נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
28ואתחנן
א.אויף דער התחלת הסדרה — „ואתחנן אל ה'" — ווערן געבראַכט אין ספריא צוויי דעות:
א) אַז „ואתחנן" איז פון לשון „חנם", ד.ה. משה רבינו האָט געבעטן ביים אויבערשטן, אַז ער זאָל אים לאַזן אַריינגיין אין א"י אַלס מתנת חנם. ווייל אע"פ אַז (צדיקיםב) „היו יכולים לתלות . . במעשיהם הטובים (ו)לא בקשו מן המקום שיתן להם אלא חנם".
ב) אַז „ואתחנן" איז איינער פון די עשרה לשונות של תפלה.
אין מדרש רבהג אויפן פסוק ווערן אויך געבראַכט די צוויי ענינים — אַז „ואתחנן" איז (א) פון די עשרה לשונות של תפלה, און (ב) אַז דאָס איז מלשון מתנת חנם — אָבער ניט אַלס צוויי דעות, נאָר אַלס איין און דער זעלבער פירושד (פון דעם זעלבן מ"ד), וז"ל:
„א"ר יוחנן עשרה לשונות נקראת תפלה כו' ותחנונים דכתיב ואתחנן אל ה' ומכולן לא נתפלל משה אלא בלשון תחנונים. א"ר יוחנן מכאן אתה למד שאין לברי' כלום אצל בוראו שהרי משה . . לא באַ אלא בלשון תחנונים" — דאָס הייסט, אַז דער ל' „תחנונים" (ואתחנן) באַציט זיך אויף אַ (תפלה) בקשה וואָס מען בעט בתור מתנת חנם (וויבאַלד אַז „אין לברי' כלום אצל בוראו") [און ווי ר' לוי זאָגט (גלייך דערנאָך)ה: „למה לא בא משה אלא בלשון תחנונים . . במתנת חנם אני עושה עמו"].
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די סברת המחלוקת צווישן ספרי און מדרש, צי דאָס זיינען צוויי פירושים, אָדער איין פירושו?
ב. מפרשיםז זיינען מסביר דעם חילוק צווישן די צוויי דעות (אין ספרי):
לויטן ערשטן פירוש אַז „ואתחנן" איז פון „לשון מתנת חנם"ח איז עס גלייך ווי ס'וואָלט געשטאַנען „ואתחנם", ער האָט געבעטן דעם אויבערשטן „לתת לי מתנת חנם". און דערפאַר איז עס ניט פון די לשונות של תפלה — ווייל אין דעם וואָרט „ואתחנם" גופא איז ניטאָ קיין לשון של תפלה ובקשהט;
משא"כ לויטן צווייטן פירוש, אַז „ואתחנן" איז פון די עשרה לשונות של תפלה — איז „ואתחנן" אַ לשון פון תחינה ותחנונים (כנ"ל פון מדרש).
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז סיי לויטן ספרייא און סיי לויטן מדרש, איז בפועל האָט משה געבעטן ביים אויבערשטן אַ מתנת חנם — איז אין וואָס באַשטייט דער תוכן הפלוגתא, צי משה האָט גענוצט אַ לשון וואָס האָט בלויז דעם אינהאַלט פון „חנם" (כדעת הספרייא), אָדער — אַ לשון של תפלה, נאָר אַזאַ לשון וואָס פּאַסט ווען מ'בעט אַ מתנת חנם?
ג. דער ביאור אין דעם:
בשעת מען בעט ביים אויבערשטן אַז ער זאָל געבן צרכיו וכיו"ב, זיינען דאָ אין דעם צוויי ענינים:
(א) דער אופן הבקשה, תחנונים אָדער תביעה.
(ב) די סיבה צוליב וועלכער דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין בקשתו — דאָס קומט עם, אָדער במתנת חנם.
וויבאַלד השם האָט עם באַשאַפן דאַרף ער עם געבן צרכיו, „ורחמיו על כל מעשיו"יב, ובפרט אַז ער איז בנו של אברהם יצחק ויעקביג — קומט דאָך עם סעודת שלמה בשעתה ויותריד, ובמיוחד אַ שומר תומ"צ שטייט דאָךטו „אם בחוקותי תלכו גו' ונתתי גשמיכם גו'", איז י"ל, אַז אויך דער ענין התפלה (ווי זי דאַרף זיין מלכתחילהטז ע"פ תורת אמתיז) איז ווייל עם קומט.
און אע"פ אַז מ'קען פרעגן: אויב עס קומט ובפרט ע"י מעשים טובים — היינט פאַרוואָס דאַרף ער דערויף מתפלל זיין?
30איזיח [נוסף לזה וואָס עי"ז גיט מען אים מער (בספ"י) ווי מצד דעם וואָס אים קומט בתורת שכר, איז] ידוע, אַז אפילו דאָס וואָס דער אויבערשטער גיט בתורת שכר, איז עס ניט באופן אַז דער אויבערשטער איז מחוייב דאָס צו געבןיט. ווי עס שטייטכ „ולך אד' חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו" — אַז דער „אתה תשלם לאיש כמעשהו" איז אַ חסד פון אויבערשטןכא.
דעריבער, דאַרף מען דערויף מתפלל זייןכב צום אויבערשטן, און מען קען דאָס ניט מאַנעןכג באַם אויבערשטן, נאָר מען בעט אים צו ממלא זיין די בקשה בתור מתנת חנם.
און ווי חז"לכד זאָגן אַז מען זאָל ניט תולה זיין אַ תפלה „בזכות עצמו"כה — ווייל אפילו ווען דער אויבערשטער איז ממלא די בקשה צוליב מעשיו הטובים, האָט ניט קיין אָרט צו תולה זיין די בקשה בזכות עצמו (צו מתפלל זיין „עשה לי בזכותי"כו).
די צוויי אופנים הנ"ל (סעיף ב) ווי צו פאַרבינדן דעם לשון „ואתחנן" מיטן ענין פון „מתנת חנם" — דריקן אויס צוויי אופנים אין בעטן אַ מתנת חנם:
לויטן מדרש, איז „ואתחנן" — מתנת חנם — בלויז מתאר דעם אופן הבקשה (כמש"נכז „תחנונים ידבר רש ועשיר יענה עזות"): איינער וואָס שטייט אין דער תנועה פון ביטול היפך העזות, איז זיין תפילה „בלשון תחנונים" — מתנת חנם.
דאָס הייסט: ער ווייס אַז ער האָט מעשים טובים, אָבער דאָך בעט ער ביים אויבערשטן בתור מתנת חנם (און דערפאַר פאַרבינדט דער מדרש „מתנת חנם" מיט „לשון תחנונים" — דער ענין פון מתנת חנם הערט זיך אָן בלויז אין לשון ואופן התפלה).
31משא"כ אין ספרי, איז דער ענין פון מתנת חנם ניט נאָר בלשון תפלתו, נאָר אויך בהרגשתו: ער בעט אַ מתנת חנם ווייל ער פילט אַז עם קומט ניט, ער פילט אַז ער האָט ניט קיין זכויות אַז דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין בקשתו, און דערפאַר בעט ער ביים אויבערשטן אַ מתנת חנם.
ומהאי טעמא האַלט (די ערשטע דיעה אין) ספרי אַז „ואתחנן" איז אַ לשון מתנת חנם — ובמילא ניט פון די לשונות של תפלה (כנ"ל סעיף ב) — ווייל אַזאַ בקשה (בתור מתנת חנם באמת) איז ניט ווי ס'איז דער גדר פון תפלהכח מלכתחילה (כנ"ל)כט.
און כאָטש אַז משה רבינו האָט זיכער תמיד געדיינקט אַז קיבל תורה מסיני ועוד — ובמילא איז בהרגשתו אַז ער האָט גרויסע מעשים טוביםכב — איז אָבער די עניוות פון משה געווען אַזוי גרויס, אַז ער האָט גערעכנט אַז אים קומט דערפאַר גאָרניטל
[כידוע דער ביאורלא אין פסוקלב „והאיש משה עניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה", אַז ניט געקוקט אויף דעם וואָס משה האָט געוואוסט זיינע גרויסע מעלות לגבי „כל האדם", איז ער געווען „עניו מאד מכל האדם", ווייל ער האָט גערעכנט אַז דאָס איז ניט זיין אויפטו, נאָר אַז ער האָט אַלץ באַקומען מלמעלה; ואדרבה, ווען אַ צווייטער וואָלט געהאַט זיינע כחות ומעלות, וואָלט יענער געווען בעסער פאַר אים].
און דאָס איז אויך דער טעם השינוי צווישן דעם לשון הספרי און לשון המדרש:
32אין מדרש איז מודגש אַז „אין לברי' כלום אצל בוראו" — ביים אויבערשטן איז די עבודה ניט תופס מקום, און דעריבער בעט מען ביי אים בלשון של תחנונים (מתנת חנם);
משא"כ אין ספרי איז מבואר אַז „היו יכולים לתלות . . במעשיהם הטובים ולא בקשו מן המקום שיתן להם אלא חנם", וואָס דאָס איז מדגיש (ניט ווי „מעשיהם הטובים" זיינען ניט תופס מקום ביים אויבערשטן, נאָר) די עניוות פון די צדיקים, אַז זייערע מעשים טובים זיינען ביי זיי גופא ניט תופס מקום, ביז אַז זיי בעטן ביים אויבערשטן בלויז בתור מתנת חנם.
ה. לויט דעם ביאור אין די צוויי אופנים ווי צו פאַרשטיין תפלת משה „ואתחנן אל ה'", איז אויך מוסבר דער תוכן החילוק צווישן די צוויי פירושים (וועלכע רש"י ברענגטלג) אין דעם ענטפער פון אויבערשטן — „רב לך": (א) שלא יאמרו הרב כמה קשה והתלמיד כמה סרבן (מפציר)לד, (ב) רב לך, הרבה מזה שמור לך רב טוב הצפון לךלה —
זיי זיינען מתאים צו די צוויי פירושים אין „ואתחנן"לו:
לויטן פירוש אַז משה האָט געבעטן בתורת מתנת חנם ממש — האָט דער אויבערשטער געענטפערט אַז משה מוז אויפהערן בעטן — „שלא יאמרו הרב כו' והתלמיד כו'". וואָרום לולא זאת — וויבאַלד ער בעט אַ מתנת חנם, איז ניטאָ קיין הגבלה וויפל מאָל ער קען בעטן.
און לויטן פירוש אַז „ואתחנן" איז פון די עשרה לשונות של תפלה — וואָס אַ תפלה איז דער אויבערשטער ממלא מצד די זכויות של המתפלל — איז דער ענטפער פון אויבערשטן „הרבה מזה שמור לך רב טוב הצפון לך": דער שכר פאַר דיינע מעשים טובים איז „הרבה מזה".
ו. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: וואָס איז פאָרט דער טעם ויסוד פון דער פלוגתא צווישן ספרי ומדרש, צי „ואתחנן — מתנת חנם" פון תפלת משה איז בלויז אַן ענין אין לשון התפלה (כדעת המדרש), אָדער ווייל ער האָט באמת געהאַלטן אַז אים קומט טאַקע ניט, און דערפאַר האָט ער ניט געקענט נוצן אַ לשון של תפלה, נאָר בלויז בעטן בתור מתנת חנםלז (כדעת הספרי)?
וי"ל הביאור אין דעם — ובהקדים:
אויף משה רבינו איז געווען נגזר די גזירה שלא יכנס לארץ. וואָרום דאָס וואָס משה האָט גערעכנט אַז „לאחרי שכבשתי ארץ סיחון ועוג . . שמא הותר הנדר"לח — איז דאָס נאָרלט בנוגע דעם אויבערשטנ'ס שבועה אַז משה זאָל ניט33אַריינגיין אין א"י, וואָס אויף דעם איז אַן אָרט צו זאָגן, אַז צוליב דעם וואָס אַ נדר שהותר מקצתו הותר כולו איז בטל געוואָרן די שבועה.
ועפ"ז יש לומר, אַז די פלוגתא צווישן דעם ספרי ומדרש, איז תלוי אין די צוויי דיעותמא, צי תפלה העלפט אויך „לאחר גזר דין" אָדער דוקא „קודם גזר דין":
דער מדרש האַלט ווי די דיעה אַז תפלה העלפט אויך לאחר גזר דיןמב, און דערפאַר האָט משה מתפלל געווען להקב"ה מיט איינעם פון די עשרה לשונות של תפלהמג (נאָר פון זיי גופא, האָט ער אויסגעקליבן לשון תחנונים דוקא);
משא"כ דער ספרי (בפי' הא') האַלט ווי די דיעה אַז תפלה העלפט נאָר קודם גזר דין, ובמילא וואָלט דאָ ניט געהאַלפן אַ לשון של תפלהמד; נאָר משה האָט געבעטן בתור מתנת חנםמה.
ז. ויש לומר, אַז עד"ז איז אויך די הסברה אין דער מחלוקת צווישן בבלי וירושלמי אין מאמר המשנהמו אַז אַ תפלה (אויף אַ אשה מעוברת) „שתלד אשתי זכר הרי זו תפלת שוא" —
לויטן בבלימז רעדט די משנה אויך וועגן דעם זמן פון תיכף נאָך די ארבעים יום (ווען עס ווערט שוין נקבע צורת הולד); משא"כ לויטן ירושלמימח רעדט די משנה דוקא „ביושבת על המשבר", אָבער קודם לזה העלפט די תפלה צו משנה זיין מנקבה לזכר. און לויט נאָך אַ מ"ד, איז „אף היושבת על המשבר יכול להשתנות":
34מצד בבלי — וואָס אופן הלימוד אין תלמוד בבלי איזמט בדרך מלמטה למעלה: עס זיינען פאַראַן אַ ריבוי קושיות כו' און מען דאַרף אָנקומען צו יגיעת האדם צו דערגרייכן די מסקנא — איז אויך דער ענין התפלה אָפּגעמאָסטן לויט גדרי והגבלות המתפלל. און וויבאַלד אַז ע"פ טבע קען דער ולד ניט נשתנה ווערן (נאָך ארבעים יום) מנקבה לזכר, „הרי זו תפלת שוא".
משא"כ מצד תלמוד ירושלמי — וואָס זיין לימוד איזמט ניט (אויף אַזוי פיל) פאַרבונדן מיט יגיעת האדם, נאָר עס קומט אין אַן אופן פון „אור ישר", בדרך מתנה מלמעלה — איז אויך דאָ אין תפלה דרך מתנת חנם וואָס האָט ניט קיינע הגבלות, ביז אַז „אף היושבת על המשבר יכול להשתנות".
ח. דער ביאור אין דעם ע"ד החסידות:
דער אַלטער רבי איז מבאר אין לקו"תנב דעם ענין פון „אין ואתחנן אלא מתנת חנם", אַז דורך כניסתו לארץ האָט משה געוואָלט אויפטאָן אַז ביי אידן זאָל מאיר זיין אַזאַ מדריגה, וואָס איז העכער פון צו קענען צוקומען צו איר דורך עבודת הנבראים (בלשון החסידות: אתערותא דלעילא וואָס איז אינגאַנצן העכער פון אתערותא דלתתא). און דאָס איז דער לשון „מתנת חנם" — „חנם בלא מצות"נג: אַ מדריגה וואָס איז „למעלה מעלה מבחי' המצות".
ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק סברת הספרי, אַז לויטן פירוש „ואתחנן" — „מתנת חנם" איז עס ניט פון די עשרה לשונות של תפלה:
תפלה איז דאָך אַן עבודה בדרך אתערותא דלתתאנד. און דעריבער, כדי צו פועל זיין ביים אויבערשטן דעם מילוי המבוקש פון „אעברה נא ואראה גו'"נה, וואָס וואָלט אויפגעטאָן ביי אידן דעם גילוי בדרך אתערותא דלעילא — האָט אויך דער אופן הבקשה אויף דעם געמוזט זיין מעין זהנו: בעטן (ניט מיט אַ לשון של תפלה, נאָר) אַ מתנת חנם ממש, וואָס איז אינגאַנצן ניט פאַרבונדן מיט זכויות (כנ"ל בארוכה).
ט. אעפ"כ האַלט דער מדרש אַז אויך „ואתחנן" — „מתנת חנם" איז פון די עשרה לשונות של תפלה.
וועט מען דאָס פאַרשטיין לויטן ביאור הצ"צ אויפן מאמר הנ"ל שבלקו"ת: אין לקו"תנז איז מבואר, אַז די בקשה הנ"ל35פון משה'ן (אַז עס זאָל זיין בחי' אתעדל"ע שלמעלה מאתעדל"ת) — איז דער ענין התורה, וואָרום דורך תורה ווערט נמשך פון „בחי' אנכי מי שאנכי . . שהיא למעלה מעלה מאתעדל"ת", זי קומט בדרך מתנהנח.
פרעגט דער צ"צנט: אויב אַזוי, פאַרוואָס זאָגט מען אַז משה רבינו האָט ניט פועל געווען ע"י תפלתו — מיר האָבן דאָך תורה, וואָס דורך איר ווערט נמשך אויך איצט „מבחי' זו דאתעדל"ע"?
און איז מבאר, אַז בקשת משה איז געווען, אַז די המשכה שע"י תורה (וואָס קומט בדרך מתנה ואתעדל"ע כנ"ל) זאָל פועל זיין למטה אין וועלטס. וואָס דאָס איז דער יתרון אינעם אויפטו פון תפלה לגבי תורהסא, תורה טוט אויף (בעיקר) למעלה, אין עולמות עליונים. אָבער דורך תפלה טוט מען אויף „לשנות הנבראים מכמות שהם שיתרפא החולה וירד הגשם כו'" [וואָרום וויבאַלד אַז תפלה קומט בדרך מלמטה למעלה, פועל'ט זי אין דעם „מטה" וואו מ'איז מתפלל]. און משה האָט געוואָלט אויפטאָן אַז אויך די המשכה למטה זאָל זיין בדרך אתעדל"ע (דורך תורה).
און דערפאַר זאָגט דער מדרש אַז אויך די בקשת מתנת חנם של משה איז געווען אַ לשון של תפלה, ווייל משה האָט געוואָלט האָבן דעם חיבור פון ביידע מעלות: אע"פ אַז די המשכה קומט בדרך מתנת חנם (אתעדל"ע), זאָל זי אָבער אַראָפּקומען ביז למטה מטה (אין דעם „אָרט" פון תפלה). און דעריבער איז אויך אין זיין תפלה געווען ביידע זאַכן: זי איז געווען אַ לשון של תפלה, אָבער וואָס ענינה איז — בקשת מתנת חנם.
יו"ד. אעפ"כ האָט משה עס ניט פועל געווען בתפלתו, ווייל דער תכלית הכוונה איז, אַז אַלץ זאָל קומען דורך עבודה. וואָס דערפאַר, כאָטשסב אַז מצד דעם (וואָס משה איז ניט אַריין אין א"י) איז די כניסה לארץ געווען דורך יהושע'ן, פני לבנהסג שיש בה שינויים, ובמילא האָט געקענט דערנאָך ווערן דער ענין הגלות
[ניט ווי עס וואָלט געווען אויב די כניסה וואָלט געווען ע"י משה'ן, וואָס דעמאָלט וואָלט עס געווען די גאולה הנצחית (וויבאַלד עס וואָלט ניט געווען אָפּהענגיק אין עבודת המטה)]
איז אָבער דוקא דורך דעם פאַראַן די מעלה פון עבודה, „למעשה ידיך תכסוף"סד, וואָס איז ממשיך נאָך אַ העכערן אורסה (העכער ווי דער אור וואָס קומט דורך „מתנת חנם"),