עברית
Library

י"א ניסן

193

און מ'האָט שלימות הארץ, צוזאַמען מיט "ירחיב ה' אלקיך את גבולך"יג — אַלע עשר ארצות ואומות (נוסף אויף די שבע, אויך די שלשה ארצות קיני קניזי וקדמוני),

צוזאַמען מיט שלימות עם ישראל, "קהל גדול" פון "האנשים והנשים והטף" (כנ"ל), און אין יעדער סוג באַזונדער — שלימות פון יעדער פרט און פרט שבפרט, אין פרטי פרטים, ולאידך: יעדערעריד אַלס פרט (בלייבנדיק אַ באַזונדער מציאות) ווערט אַ חלק פון דעם "קהל גדול", ביז נאָכמער — ווי דער בעש"טטו זאָגט אַז העצם כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולוטז.

און די שלימות (פון עם ישראל) פועל'ט אויך אין דער גאַנצער וועלט, וואָס אויך זי באַשטייט פון התחלקות, "מה רבו מעשיך"יז, "מה גדלו מעשיך"יח, ביז אַ התחלקות עד אין סוףיט — ווערט ביחד עם זה נתגלה לעין כל אַז די וועלט (און אַלע אירע פרטים) איז אַ רשות היחיד ליחידו של עולם, ובאופן פון "ולא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך"כ, וכמבואר בספר תניא קדישאכא.

ועוד והוא העיקר — ולא עכבן אפילו כהרף עין, תיכף ומיד ממש ממש.

[א' מרבני אנ"ש ברך את כ"ק אדמו"ר שליט"א בברכת כהנים, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:]

ולאחרי תחיית המתים, ווען עס וועט זיין "משה ואהרן עמהם"כב, וועט יעדער איד און אַלע אידן — אַלס חלק פון דעם עצם פון אַ קהל גדול — הערן די אַלע ענינים וברכות — אַ ברכה גדולהכג — פון אהרן כהן גדול, בבית המקדש השלישי — אַ בית גדולכד.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-kdg68xkg

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources