עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - general letters for Rosh Hashanah 17

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

431— אַ בונד וואָס דער אויבערשטער שליסט מיט דיר היינט — פון דאָס ניי. אַ בונד וואָס איז געמאַכט למען הקים אותך היום לו לעם — אַז דו זאָלסט אויפגעשטעלט ווערן אַלס דעם אויבערשטען'ס פאָלק —

אַ פאָלק וואָס פירט זיך, ביז אין טאָג טעגליכען לעבן — לויט דעם אויבערשטען'ס תורה און ערפילט אַלע זיינע אָנזאָגען.

ויהי רצון, אַז די אויבענדערמאנטע צוגרייטונג זאָל דורכגעפירט ווערען פון יעדערן און יעדערע אין אַ גוטן אופן און אין דער פולסטער מאָס,

און דער נייער אָנקומענדער יאָר זאָל זיין אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

בברכת כתיבה וחתימה טובה

לשנה טובה ומתוקה בטוב

הנראה והנגלה

היינט — פון דאָס ניי: זע ראש השנה טז, א: בראש השנה . . שתמליכוני עליכם. אגרת הקודש (פון אַלטן רבי'ן) סימן יד.

ב"ה, כ"ה אלול, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

דער יאָהר ה'תשכ"ב וועלכער קומט באַלד צום שלוס, איז געווען אַ יאָהר פון ערנסטע געשעענישן אין דער וועלט בכלל און אין דער אידישער וועלט בפרט;

די שרעק פאַר דער מאַכט פון די אַטאָמישע וואָפען; די אָנגעשטרענגקייט און צערודערונג פון די צווישע־פעלקער באציאונגען; דער וועלט געלויף אין פעלקער באַוואָפנונג א.ז.וו.

אין דער אידישער לאַגע ספּעציעל — זיינען אידישע ישובים אין געוויסע טיילן פון דער וועלט ערנסט אויפגעטרייסלט געוואָרען.

אַזוי אויך בנוגע צום יחיד, ביז אין זיין טאָג טעגליכען לעבן, איז432חאָטש עס האָט זיך געמערקט אַ התעוררות (אַ דערוועקונג), דורשט און אומקערן זיך צו אונזערע אייביגע קוואַלען פון אמונה פאַראיינציגט מיט תורה ומצות — איז דאָך אָבער, ליידער (ניט אין סליחות טעג גערעדט) די געוואַלטיגע שעת הכושר (גינסטיגע צייט) ניט אויסגענוצט געוואָרען אין דער געהעריגער מאָס.

אין אָנבליק פון דעם נייעם יאָהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, דאַרף זיך יעדער איד שטעלן די פראַגע; וואָס קען איך טאָן צו פאַרבעסערן און פאַרזיכערן די לאַגע אין דעם קומענדיגען יאָהר? וואָס קען איך טאָן פאַרן יחיד, פאַר זיך, פאַר כלל ישראל און פאַר דער וועלט אַרום?

און ראש־השנה גיט דעם ענטפער; גיט אויך די מעגליכקייט

ראש־השנה, דער יום־המשפט פון דעם יחיד, פון דעם כלל און פון דער גאַנצער וועלט — איז דער אַריינפיר אין דעם נייעם יאָהר, און דער ראש (קאָפּ) פון דעם אָנקומענדען יאָהר.

די נקודה פון ראש השנה איז הכתרה — פון דאָס ניי קרוינען דעם אויבערשטען פאַר אַ מלך — דורך מלכותו ברצון קבלו עליהם,

מיט אַ גרויסער שמחה, שטאַרקען ביטול און גרויסער יראה קרוינען און אויפנעמען דעם אויבערשטען אַלס מלך, און אונטערוואַרפן זיך צו זיין ווילען.

יעדער איד ערפילט אין דעם טאָג פון ראש השנה דעם אָנזאָג שתמליכוני עליכם — קרוינט מיך אַלס קעניג איבער אייך — דאָס אָנזאָג צו יעדן איינעם און איינער פון אונז. פון דער הכתרה פון די יחידים, וואָס יעדערער פון זיי איז דאָך אַ בעשטאַנד טייל פון כלל ישראל, ווערט די הכתרה פון דעם אויבערשטען אַלס מלך ישראל וגואלו. די קבלת מלכותו פונם יחיד, בתוך כלל ישראל, ווירקט אויף דעם גאַנצן אַרום, אויף דער גאַנצער וועלט, און433עס ווערט ערפילט די בקשה: מלוך על כל העולם כולו (קיניג אויף דער גאַנצער וועלט).

קבלת מלכותו דריקט זיך אויס, אין איינשטעלן די טאָ־טעגלעכע אויפפירונג אין פולן איינקלאַנג מיט דעם מלך'ס ווילן און זיינע געבאָטן, וועלכע זיינען אונז געגעבען געוואָרען פון דעם אויבערשטען, דעם מלך חפץ בחיים (וואָס וויל געבן אמת־ריכטיגן לעבן) אין דער תורה, תורת חיים, און די מצות אויף וועלכע עס שטייט וחי בהם.

אַזאַ אויפפירונג פאַרזיכערט אַ רוהיגן און גליקלעכן לעבן פאַר דעם יחיד, פאַר דעם כלל און פאַר כל העולם כולו — גליקלאַך סיי אין רוחניות סיי אין גשמיות,

וואָרום אין דער אמת'ן — זיינען רוחניות און גשמיות ניט צוויי באַזונדערע וועלטן,

שמע ישראל (אַז אַ איד פאַרשטייט און דערהערט, אַז) ה' (איז) אלקינו (סיי פון איינצעלנעם ישראל, סיי פון כלל ישראל. אַז) ה' (איז) אחד (איינציג איבעראַל און אומעטום — לעולם ועד) — בריינגט ער די איינציקייט און אַנטפּלעקט איר אין כל העולם כולו און זעט אַז ג־טליכקייט און רוחניות פירט אָן מיט די גשמיות און אַ פאַרבעסערונג אין גייסטיקן לעבן ברענגט אַ פאַרבעסערונג אין מאַטעריעלן לעבן.

די פאַרבעסערונג אין גייסטיקן לעבן, אין דער ערפילונג פון די מצות המלך מוז קומען אין ביידע געביטן; מצות וועלכע זיינען בין אדם למקום און מצות וועלכע זיינען בין אדם לחבירו, און דאָס ווערט אונטערשטראָכן אין דעם אויסגעשריי פון ראש־השנה; תשובה, תפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה.

תשובה, דער פעסטער באַשלוס אומקערן זיך צום מלך, מיט אַ חרטה גמורה אויפ'ן עבר און אַ קבלה טובה אויף להבא, סיי אין תפילה, אין דעם געביט פון בין אדם למקום, און סיי אין צדקה, אין דעם געביט פון בין אדם לחבירו,

434דאָס אַלעס נעמט אַראָפּ את רוע הגזירה

און בריינגט פאַר'ן יחיד, פאַר'ן כלל און פאַר כל העולם כולו

אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכת כתיבה וחתימה טובה

בטוב הנראה והנגלה

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ג*

— שנת המאה וחמישים להסתלקות —

הילולא של רבנו הזקן —

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

די טעג פון ראש השנה — ימים נוראים מיט וועלכע דער נייער יאָהר — הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה — הויבט זיך אָן, פילן אָן יעדע אידישע האַרץ מיט אַ הייליקן געפיל.

דער דאָזיגער געפיל פון די „פאָרכטיגע טעג" איז אַ פיל טיפערער ווי יתאת העונש (מורא פאַר אַ שטראָף ח"ו), אד"ג. די יראה וואָס דערוועקט זיך אין די „ימים נוראים" — איז יראת הרוממות, דער געפיל פון מורא וואָס קומט פון דעם באַוואוסטזיין אַז עס קומט פאַר און אַז מען באַטייליגט זיך פּערזענליך אין דער הכתרה („קרוינונג") פון דעם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא; וואָס דאָס איז דער אינהאַלט פון ראש השנה.

די הכתרה פון דעם באַשעפער פון דער וועלט אַלס מלך על כל הארץ (קעניג פון דער וועלט) וואָס אידן בעטן און פירן אויס אין ראש השנה — באַנייט דעם פּערזענלעכן פאַרבונד פון יעדן אידן מיט דעם אויבערשטן;

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ys5cryyd

Copies

Recent activity

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · approved
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · closed

Sources