תשא
283
מתחילים משם הוי' הראשון ואדרבה מדויק הוא דוקא מל' רז"ל אני הוא קודם שיחטא. וההסבר בזה הוא בקיצור. א) עפמ"ש בתניא פרק ט"ז בדיוק הלשון מצרפה והול"ל מעלה עליו כאלו עשאה, ועיין שם בקרבן נתנאל. ב) אין הענין שיבוטל ח"ו שם הוי' אחד משני שמות הוי' אלא המדובר הוא בהפסיק טעמי שביניהם שלע"ל יהי' הוי' אחד שני השמות באחדות. יעוין זח"ג קלח, א. לקו"ת דנט"א.
אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט, אז בא אייך איז א ספק אויב מיין הוראה האט צו טאן מיט אייער שאלה.
הנה לאחרי בקשת סליחתו, מוז איך זיך באנוצען מיטן זעלבען אויסדרוק פון אייער בריף: א ספק צי דאס האט צו טאן מיט אייער שאלה.
עס רעט זיך ניט וועגען דעם, צי מען קען וויסען תורה שבכתב אויף אויסווייניג, וואס דאס קומט פון לערנען מערערע מאל אין ספר.
אייער פראגע איז געווען, פאר וואס זאל מען ניט איינפירען צו לערנען אויף אויסווייניג תורה שבכתב (ניט דוקא פון ספר), איז אויף דעם האט מען אייך אנגעוויזען אז עס איז א פסק דין, ניט טאן אזוי. און מ'האט אויך אנגעוויזען דעם ערשטען מקור, אבער דאס איז אויך א דין אין שולחן ערוך (או"ח סמ"ט).
די אלע ביישפילען וואס איר בריינגט, אז תנאים ואמוראים האבען געוואוסט פסוקים פון תנ"ך אויף אויסווייניג, איז באמת א שאד דער טרחה אין דעם, ווארום אין יעדער שול וועט איר געפינען אידען וואס ווייסן אשרי אויף אויסווייניג, און מען רעט שוין ניט וועגען קריאת שמע, חאטש אלע ווייסין אז דאס איז תורה שבכתב. נאר ווי געזאגט פריער, וויסען אויף אויסווייניג איז איין זאך, אבער בקביעות לערנען אויף אויסווייניג איז דאס דער עיקר אין תורה שבעל פה און ניט אין תורה שבכתב.
ביותר תמי' ופלא, לויט אייער שרייבען אז איר געהט דורך דעם תנ"ך אלע צוויי חדשים, ווי קומט איר אפפרעגען א ענטפער בעפאר אריינטרייכטען אין עם...
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לא
- Id
- rh-ep67bbr6
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.