י"א ניסן
187
ג. אין דעם קומט צו נאָך אַ נקודה, און אַ חידוש:
באַם אָנהויבס סדר של פסח איז מען מכריז: "כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח", און מ'איז מסיים אַז אַלע אידן ווערן "בני חורין".
און לפני זה (אָנהויבנדיק פון שלשים יום קודם החגט) — גיט מען די עניי העיר ובכלל "מעות חטים".
דאָס הייסטי, אַז נוסף לזה וואָס מ'דאַרף אַליין עסן דעם פסח "על השובע" ("מעדני מלך"), דאַרף מען דאָס אויך געבן צו "כל דצריך". מ'דאַרף אים געבן ניט נאָר "די מחסורו" ("כל דכפין ייתי וייכול"), נאָר אויך "ייתי ויפסח", דעם פסח וואָס "נאכל על השובע", "כדרך שהמלכים אוכלים", "מעדני מלך" — ביז אַז מ'מאַכט פון אים אַ "בן חורין" אמיתי.
און דער טעם אויף דעם איז בפשטות — ווייל יעדער איד איז אַ בן מלךיא, און בנו יחידו של מלךיב, מלך מלכי המלכים הקב"ה.
ד. ועפ"ז יש לקשר זה מיט דעם קאַפיטל (מזמור) תהליםיג וואָס כמה הויבן אָן זאָגןיד בעשתי עשר יום דחודש ניסן בשנה זו:
דער קאַפיטל הויבט זיך אָן מיט "עני ואביון אני"טו, און דערנאָך איז מען ממשיךטז "שמח נפש עבדך".
ויש לומר אַז דאָס זיינען די צוויי קצוות הנ"ל: מ'הויבט אָן דעם סדר מיט "כל דכפין כו' כל דצריך כו'" — "עני ואביון"; און מ'גיט זיי דעם פסח שנאכל על השובע, "מעדני מלך" — "שמח נפש עבדך", דער ענין פון שמחה וואָס איז נאָכמער פון מילוי החסרון בכלל, און נאָכמער אפילו פון תענוג בכלל, וואָרום שמחה איז פורץ כל הגדריםיז.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לב
- Id
- rh-e1svtzqe
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.