עברית
Library

Letter 5289

י"ט אד"ש, תשי"ז · ברוקלין.

ב"ה, י"ט אד"ש, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערען איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון י"ב אדר שני.

און דאס וואס איר שרייבט בנוגע צו די רייד פון די דאקטוירים.

עס איז באוואוסט דער כלל און די הנהגה פון יעדער אידן, אז מען דארף אויפפירען זיך לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הק', און וויבאלד רבותנו ז"ל זאגען אונז, אז התורה נתנה רשות לרופא לרפאות, איז דאס א קלארע אנדייטונג אז דער רופא איז א שליח, און אויב אפילו ניט שטענדיג ווייס דער שליח די כוונה פנימית, אבער דאס וואס דער שליח זאגט בהנוגע לפועל, איז דאס פון דעם משלח, און אין אזא אופן איז דאס א תורה זאך, איז פון דעם פארשטענדליך, אז אויב אפילו מען פארשטייט ניט אינגאנצען אדער עס איז פראן קשיות אויף דעם שליח, על דרך ווי איר שרייבט אין אייער בריף, דארף דאס אבער ניט האבען קיין השפעה אויף דעם אויס פאלגען צו טאן דאס וואס דער דאקטאר זאגט, און דעריבער בין איך בטוח אז באקומעדיג דעם בריף וועט איר אנהויבען אויספאלגען צו טאן וואס דער דאקטאר זאגט, און השם יתברך זאל געבען, אז דער פאלגען און טאן לויט זייער אנווייזונג זאל זיין בהצלחה מופלגה אין אלע ענינים.

און אויך זעלבסטפארשטענדליך, אז די הנהגה פון ניט עסען אין צייט, עסען נאר איין מאל א טאג וכיוצא בזה, איז דורכאויס ניט דער דרך הבעל שם טוב וועגען וועלכען מיר האבען געהערט מערערע מאל פון רבותינו נשיאנו הק', אז עס דארף זיין עזב תעזב עמו, מיטן גוף, אבער ניט דורך תעניות וסיגופים.

איך האף צו באקומען פון אייך א שנעלען ענטפער אז איר הויבט אן טאן ווי געזאגט אויבען, ויהי רצון שיהי' בהצלחה.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 14
Id
rh-pbqt2cga

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit5289