגען אין חדש טבת, אז מיר איז איצטער שווער צו זאגען וואס אין דעם, און ווי באוואוסט אז מען דארף אריינכאפען זמנים מסוגלים און אזוי האב איך געזאגט אויך אין פארזעצונג צו אונזער שמועס אין טעלעפאן, ויהי רצון אז בעתו ובזמנו אין א גוטער צייט און א גוטען אופן זאל ארויסקומען דאס וואס מען דארף בטוב הנראה והנגלה ובהרחבה אויך כפשוטה.
בברכה להצלחה מופלגה און זאלט קענען געבען צדקה מיט א ברייטער האנד און מיט א פרייליכער הארץ.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 14
- Id
- rh-zfm8b8s2
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit