Letter 5017
ט' טבת, תשי"ז · ברוקלין.
אין ענטפער אויף דיין בריף פון יום הרביעי.
זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז ניטא וואס צו זארגען זיך וועגען פרנסה, ווי עס ווערט ערקלערט אין ספרים, אז די דאגה וועגען פרנסה איז ניט נאר וואס עס העלפט ניט צו פרנסה נאר אין געגען טייל עס שטערט און מאכט שווערער, און בפרט אז עס איז שוין פראן אויך א כלי, און לויט דיין שרייבען אז חנוכה ביזט דו געווארען יאר, איז לויט מיין מיינונג דארפסט דו אננעמען א פעסטען באשלוס צו לערנען לכל הפחות נאך א יאר בהתמדה ושקידה און פשוט לאנגע שעות אן שום טראכטען וועגען אנדערע זאכען אויסער לערנען, און זעלבסט פארשטענדליך אז לימוד התורה איז דאס לימוד תורת הנגלה ולימוד תורת החסידות וועלכע גיט א שטארקייט אין מדת הבטחון ענין האמונה און א חיות אין עניני תורה ומצות, און נאך דעם קומענדען ראש השנה וחדש תשרי הבע"ל מיישב זיין זיך וועגען די סדרים אויף ווייטער והשם יתברך יצליחו.
זיכער האלטסט דו אן די דריי שיעורים בחומש תהלים ותניא הידועים און אלענספאל זאלסט אפהיטען זיי מכאן ולהבא.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 14
- Id
- rh-avm57fad
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit