עברית
Library

Letter 4898

ד' כסלו, תשי"ז · ברוקלין.

ב"ה, ד' כסלו, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

עס האט מיר פארשאפט פארדרוס דערוויסענדיק זיך אז איר פילט ניט אזוי גוט אין געזונט, און איך האף אז צו דער צייט פון באקומען מיין דיזן בריף, איז שוין פראן א בעסערונג אין דעם און השם יתברך זאל געבען עס זאל גין אלץ בעסער ביז צום ריכטיגען געזונט ווערען, און צוזאמען מיט אייער מאן הרב שי' זאלט איר מגדל זיין אלע אייערע קינדער שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים, געזונטערהייט און פרייליכערהייט.

און בפרט אז מיר זיינען אריינגעקומען איצטער אין דעם חדש כסלו, וועלכער איז דער חדש פון נסים וגאולה בכלל, און בפרט אין בעצוג צו די וועלכע זיינען זוכה צו נעמען איינטייל אין די מוסדות חסידות חב"ד וואס רבותנו נשיאנו הק' נשיאי חב"ד, אנהויבענדיק פון דעם אלטען רבי'ן בעל התניא, זיינען מעורר רחמים רבים אויף די אלע אין דעם וואס זיי נוטיגען זיך אין זייערע פריוואטע ענינים, און אויך אין דער ארבעט פון ענינים הכללים, וואס אז די ענינים הפרטים זיינען בסדר ובהצלחה, קומט צו אין דער ענערגיע און פארשטארקטער ארבעט פון די ענינים הכללים, און ווי עס איז באוואוסט דער סיפור פון דעם מיטעלן רבי'ן, אז פאר דער מסירות נפש פון דעם אלטען רבי'ן אויף תורת החסידות, האט מען אפגע'פסק'נט אין בית דין של מעלה, אז אין יעדער ענין פון תורה יראת שמים ומדות טובות, זאל זיין די האנט פון זיינע צוגעבונדענע און וועלכע גייען אין זיינע פוס טריט, אויף דאס אויבערשטע.

אין ערווארטונג פון גוטע בשורות פון אייך אין בעצוג צו דעם אויבען געזאגטע.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 14
Id
rh-2kz9rmcw

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4898