Letter 5272
י"ב אד"ש, תשי"ז · ברוקלין.
...ווען מען האט שוועריקייטען אין פרנסה, זאגען אונז חכמנו ז"ל אז עס איז גוט צו מרבה זיין בצדקה, און אויב אפילו מען קען ניט פארגרעסערן דעם סכום, זאל מען דאס אבער פארטיילען צו געבען אפטער, און בפרט מסוגל דאס טאן איז אין די וואכען טעג אין דער פריה פארן דאוונען און פארן דאוונען מנחה צו געבען עטליכע סענט אויף צדקה.
אין דער פראגע פון בייטען דעם געגענט, איז דאס א גלייכע זאך וויבאלד די אידען זיינען אוועקגעגאנגען פון דארט, און נאך מער איז דאס נוגע ווען עס האנדעלט זיך וועגען קינדער, און השי"ת זאל אייך העלפען עס זאל אייך אנקומען גרינגער ווי איר שטעלט זיך פאר.
בייגעלייגט איז דא א טשעק פון איינע פון די קופות של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און איר וועט דאס אריינטאן אין איינע פון אייערע עניני פרנסה און דאס זאל אייך בריינגען א צוגאב הצלחה בפרנסה בכלל.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 14
- Id
- rh-30wj4xmk
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit