הלכות שבת
261
הנה בטח יודע כי ממון הקשור עם חלול שבת הנה ר"ל לא רק הם הולכים לטמיון, אלא גם גוררים ממון אחר, א"כ מה לו ולמסחרים כאלה הקרובים מאד מאד להפסד ורחוקים משכר?!
והשי"ת הזן ומפרנס לכל, בטח ימציא לו פרנסתו בריוח באופן כשר ובאופן שיוכל להשתמש בפרנסתו אף געזונטע זאכן און אידישע זאכן. . .
איך האב ערהאלטען אייער בריף פון מוצאי שבת קדש מקץ, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם צופאל, דורך דעם טעות פון דעם פעיפער בנוגע צו דער צייט פון ליכט צינדען:
איר זאלט צוטיילען אויף צדקה, אין פארלויף פון עטליכע וואכען, $7,02* (זיבען דאללאר מיט 2 סענט) און עס איז בעסער צו טאן דאס, ערב שבת פאר ליכט צינדען, און אויך לערנען די דינים פון שבת, אין קיצור שולחן ערוך, — אויף וויפיל איך ווייס, איז פאראן דער קיצור שולחן איבערזעצט אויך אין ענגליש, וועט אייך מסתמא זיין גרינגער צו לערנען פון דער ענגלישער איבערזעצונג — און עס וואלט זייער גלייך געווען ווען איר זאלט צו דעם לערנען, צוציהען נאך אייניגע פרויען, אויף צו לערנען צוזאמען, און זאלט אויך אויפגעבען דעם געדאנק (מסיח דעת) פון דעם גאנצען ענין, און זאלט נאך אמאל בודק זיין די מזוזות פון אייער הויז.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לא
- Id
- rh-3jm8nwwz
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.