לקוטי שיחות
לקולו"י-אגה"ת ג
408אגרת התשובה ג
א. אין פערטן פרק פון אגרת התשובהא ווען דער אַלטער רבי איז מבאר דעם טעם פאַרוואָס מלאכים ווערן אָנגערופן בשם אלקים — אַז דאָס איז דערפאַר וואָס „יניקת חיותם היא מבחי' חיצוניות כו' ושם אלקים הוא בחי' חיצוניות כו'" — ברענגט ער אויף דעם דריי פסוקיםב: „כי ה' אלקיכםג אלקי האלקים גו'ד", „הודו לאלקי האלקים גו'ד", „ויבואו בני האלקים להתייצב גו'ד".
איז דער טאַטע מבאר אין זיינע הערות אויף תניאה, אַז די דריי פסוקים וואָס ער ברענגט דאָ זיינען לנגד די דריי בחינות פון מלאכים: שרפים, חיות און אופנים*5 וואָס אין די דריי עולמותו: בריאה (שרפים), יצירה (חיות) און עשי' (אופנים). און ער איז מוסיף: „והתהוותם הוא . . מג' בחי' אותיות כו'", אַז אויך די אותיות („בחי' חיצוניות") וואָס פון זיי ווערן נתהווה די מלאכים, טיילן זיך אין דריי בחינות: „מחשבה בבריאה, דיבור ביצירה, מעשה בעשי'".
פון דער הוספה איז קענטיק, אַז מיט ברענגען די דריי פסוקים „לנגד הג' בחי' מלאכים" איז דער אַלטער רבי אויסן צו מרמז זיין ניט נאָר אויף די דריי בחי' אין מלאכים, וואָס ווערן נתהוה פון שם אלקים און ווערן דערפאַר אָנגערופן בשם זה, נאָר אויך, אַז אין דעם שם אלקים (בחי' האותיות) וואָס איז זיי מהווה זיינען דאָ דריי בחינות: דער שם אלקים וואָס שטייט אין ערשטן פסוק (כי ה' אלקיכם אלקי האלקים גו') ווייזט אויף אותיות המחשבה וואָס פון זיי ווערן נתהווה די מלאכים שבבריאה; דער שם אלקים וואָס שטייט אין צווייטן פסוק (הודו לאלקי האלקים גו') ווייזט אויף אותיות הדיבור, וואָס פון זיי ווערן נתהווה די מלאכים שביצירה; און דער שם אלקים וואָס שטייט אין דריטן פסוק (ויבואו בני האלקים להתייצב גו') ווייזט אויף אותיות המעשה, וואָס פון זיי ווערן נתהווה די מלאכים שבעשי'.
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז נוגע אין אגרת התשובה דאָ — צו מרמז זיין אַז יעדע בחינה פון מלאכים ווערט נתהווה פון אַנדערע אותיות?
ווען דער טאַטע וואָלט געזאָגט בלויז אַז די דריי פסוקים זיינען „לנגד הג' בחי' מלאכים" — וואָלט מען געקענט409מבאר זיין, אַז דער טעם וואָס דער אַלטער רבי ברענגט דאָ די דריי פסוקים איז צו מדגיש זיין, אַז אַלע בחינות פון מלאכים, אפילו די העכסטע בחינה (וואָס אין עולם הבריאהז), ווערן נתהווה נאָר פון שם אלקים;
וויבאַלד אָבער אַז דער טאַטע איז מוסיף „והתהוותם הוא . . מג' בחי' אותיות כו'", איז דערפון מובן (כנ"ל) אַז ער לערנט אַז מיט די דריי פסוקים וויל דער אַלטער רבי מרמז זיין אויך די חילוקי דרגות פון די אותיות פון וועלכע עס ווערן נתהווה די דריי בחינות שבמלאכים — איז תמוה: וואָס איז נוגע דאָ אין אגה"ת צו מרמז זיין די פרטי הדרגות פון שרש התהוות המלאכים?
ב. נוסף להנ"ל פאָדערט זיך ביאור אין דעם כללות הענין וואָס עס רעדט זיך דאָ אין אגרת התשובה:
דער הסבר פאַרוואָס „נקראו המלאכים בשם אלקים" קומט בהמשך צו דעם וואָס רעדט זיך פריער וועגן דער מעלה פון נשמת האדם לגבי אַלע נבראים, אַז די צבא השמים און אפילו מלאכים זיינען באַשאַפן געוואָרן און זיינען „חיים וקיימים" פון חיצוניות החיות, וואָס איז מלובש אין די אותיות שבעשרה מאמרות, משא"כ נשמת האדם נעמט זיך פון פנימיות החיות (נאָר דערנאָך ווערט זי נמשך און גייט דורך „ע"י בחי' האותיות שבמאמר נעשה אדם", בכדי זי זאָל קענען נתלבש ווערן „בגוף עוה"ז התחתון").
ובהמשך צו דעם זאָגט ער: „ולכן נקראו המלאכים בשם אלקים כו'", אַז דורכן ענין הנ"ל [אַז מלאכים נעמען זיך פון חיצוניות החיות, און נשמת האדם נעמט זיך פון פנימיות החיות] וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק דער טעם וואָס מלאכים ווערן אָנגערופן בשם אלקים משא"כ נשמת האדם איז „חלק שם הוי' ב"ה" (ווי ער ברענגט דערויף פריער*7 דעם פסוקח „כי חלק ה' עמו וגו'4") — ווייל „שם אלקים הוא בחי' חיצוניות", און „שם הוי' מורה על פנימיות החיות".
דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז פון אַלע נבראים וואָס נעמען זיך פון חיצוניות החיות, ווערן בלויז מלאכים אָנגערופן בשם אלקים, איז דערפון אַ הוכחה, אַז זייער אָנגערופן ווערן בשם אלקים איז מצד אַ מעלה מיוחדת וואָס איז דאָ אין מלאכים לגבי אַלע אַנדערע נבראים, אפילו לגבי צבא השמים [וואָס זיי הייסן ניט בשם אלקים] — און זייער מעלה באַשטייט אין דעם, וואָס דער חיות אלקי פון שם אלקים וואָס איז זיי מהוה און מחי' שטייט אין זיי בגילוי, ביז אַז זיי ווערן אָנגערופן (בגילוי) בשם אלקים.
איז ניט מובן:
דאָ אין אגה"ת רעדט זיך דאָך וועגן דער בחינת החיות וואָס איז מהוה און מחי' די מלאכים, אַז זייער חיות איז נאָר פון בחי' חיצוניות (ווי אויך דער חיות פון אַלע צבא השמים). טאָ וואָס איז דאָ נוגע דער ענין אַז „נקראו המלאכים בשם אלקים" וואָס ווייזט אויף דעם אופן פון זייער חיות [אין וואָס זיי טיילן זיך אויס פון אַלע צבא השמים] אַז דער חיות שטייט אין זיי בגילוי?
די שאלה איז נאָך שטאַרקער: בנוגע נשמת האדם וואָס ווערט נמשך פון410פנימיות החיות (שם הוי'), געפינט מען ניט אַז זי זאָל ווערן אָנגערופן בשם הוי'ט [און ווי ס'איז מוכח אויך דאָ גופא פון דעם וואָס ביים סיום הענין „אבל נשמת האדם כו'" זאָגט ער ניט אַז „נקראת בשם הוי'" (ווי ער זאָגט פריער בנוגע מלאכים), נאָר אַז „היא חלק שם הוי' ב"ה"], און דער טעם דערויף איז — ווייל אין נשמת האדם איז דער חיות פון שם הוי' ניט בגילוי.
און נאָך מער: פון דעם וואָס נשמת האדם ווערט ניט אָנגערופן אפילו בשם אלקים מצד דעם וואָס „אח"כ ירדה . . ע"י בחי' האותיות שבמאמר נעשה אדם" — איז מוכח, אַז אפילו די בחינה שטייט אויך ניט בגילוי אין נשמת האדם.
פאָדערט זיך ביאור: ווי איז דאָ מתאים ברענגען אַן ענין וואָס ווייזט אויף דער מעלה פון מלאכים אויף נשמת האדם — בשעת אַז דאָ רעדט זיך גאָר וועגן דער מעלה פון נשמת האדם אויף (צבא השמים און אפילו) מלאכים?
ג. וי"ל דעם ביאור אין דעם*:
דאָס וואָס דער אַלטער רבי ברענגט דאָ דעם פסוק „כי חלק ה' עמו וגו'" איז כוונתו צו מסביר זיין אַז ניט נאָר דער שרש הנשמה איז פון שם הוי', נאָר אויך נשמת האדם ווי זי געפינט זיך דאָ למטה אין גוף [וואָס דוקא דאַן הייסט זי „נשמת האדם"] איז זי „חלק שם הוי' ב"ה"י —
[און ווי ער איז ממשיך ווייטעריא, אַז אין „נשמת האדם" דאָ למטה זיינען דאָ די פיר אותיות פון שם הוי' — וואָס דאָס איז נוגע צום ביאור ענין התשובה, ווייל דאָס (וואָס די נשמת האדם דאָ למטה איז חלק פון שם הוי') גיט צו פאַרשטיין דעם גודל הפגם פון אַ חטא, אַז דורך יעדער חטא איז מען גורם אַז די השפעה פון ה"א תתאה פון שם הוי' זאָל אַראָפּנידערן אין גלותיב, און מען איז אויך פוגם אין אַלע אותיות, אויך אין די ערשטע דריי אותיותיג].
411ואע"פ אַז נשמת האדם איז נאָר „נמשכה תחלה מבחי' פנימיות החיות" (שם הוי') כנ"ל, אָבער „אח"כ (בכדי זי זאָל זיך קענען אָנטאָן אין גוף) ירדה . . ע"י בחי' האותיות כו'" (שם אלקים), פונדעסטוועגן איז נשמת האדם אַלעמאָל פאַרבונדן מיט פנימיות החיות, ביז זי אַיז אַ חלק פון שם הוי' אויך זייענדיק בהתלבשות בגוף.
און דאָס איז דער יתרון (ועילוי) פון נשמת האדם אויף אַלע נבראים: הגם אַז אויך דער שרש פון אַלע נבראים איז פון שם הוי' [ווי ער איז מבאר בארוכה אין צווייטן חלק פון תניאיד, אַז דער פירוש פון שם הוי' איז „שמהוה את הכל מאין ליש", און דער שם אלקים איז בלויז מצמצם דעם חיות פון שם הוי' און מסתיר אויף איר], איז אָבער די נשמה פון אַ אידן אויסגעטיילט דערמיט, וואָס אויך נאָך איר ירידה „ע"י בחי' האותיות (שם אלקים) כו' כדי להתלבש בגוף עוה"ז התחתון" איז זי נאָך אַלץ פאַרבונדן מיט שם הוי'.
ד. אין וואָס זאָגט זיך אַרויס אָט דער יתרון פון נשמת האדם (אין איר פאַרבונדנקייט מיטן שם הוי') לגבי אַנדערע נבראים?
לכאורה וואָלט מען דאָס געקענט מבאר זיין לויט דעם וואָס שטייט אין תניאטו, אַז דער צמצום והסתר פון שם אלקים (בגימטריא הטבעטז) באַשטייט אין דעם וואָס ער איז מסתיר אויפן אור פון שם הוי' שלמעלה מהטבע און ס'איז „נראה כאילו העולם עומד ומתנהג בדרך הטבע".
ועפ"ז וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דער יתרון אינעם פאַרבונד פון נשמת האדם (ווי זי איז דאָ למטה) מיט שם הוי' באַשטייט אין דעם, וואָס ביי אידן זעט מען בגילוי ווי די הנהגה מיט זיי [און ניט נאָר מיט'ן כלל ישראל, נאָר אויך מיט יעדער אידן בפרט] איז למעלה מהטבע.
אָבער לפ"ז וועט אויסקומען אַז דאָס וואָס עס טיילט אויס נשמת האדם פון שאר נבראים איז ניט קיין „הפרש עצום מאד"יז [„עצום" באיכות, „מאד" בכמות], נאָר בדוגמת החילוק צווישן העכערע און נידעריקערע נבראים גופא, ווי לדוגמא צווישן צבא השמים און צבא הארץ:
כשם ווי די מעלה פון צבא השמים אויף צבא הארץ איז אין דעם, וואָס אין צבא השמים זעט מען אלקות מער בגילוי ווי אין צבא הארץ, ביז אַז דורך „שאו מרום עיניכם" דערזעט מען („וראו") דעם „מי ברא אלה"יח —
עד"ז איז (לפי ביאור הנ"ל) די מעלה פון נשמת האדם אויך אויף צבא השמים, וואָס בשעת מען זעט ווי אידן זיינען „כבשה אחת בין שבעים זאבים והיא משתמרת"יט (ועד"ז אויך בנוגע צו יעדער אידן בפרטכ) דערזעט מען גילוי אלקות אין אַ מער אָפענעם און באַלדיקן אופן ווי דורך דעם „וראו" אין צבא השמים.
412ונוסף לזה (ועיקר): דער ביאור הנ"ל ברענגט אַרויס נאָר ווי נשמת האדם ווייזט אויף שם הוי' (שלמעלה מהטבע), אָבער ניט ווי זי גופא איז „חלק שם הוי' ר"ה"
און דערפאַר איז דער אַלטער רבי מוסיף „ולכן נקראו המלאכים בשם אלקים כו'" (און ברענגט אויף דעם דריי פסוקים), בכדי צו קלאָר מאַכן אַז דער חילוק צווישן נשמת האדם און אַלע נבראים (כולל אויך צבא השמים, און אפילו מלאכים) איז אַ חילוק עיקרי בעצם מהותם.
ה. דער טעם פאַרוואָס מלאכים ווערן אָנגערופן בשם אלקים איז (כנ"ל ס"ב) ווייל דער חיות אלקי שטייט אין זיי בגילוי.
דאָס הייסט: ניט נאָר ווערט דורך זיי נתגלה אַז ס'איז דאָ אַן אור אלקי המהווה ומחי' אותם — בדוגמא ווי דער ענין פון „וראו מי ברא אלה" ביי צבא השמים — נאָר אַז אין זייער מציאות גופא [אין דעם וואָס זייער מציאות איז כשמם: „מלאכים" — זיי שטייען שטענדיקכא מיט אַ ביטול און זיינען גרייט צו מקיים זיין דעם אויבערשטנס שליחותכב] ווערט דערהערט אלקות בגילוי.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דעם ענין פון גילוי און העלם זיינען מלאכים העכער פון נשמת האדם ווי זי איז דאָ למטה. וכנ"ל, אַז נשמת האדם ווערט ניט אָנגערופן בשמו של הקב"ה, אפילו ניט בשם אלקים
[וכמובן אויך פון דעם וואָס ביי נשמת האדם דאָ למטה איז שייך אַז זי זאָל טאָן לפעמים נגד רצון הקב"ה, ניט ווי ביי מלאכים, וואָס זיינען שטענדיק אין מצב פון גרייטקייט צו מקיים זיין שליחותו של הקב"ה].
דערפון איז מובן, אַז דאָס וואָס אַלע נבראים אפילו מלאכים זיינען שייך צו שם אלקים און נשמת האדם צו שם הוי', איז (ניט מצד דעם ענין פון העלם און גילוי, נאָר) מצד דעם וואָס זייער חיות איז אַן אַנדערער: דער חיות פון אַלע נבראים, אויך פון מלאכים, איז פון שם אלקיםכג; און דער חיות פון נשמת413האדם, אויך ווי זי איז מלובש אין גוף, איז פון שם הוי'.
און בכדי צו מבאר זיין דעם חילוק צווישן נשמת האדם און אַלע נבראים (אפילו מלאכים) בנוגע זייער חיות (אע"פ אַז אויך אַלע נבראים איז זייער שרש ההתהוות פון שם הוי'), און לאידך: אויך נשמת האדם איז אַראָפּגעקומען „ע"י בחי' האותיות" — ברענגט דער אַלטער רבי דריי פסוקים וואו מלאכים נקראים בשם אלקים כנגד די דריי בחינות פון מלאכים שבג' עולמות בי"ע, און כנגד די דריי בחינות אותיות (וואָס פון זיי ווערן נתהווה די דריי בחינות מלאכים).
ו. דאָס וואָס די דריי פסוקים זיינען מרמז אויף די דריי בחינות מלאכים, קען מען מבאר זיין לויטן חילוק אינעם תוכן וואָס איז מודגש אין יעדן פסוק:
אין ערשטן פסוק פאַרבינדט ער די מלאכים מיט נשמות ישראל: „ה' אלקיכם (פון נשמות ישראל) הוא אלקי האלקים" (פון מלאכים הנקראים בשם אלקים). משא"כ אין צווייטן און דריטן פסוק.
אויך אין צווייטן פסוק (הודו לאלקי האלקים) איז דאָ אַ יתרון (אויפ'ן דריטן) אין דעם וואָס די מלאכים ווערן אָנגערופן „אלקים", ניט ווי אין דריטן פסוק (ויבואו בני האלקים להתייצב גו'), וואו זיי ווערן אָנגערופן „בני האלקים"*23 (כמובן, אַז בשעת זיי ווערן אָנגערופן „אלקים" איז „אלקים" אין זיי מער בגילוי ווי בשעת זיי ווערן אָנגערופן „בני האלקים").
[ונוסף לזה: אין צווייטן פסוק ווערט אויך דערמאָנט און דערהערט דער „אלקי האלקים", די בחינה פון שם אלקים („אלקי") וואָס איז העכער פון שם אלקים וואָס קומט אַראָפּ אין די מלאכים].
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין ערשטן פסוק, וואו „אלקי האלקים" (מלאכים) איז פאַרבונדן מיט „ה' אלקיכם" (נשמות ישראל), רעדט זיך וועגן די מלאכים וואָס אין עולם הבריאה, עולם המחשבה, וואָס זיי האָבן אַ שייכות מיט „ישראל עלו במחשבה"כד;
414אין צווייטן פסוק, וואו ער פאַרבינדט ניט דעם שם אלקים וואָס איז שייך צו מלאכים („אלקי האלקים") מיט „ה' אלקיכם" (נשמות), אָבער דער שם אלקים השייך למלאכים שטייט ביי זיי יע בגילוי — רעדט זיך וועגן די מלאכים וואָס אין עולם היצירה, ווייל יצירה איז גילוי, כמ"שכה יוצר אור;
און אין דריטן פסוק, וואו אויך דער שם אלקים השייך למלאכים איז ניט בגילוי (כ"כ), רעדט זיך וועגן די מלאכים וואָס אין עולם העשי'כו.
ז. דער ביאור איז אָבער ניט מספיק: לפ"ז קומט אויס, אַז אין דעם שינוי הלשון צווישן צווייטן פסוק און דריטן פסוק איז מרומז נאָר דער חילוק אינעם אופן ווי די מלאכים זיינען מקבל דעם חיות של שם אלקים (אַז אין מלאכים שביצירה איז ער מער בגילוי ווי אין מלאכים שבעשי').
אָבער פון דעם וואָס דער טאַטע איז מבאר „והתהוותן הוא . . מג' בחי' אותיות" — אַז אויך אין דעם שם אלקים גופא (בחי' אותיות) זיינען דאָ דריי בחינות — איז משמע, אַז אין די חילוקי הלשונות פון די פסוקים זיינען מרומז אויך די חילוקי הבחינות פון די אותיות (שם אלקים) גופא.
ויש לומר הביאור בזה:
אותיות המחשבה, וויבאַלד אַז נוסף אויף זייער אייגענער מציאות זיינען זיי (אויך) דער שורש פון אותיות הדיבור און אותיות המעשה — זיינען זיי כולל אין זיך דריי בחינות אותיות: פון מחשבה, און אויך פון דיבור און פון מעשה (וואָס זיינען כלול אין אותיות המחשבה); אותיות הדיבור זיינען כולל אין זיך צוויי בחינות אותיות: פון דיבור און אויך פון מעשה (וואָס איז כלול אין זיי); און אין אותיות המעשה איז דאָ נאָר איין בחינת אותיות — פון מעשה.
ועפ"ז איז מובן דער רמז פון די ג' בחינות אותיות (מחשבה דיבור און מעשה) אין די דריי פסוקים הנ"ל: אין ערשטן פסוק (כי ה' אלקיכם הוא אלקי האלקים גו'), וואו ער רעדט וועגן אותיות המחשבה, שטייט דער שם אלקים דריי מאָל; אין צווייטן פסוק (הודו לאלקי האלקים גו'), אותיות הדיבור — צוויי מאָל; און אין דריטן פסוק (ויבואו בני האלקים להתייצב גו'), אותיות המעשה — איין מאָל.
ח. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, ווי דורך ברענגען די דריי פסוקים הנ"ל, קומט צו אַ תוספת ביאור אין דעם חילוק עיקרי צווישן נשמת האדם און (נבראים, כולל אויך) מלאכים:
כשם ווי דאָס איז אין די ג' בחינות הנ"ל פון אותיות (שם אלקים), אַז אין די אותיות הדיבור איז ניטאָ די בחינה פון מחשבה (— דער שורש ומקור פון אותיות הדיבור), און אין די אותיות המעשה איז ניטאָ די בחינה פון דיבור [ווי ס'איז מרומז אויך אין די דריי פסוקים הנ"ל: אין צווייטן פסוק שטייט „אלקים" (בחי' אותיות) נאָר צוויי מאָל, און אין דריטן פסוק נאָר איין מאָל, ווייל אין די אותיות הדיבור איז ניטאַ די בחינה פון מחשבה, און אין אותיות המעשה פעלט אויך די בחינה פון דיבור].
עד"ז (און במכש"כ) איז בנוגע די שמות הוי' און אלקים: דורך דעם וואָס415דער חיות פון שם הוי' ווערט נתלבש אין שם אלקים וואָס איז מצמצם און מסתיר אויף אים — איז (כאילו ווי עס איז) ניטאָ אין אים די בחינה (און עילוי) פון שם הוי' ווי ער איז מצד עצמו (איידער ער ווערט נתלבש אין שם אלקים).
ואע"פ אַז דער צמצום והסתר פון שם אלקים איז נאָר „לגבי התחתונים", אָבער „לגבי הקדוש ברוך הוא כו' ואין מדת הגבורה מסתרת חס ושלום לפניו יתברך"כז — איז דאָך אָבער מבואר בכ"מ, אַז דער צמצום „לגבי התחתונים" איז (ניט קיין דמיון, נאָר) אַ מציאותכח.
ובמילא קומט אויס, אַז אין דעם חיות אלקי וואָס איז מחי' און מהווה די נבראים (ווי ער איז בנוגע צו נבראים) איז ניטאַ די בחינה (און עילוי) פון שם הוי', ס'איז אַ חיות פון שם אלקיםכט.
און דאָס איז דער חילוק פון נשמת האדם און (נבראים, כולל אויך) מלאכים:
דער חיות פון מלאכים איז פון שם אלקים (ווי עס איז כאילו ניטאָ אין אים די בחינה פון שם הוי'), און אויך אין שם אלקים גופא, איז דער חיות פון מלאכים דיצירה נאָר פון אותיות הדיבור (וואָס אין זיי איז ניטאָ בחינת מחשבה), און דער חיות פון מלאכים דעשי' איז נאָר פון אותיות המעשה (אין וועלכע ס'איז ניטאָ בחינת הדיבור); משא"כ נשמת האדם, איז אויך נאָכדעם ווי „ירדה . . ע"י בחי' האותיות שבמאמר נעשה אדם וכו' (אותיות המעשה) כדי להתלבש בגוף עוה"ז התחתון", איז איר חיות פון שם הוי'.