צום אַלעם ערשטן — כל המברך מתברךא בברכתו של הקב"ה, וואָס "תוספתו מרובה על העיקר"ב, ולמטה מעשרה טפחים, ותיכף ומיד — מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבהג.
און עס זאָל מקויים ווערן באַ יעדער איד און ביי אַלע אידן, בתוך כלל ישראל, דער "שיר מזמור לבני קרח למנצח" (דער קאַפּיטל תהלים פ"ח המתאים לשנה זוד) — ווי גערעדט בארוכה פריערה: באַ יעדער איד ובכל עניניו, גשמיים און רוחניים — זאָל זיין "שיר מזמור", שיר בפה — וואָס איז כולל כל עניני הנשמה (ועל ידי הנשמה), און מזמור בכלי — וואָס איז כולל כל עניני הגוף (ועל ידי הגוף)ו, ביז אויך חלקו בעולם — כל הנכסים של האדםז (וואָס זיי זיינען בדוגמא צו אַ כלי וועלכע אַ איד נוצט צוליב דעם אויבערשטן),
און ביידע אופני עבודה ("שיר מזמור") זיינען "לבני קרח" — אין זיי ווערט אויפגעטאָן דער עילוי פון תשובהח, ביז תשובה עילאה, וואָס איז בשמחה רבהט,
ביז אויפטאָן דעם ענין פון "למנצח" — אַז ס'זאָל זיין אַ נצחוןי גמור פון יעדער איד, און פון אַלע אידן, און פון אַלע אידן צוזאַמען — דער נצחון פון אויספירן וואָס דער אויבערשטער וויל, און וואָס יעדער איד וויליא, און וואָס אַלע אידן ווילן,
ביז דעם ענין הכי עיקרי — אַז תיכף ומיד ממש, ולא עכבן אפילו כהרף עיןיב, זאָל קומען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, דוד מלכא משיחא.