Letter 5018
ט' טבת, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה אלחנן שי' הכהן
הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה אלחנן שי' הכהן
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ב כסלו, און איך וויל האפען אז דער חנוכה איז אדורך בא אייך בסדר ובשלום.
און לויט דעם ווארט פון בעל שם טוב וועלכען מיר האבען געהערט פון כ"ק מו"ח מערערע מאל, אז פון יעדער זאך קען מען עפעס ארויסלערנען ווי צו דינען השם יתברך, איז יעדערער פון אונז בתוך כלל ישראל קען נעמען פון די חנוכה טעג א אפלערנונג, אז יעדער טאג דארף מען צוגעבען נאך א ליכטעלע און אז די ליכטעלע דארפמען אנצינדען אפילו ווען אין גאס ווערט פינסטער און אויב פארן צוגיין אנצינדען זאגט מען אלקינו מלך העולם, אז השם יתברך איז אונזער ג-ט און ער איז דער מלך און אנפירער פון דער גאנצער וועלט איז מען מצליח צו מאכען אלץ מער ליכט און ליכטיקייט, ויהי רצון אז איר זאלט דאס טאן מיט גוטען געזונט און א פרייליכער הארץ ולאריכות ימים ושנים טובות.
מיט גרוס למרת קאווען און צו אייער זון ווען איר שרייבט צו עם.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 14
- Id
- rh-ar41nwsg
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit