י"א ניסן
י"א ניסן
לאנ"ש שיחיו שברכו אותו, י"א ניסן ה'תשמ"ז,
א. דער* אויבערשטער זאָל ממלא זיין משאלות לבבם לטובה של כל אחד ואחת מישראל בכלל, און אלו הנמצאים כאן במיוחד.
ובפרט אַז מ'האָט אויף דעם אַ כח מיוחד פון דעם זמן שגרמא:
מ'שטייט אין חודש ניסן, וואָס "ניסן" האָט צוויי נוני"ן, וואָס דאָס באַדייט אַז "נסי נסים נעשו לו"א.
און אין חודש ניסן עצמו — "ביום עשתי עשר יום", וואָס דעמולט איז דער "נשיא לבני אשר"ב. וואָס זיין ענין איז — "הוא יתן מעדני מלך"ג, דער ענין פון תענוגד און אַזאַ דרגא אין תענוג וואָס ווערט אָנגערופן "מעדני מלך" — תענוג פון אַ מלך: אַ מלך איז בכלל רגיל אין אַלע ענינים טובים. איז פאַרשטאַנדיק אַז "מעדני מלך" מיינט אַ תענוג וואָס איז (ניט נאָר מערער פאַר מילוי החסרוןה, נאָר) אַ תענוג וואָס איז מערער און בהוספה אפילו אויף הרחבה און שלימות הטוב אין וועלכע אַ מלך איז רגיל.
ב. ויש לקשר זה (דעם ענין פון חודש ניסן בכלל, "נסי נסים", און "ביום עשתי עשר יום נשיא לבני אשר") מיט חג הפסח — דער תוכן כללי ונקודה עיקרית פון גאַנץ חודש ניסן:
דער קרבן פסחו (און בזמן הזה — דעם אפיקומןז וואָס איז אַ זכר לפסח) האָט מען געגעסן "בסוף כל הסעודה כדי שיהי' נאכל על השובע, דהיינו שהפסח יהא גמר כל השביעה כדי שיהיו נהנין באכילתו. . דרך חשיבות וגדולה. . כדרך שהמלכים והגדולים אוכלים"ח.
ד. ה. אַז אויך פאַר אכילת קרבן פסח האָט מען "שובע", און דער פסח איז מוסיף אין דעם נאָכמער הנאה ותענוג — "מעדני מלך", "כדרך שהמלכים כו' אוכלים".
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לב
- Id
- rh-jqe64t09
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.