English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

589מכתבים כלליים לראש השנה

ב"ה, יום הרביעי, פ' קומי אורי,

ח"י אלול, ה'תשל"ח.

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה !

ווי גערעדט אָנהויב יאָר, האָט דער יאָר תשל"ח אַ ספּעציעלע באַדייטונג אין דעם וואָס ער איז אַן עיבור־יאָר און — גלייכצייטיק — דער אָפּשלוס פון אַ גאַנצן מחזורקטן יאָרן,

וואָס דער ענין פון אַן עיבור יאָר — אין פשטות — איז וואָס ער ערגענצט די צייט פון די לבנה־יארן, וועלכע זיינען געבליבן „הינטערשטעליק" לגבי די זון־יאר, כדי די ימים־טובים זאָלן אויספאַלן אין זייער ריכטיקע צייט פון יאָר (פסח אין פרילינג א. ז. וו.);

און אין דעם טיפערן זין פון „ישראל מונין ללבנה" (אידן האַלטן די צייט־רעכענונג לויט די לבנה) — איז דאָס אַן אָנדייטונג און אָנווייזונג, אַז יעדן אידן זיינען געגעבן געוואָרן די כוחות משלים צו זיין (ערגענצן און פאַרפולקאָמען) די טעג וועלכע זיינען, צוליב אירגענד וועלכע סיבה, ניט אויסגענוצט געוואָרן בשלימות אין590עניני יהדות, תורה און מצוות. נאָכמער: אפילו ענינים אין מחשבה דיבור ומעשה בפועל, וועלכע זיינען געווען ניט ווי עס באַדאַרף צו זיין — איז מיט דער פּאַסענדער החלטה און שטאַרקייט קען מען אַלץ פאַרריכטן און ערגענצן „בשעתא חדא וברגעא חדא" — מיט איין „קער" און אין איין מאָמענט.

אין דעם זעט מען אויך די אייגנאַרטיקע נקודה און ספּעציעלע מעלה פון תשובה, אין צוגאָב אויף אַנדערע ענינים אין תורה און מצוות, וואָס די גאָר גרעסטע טייל פון זיי פאַרלאַנגען און פאַרנעמען אַ משך זמן —

און לדוגמא — די ערשטע מצוה וואָס אַ איד איז מקיים ווען ער ווערט אַ מחוייב במצוות איז קבלת עול מלכות שמים, וואָס דאָס איז אויך די הקדמה און דער יסוד פון קבלת עול (פון אַלע) מצוות — די מצוה פון קריאת שמע. דאַרף מען דאָס זאָגן בדיבור און קלאָר און דייטלעך און מיט כוונה, וואָס דאָס דאַרף און מוז נעמען אַ משך צייט —

אָבער אין דעם ענין פון תשובה איז די נקודה, ווי געזאָגט, אַז דאָס ווערט אויפגעטאָן „בשעתא חדא וברגעא חדא" — אין אַ מאָמענט.

וואָרום תשובה איז העכער פון צייט און וועלט און אין דעם איין מאָמענט פּועל'ט זי משנה צו זיין דעם גאַנצן עבר (פאַרגאַנגענהייט) און צוגרייטן דעם גאַנצן עתיד (צוקונפט).

דער חודש אלול איז דאָך די צייט פון תשובה — צוריקקערן אַ אידן צו זיין אמת'ען און עצם'דיקן (אורשפּרינגליכן) צושטאַנד — צו ערגענצן און פאַרפול־591קאָמען דאָס וואָס מ'האָט פאַרפעלט אין די פאַרגאַנגענע טעג פון דעם יאָר; און אין דעם חודש אלול גופא, זיינען די לעצטע טעג, אָנהויבנדיק מיט ח"י אלול, אַנטקעגן די חדשים פון יאָר, יום לחודש,

איז אויב אַלע יאָר דאַרף מען אין דער צייט משלים זיין וואָס מ'האָט פאַרפעלט — דורך תשובה, על אחת כמה וכמה אין דעם חודש אלול פון אַן עיבור יאָר און סיום המחזור.

עס איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז אויב אַלע ענינים פון תורה און מצוות דאַרפן געטאָן ווערן מיט אַן אמת'ער שמחה און לעבעדיקייט, לויט דעם אָנזאָג עבדו את ה' בשמחה, איז דאָס זיכער אַזוי אין דער מצוה פון תשובה, נעמענדיק אין אַכט די ספּעציעלע מעלה פון תשובה אין צוגאָב אויף אַלע אַנדערע מצוות, ווי דערמאָנט אויבן —

און אין דעם איז גאָר קיין סתירה ניט, וואָס תשובה איז פאַרבונדן מיט אַן ערנסטן חשון־צדק און אַ טיפען חרטה־געפיל וכו', וואָרום צוזאַמען דערמיט איז דאָך די גרעסט־מעגלעכע שמחה וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן אַ אידן די מעגלעכקייט און דעם כח צו טאָן תשובה — און בשעתא חדא ורגעא חדא כנ"ל — צוזאַמען מיט דער הבטחה, אַז בשעת אַ איד באַשליסט אויסצונוצן די דאַזיגע געלעגנהייט, פאַרזיכערט אים דער אויבערשטער אַז ער נעמט אָן זיין תשובה.

און בשעת אַ איד טוט אין דעם ענין פון תשובה און מיט שמחה, וואָס שמחה פורץ גדר, ברעכט דאָס דורך און נעמט אים אַרויס פון אַלע באַגרענצונגען, אויך די באַגרענצונגען פון זיין אויפפירונג בעבר, וואָס, צייטנווייז, ווי גוט זי איז געווען, האָט זי געקענט זיין נאָך מיט מער שלימות; און אויך אין דעם האָט מען די הבטחה אַז אין לך דבר העומד בפני התשובה, און דאָס פאַרגרעסערט נאָך מער די שמחה פון עבודת התשובה.

592און דאַן — וויבאַלד אַז מדתו של הקב"ה (די אויפפירונג פון דעם אויבערשטן מיט דעם מענטשן) איז מדה כנגד מדה (אין דער זעלבער אָרט) — נאָר כמה פעמים ככה (פיל פיל מאָהל אַזויפיל) — איז אויך די טלעכע ברכה אָן באַגרענצונגען — עד בלי די, אַריינגערעכנט די ברכה, אַז אַלע גוטע החלטות וואָס מ'נעמט אָן אין די דאָזיגע טעג פון חודש אלול ווערן דורכגעפירט בשלימות, אין דער פולסטער מאָס און פאלקאָמענהייט,

און דאָס גיט צו נאָך מער אין דער ברכה פון דער כתיבה וחתימה טובה צום נייעם יאָר הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה,

כולל די עיקר ברכה פון הא־ל עושה פלא — אַז: הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה בסוף גלותן ומיד (בשעתא חדא וברגעא חדא) הן נגאלין (תורה האָט צוגעזאָגט אַז ענדלעך ביים ענדע פון זייער גלות וועלן אידן תשובה טאָן און באַלד וועלן זיי אויסגעלייזט ווערן).

בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה

לשנה טובה ומתוקה

בגשמיות בחניות גם חד

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-yr9epefz

עותקים

פעילות אחרונה

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · אושרה
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · נסגרה

מקורות