לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ו
478ראה
נצטערתי להודע ע"י הרה"ג הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ כו' מוה"ר . . . על דבר המיצר שלהם בעסקם. וצריכים להיות חזקים בבטחונם במלך מלכי המלכים הקב"ה המפליא לעשות, שאין זה אלא נסיון ולזמן קצר. וכשיהיו חזקים בבטחונם ויראו זה בפועל, הרי יתבטל הנסיון ויחזרו למעמדם ומצבם ואחרי כן גם יוסיפו עליו, וידוע פתגם כ"ק רבנו הזקן בעל התניא (פוסק בנסתר דתורה) והשו"ע (פוסק בנגלה דתורה), אשר השי"ת נותן לבני ישראל גשמיות ובני ישראל עושים מגשמיות רוחניות. והשי"ת יצליחם שיהיו שני ענינים אלו בריבוי בכמות ובריבוי באיכות.
בברכת הצלחה המחכה לבשו"ט
אך* האָב באַקומען אייער בריוו אין וועלכען איר באַשרייבט אין קורצען, דאָס וואָס איר זייט אַדורך אין אייער לעבען, די וואַנדערונגען איבערלעבונגען און ערגערונגען, ביז דער לעצטער צייט אָנקומענדיק אין . . . און באַמערקט אויף זאַכען וועלכע זיינען ניט פאַרשטענדליך.
אַזוי ווי אין סעקרעטאַרייט איז ניטאָ קיין רוסישע שרייב מאַשינקע, ענטפער איך דעריבער אין אידיש, אָבער זעלבסט פאַרשטענדליך אַז איר קענט מיר אויך אויף ווייטער שרייבען אין דער שפּראַך וועלכע אייך איז מער אודאבנערא.
עס וואונדערט אייך — לויט אייער שרייבען — וואָס איר זהעט ניט קיין אביסניעניע2) אויף די סלוטשאייען3) פאָרגעקומענע אין אייער פאַמיליע און באַ אייך אין הויז.
איז, ווען איר וועט זיך אַביסעל אַריינטראַכטען אין דעם, וועט דאָס אייך ניט דאַרפן וואונדערן, וואָרום אַ מענטש זהעט נאָר אַ באַגרעניצטען טייל פון דעם וואָס עס טוהעט זיך מיט אים, און אַרום אים, און דעריבער קען ער ניט אָפּשאַצען אמת ריכטיג דער אינהאַלט פון דעם וואָס ער זהעט.
אויף צו מאַכען דורכזיכטיג קלאָר דעם געדאַנק, וועל איך בריינגען אַ פּרימער4): — ווען איינער זאָל אַריינגיין אין אַ אַפּיראַציע קאָמנאַטע5) פון אַ האָספּיטל479און וועט זהען ווי עס ליגט אַ מענטש אויף דעם אַפּיראַציע טיש, און אַרום אים שטייען מענטשן מיט פאַרשידענע מעסערלאַך און שניידען, און דער מענטש קרעכצעט פון יסורים, און דאָך פראַדאַלזשאיעןו זיי מיט דעם שניידען, ניט וויסענדיק די פולע היסטאָריע פון דעם מענטשען, וועט אָט דער צופעליגער נאָבליודאטעל7) אַרויסלויפן מיט אַ געוואַלד, אַז מען האָט גענומען אַ מענטש און מען שנייט עם און דער מענטש קרעכצט פון יסורים און קען זיך ניט העלפן פון באַפרייען זיך פון גזלנים און רוצחים, אָבער ווען מען וועט דעם צופעליגען באַזוכער ערקלערן, אַז די אַפּיראַציע איז נויטיג און ער זאָל קענען לעבן נאָך צענדליקער יאָרן, און דעריבער נעמט מען ניט אין אַכט די ווייטאָגען פון עטליכע שעה פון דעם אַפּערירטען, וועט דער גאַסט אויך פולשטענדיק איינשטימען אַז ניט נאָר זיינען זיי — די מעסער שניידער — ניט קיין גזלנים און רוצחים, נאָר פאַרקערט, דאָס זיינען די בעסטע טובה טוערס דעם מענטשן וועלכן זיי שניידען. און דאָס ניט קוקענדיק אויף דעם, וואָס די שניידער — אָדער אויף דער היינטיקער שפּראַך כירוגן — קענען ניט גאַראַנטירן אויף הונדערט פּראָצענט, אַז די אַפּיראַציע וועט זיין אַ געלונגענע, און וויפיל צייט ער וועט לעבן נאָך דער אַפּיראַציע, ווען די אַפּיראַציע זאָל אפילו זיין אַ געלונגענע.
פון דעם איז אויך פאַרשטענדליך אַז באַ אַ מענטשן אין זיין לעבן אויף דער וועלט, טרעפט זיך אַ זאַך וועלכעס איז פאַרבונדן מיט ווייטאָגען אַ שטיק צייט, און אַ אמת'ער ווייטאָג, ניט קיין געדאַכטער, — איז אָבער וויסענדיק און אויך זעהענדיק השגחה פרטית, דאָס הייסט אַז די וועלט איז ניט הפקר, און אַז זי פירט זיך מיט אַ געוויסער סיסטעם, און דער סיסטעם נעמט אַרום ניט נאָר עם אַליין, נאָר אויך זיין פאַמיליע. און נאָך פילע מער און מער, איז דער נאָרמאַלער געזונטער שכל דיקטירט אַז זיכער זיינען די פּאַסירונגען ניט פּראַטיוואַרעטשיווע8) צו דעם סיסטעם וואָס אופראַווליאַעט9) אין דער וועלט אַרום עם, עס איז מער ניט וואָס מען הערט ניט פון דעם „פּראָפעסער און חירורג", דעם גרויסן נוצען וועלכען מען באַקומט דורך דעם צייטווייליקען ווייטאָג.
עס זיינען פאַראַן וואָס פרעגן קשיות אָדער וואָס זאָגען אַז, זיי זיינען אין סאמניעניע10) אויב די וועלט האָט אַ סיסטעם און אַ ציל — אָבער אַלע ווייסן פון פיזיקע, חימיע, אסטראנאמיע, א. א. וו. (וואָס איז אַנערקענט ניט נאָר פון אידן, און ניט נאָר פון ג־ט גלויביקע, נאָר אפילו פון ניע־וויערושציע11)) אַז יעדער קלענסטער אַטאָם אין דער וועלט האָט זיינע טאָטשנע פראווילעס12), אויף דער ערד, שטיינער, ראסטיעניעס, און זשיוואטנע13), און אַזוי וואָס עס אקרוזשאייעט14) אונדז נאָר, האָט אַלץ באַשטימטע געזעצן און איינשטעלונג איינגעשאַפטן, חאָטש דאָס אַלעס אַלץ איז פיל פאַכיג גרעסער אין פאַרנעם ווי איין מענטש אין זיין פאַמיליע.
שטעלט אייך פאַר אַ קאַרטינע15), ווי מען גייט אַריין אין אַ גרויסער גראמאדנער זדאניע16), וועלכע האָט טויזענטער קאָמנאָטעס17), און זהעט ווי אין יעדער קאָמנאָטע480איז יעדער זאַך פאריאדאקיח איינגעשטעלט, וואָס אפילו ער אויך פאַרשטייט אַז עס איז ריכטיק גוט אויסגעשטעלט, נאָר אין איין צימער גאָר אַ קליינער אויף דעם איז באַ אים אַ סאמניעניע, אויב אויך דאָ איז אַלץ ריכטיג אויף דעם אָרט, די מעבל און די אַנדערע זאַכען וועלכע געפינען זיך אין עם. — איז יעדער נאָר נאָרמאַלער מענטש, וועט געוויס טראַכטן באַ זיך, וויבאַלד אַז באַ די אַלע טויזענטער קאמנאטעס פון דער ריזיקער געביידע, זיינען אין דער בעסטער אָרדענונג, איז דאָך קיין צווייפל, אַז אויך אָט דער איינצעלער חדר, וואָס ער פאַרשטייט נאָך ניט דעם סדר אין דעם, אָבער ער איז דאָך אַ טייל פון דעם גרויסן בנין, איז אויך ער מיט אַ געפּלאַנטער אָרדענונג, חאָטש פאַר עם איז דאָס ניט פאַרשטענדליך.
דעם נמשל פון דעם, רעכן איך איז איבעריק נאָך מער צונעמען און ערקלערן — איך וויל נאָר צוגעבן נאָך איין פרט — אַז יעדערער פון אונז איז אויך בכלל, איר אַליין, ווען מען זאָל אַריינטראַכטן ווי עס זיינען דורך די יאָרן, באַ עם, אין וועלכע ערטער ער איז געווען, און וואָס עס האָט פּאַסירט, און טראַכטן אין דעם אביעקטיוו וועט ער זהען צענדליקער און טויזענטער פאַלן ווי מען האָט געפירט עם אין אַ באַשטימטער נאפראווליעניע19), אָנהויבנדיק פון צען יאָר פריער, און פון דענסטמאָל אָן גייט דאָס אַלץ פון לינקס צו רעכטס, אַלץ אין דער ריכטונג, וויסענדיק אָבער אַז השם יתברך וויל אַז דער מענטש זאָל טאָן מיט זיין אייגענע בחירה ווי מען זאָגט אין רוסיש, פא דאבראי וואלעי20), לאָזט מען יעדערן, און אויך עם אַריינגערעכנט, און מען גיט די מעגליכקייט, צו אויסקלייבן אַליין די וועג, און דעריבער איז קיין וואונדער ניט וואָס זייענדיק ניט מער ווי אַ מענטש, מאַכט מען טייל מאָל פעלערן און מען גייט אַראָפּ פון וועג, און אַנשטאָט דעם, אַז די וועג זאָל זיין שטענדיק אַ גלייכע, מאַכט מען אַמאָל זי־זאַגען, אָבער ווען מען טראַכט זיך אַריין אין דאָס אַלץ אויבען געזאָגטע, און מען וויל ניט זיך אַליין אָפּנאַרן, פאַרלייגט מען זיך אויף דעם, אַז די זיג־זאַגען זאָל ווערן קלענער און זעלטענער, וואָס דענסטמאָל — קומט מען צו צום ציל וואָס השם־יתברך האָט געשטעלט פאַר יעדער מענטשן, און פאַר יעדן אידן ספּיציעל, אַז ער זאָל זיין אמת גליקלאַך מיט זיין פאַמיליע, און אויך בעולם הזה, וואָס צו דעם קען מען צוקומען, ווען מען פירט זיך ווי די תורה, וועלכע רופט זיך תורת חיים — אַ לעבעדיקע תורה — לערונט אונדז, מען דאַרף נאָר פאַרוואָרענען די טענה וואָס דער יצר הרע באַנוצט זיך מיט איהר זייער אָפט, וואָס ער ווייזט אָן אויף אַ מענטשן וועלכען מען האַלט פאַר אַ פרומען, און פירט זיך אויף על פי תורה, און פּינטלט אָן אויך אויף די חסרונות וואָס דער מענטש האָט, און פון דעם וויל דער יצר הרע איינלערנען מיט דעם וועלכען ער טענה'ט אַריין, אַז וויבאַלד דער פירט זיך על פי תורה, און האָט דאָך די פעלערען איז דאָך אַ סימן אַז די תורה טויג ניט ח"ו, והראי' ער האָט געטאָן די עולה און נאָך אַ עולה און נאָך אַ עולה.
איז אָבער די פאלשקייט אין דעם, וואָס ער באַווייזט נאָר אַ טייל פון דעם מענטשן, און ניט אַלעס אינגאַנצן. איך וועל דאָס באַלייכטן דורך אַ משל, — ווען481מען גייט אין גאַס און מען טרעפט אַ מענטשן אַרויסגייענדיק פון אַ פּראָפעסערדאָקטער, און דער מענטש גייט אויף קאַסטילעיסכא, קען אַ פאַרבאייגייער טראַכטן און אויך זאָגן, זעט ווי דער פּראָפעסער איז ניט גוט, ער איז דאָך געווען באַם פּראָפעסער און באַצאָלט אים פיל געלט, און פירט זיך אויף פּינקטליך לויט זיינע אָנווייזונגען, און דאָך גייט ער אויף קאַסטיליעס, און קען ניט מאַכן קיין טראָט אָן זיי, — אָבער ווען מען וועט ערקלערן דעם פאַרבייגייער, אַז איידער ער איז געווען באם פּראָפעסער, האָט ער ניט געקענט אַ ריר טאָן מיט די פיס, און איז געווען אינגאַנצן פּאַראַליזירט, און דער פּראָפעסער האָט ניט נאָר שוואַכער געמאַכט דעם פאראליטש22), נאָר ער האָט אויך עם געשטאַרקט, אַז ניט נאָר וואָס ער קען באַוועגן מיט די פיס, נאָר קען אויך גייען, און פון צייט צו צייט גייט דאָס אַלץ בעסער און גרינגער, חאָטש ער דאַרף נאָך ניצן קאסטיליעס, און דעריבער איז מעגליך אַז נאָך פאָלגענדיק די אָנווייזען פון פּראָפעסער וועט ער סוף כל סוף פּטור ווערן אויך פון די קאַסטיליעס, און וועט פאָלקאַם געזונט ווערן, — אַזוי אויך מענטשן פון געבאָרן אָן האָבען פאַרשידענע קאטשעסטוועס23), אַנדערע האָבען מער גוטע, און אַנדערע האָבען מער שלעכטע, דורך וואספיטאניע24) פון גוטע מלמדים, און איבער־הויפּט דורך זעלבסט ערציאונג, אויב דאָס ווערט נאָר געטאָן ריכטיק, ווערן אויך די געבאָרענע ניט גוטע קאטשעסטוועס, וואָס אַמאָל שוואַכער און ניט ווירקענד, און אַזוי ווי אַ מענטש דאַרף דאָך דעם גאַנצען לעבן ערציהען זיך און לערנען זיך אַליין, איז קיין וואונדער ניט, ווען מען טרעפט אָן אָט דעם מענטשן אין מיטען פון זיין אַרבעט — זיין לערנען זיך אַליין — אַז מען געפינט אין עם אויך אַ טייל פון זיין ניט גוטעס, אָבער עס איז ניט דערפאַר וויילע ער פאָלגט נאָך די אָנווייזונגען פון „פּראָפעסער" אין זיין לערנען זיך, נאָר אין געגען טייל אין פאַרנעם איז ער איצטער פיל שוואַכער — אין זיינע חסרונות — איידער מיט אַ צייט פריער.
איך וויל פאַרענדיקען און אַרויסזאָגען מיין כוונה מיט דעם — מיין בריף, עס איז ניט צוליב „פילאסאפיע" אַליין, נאָר אום צו געבען אייך דעם געדאַנק, אַז אויב איהר וועט וועלען ניצען זיך מיט דעם אביעקטיווען און מיטן געזונטען שכל, דאַרף דאָס אייך בריינגען צו פאַרשטאַרקען אייער בטחון אין השם יתברך, און צו קוקען מיט אַ גוטער אויג אויף דעם מענטשן אַרום אייך בכלל, און אויף די זשיטעלעס25) פון . . . ספּיציעל, זהען זייערע מעלות, אויף וועלכע זיי האָבן אין גרעסטען טייל געהאָרעוועט אויף זיי, און באַטראַכטען זייערע חסרונות — אויב זיי זיינען פאַראַן — ווי געזאָגט אין דעם משל פון די צייטוואייליקע קאַסטיליעס, און איבער הויפּט צו וויסען, אַז איהר דאַרפט טאָן אייער חלק, צו מאַכען ליכטיג און באַלייכטן אייער סביבה, ניט נאָר פון אייער פאַמיליע, נאָר אויך אַ גרעסערן קרייז מענטשן, און דאָס קען געטאָן ווערן, דורך זיין דורכגענומען מיט אהבת ישראל, און וועלען זיי נוצען בריינגען, וואָס זיכער איז דאָס גוט און טוט גוטעס אויך פאַר זיך אַליין און אייערע בני בית שיחיו.
איך האָף אַז איהר וועט ליינען מיין דיזען בריף מיט דער געהעריקער וונימאניע26), און זעלבסט פאַרשטענדליך, אויב איהר האָט וועלכע פראַגעס אָדער482עפּעס ניט גענוג קלאָרקייט, וועל איך זיין צופרידען, אַז איהר וועט מיר שרייבען אין דעם און איך וועל זהען צו ענטפערן אייך לויט די מעגליכקייט, אויב אפילו צוליב פיל טרדות, וועט זיך דער ענטפער פאַרהאַלטן אַ געוויסע צייט.
איך רעכען אויך אַז דאָס פון צייט צו צייט אָפּלייגן איז אויך אַ באַווייז, אַז מען גיט אייך נאָך צייט, אַז פא סוואיעי דאבראי וואלעיכז זאָלט איר ענדערן אייער השקפה (. . .) אויף די מענטשען אַרום אייך, און אויך ווי מען דאַרף צו אופפירען זיך וואָס אַמאָל בעסער און בעסער, און השם יתברך זאָל אייך מצליח זיין.
(ממכתב י"ג סיון, ה'תשט"ז)483לכה"פ מעשר לצדקה, והחצי מזה, לכה"פ על מוסדות הקדושים אשר ע"ש כ"ק מו"ח אדמו"ר נקראים, והם „אהלי־יוסף יצחק" אשר בארצנו הק' ת"ו ובמאראקא. ובטחוני חזק, אשר יוכל לאמר, כי רואה גם בעיני בשר תוספת הצלחה מעת שקבל החלטה הנ"ל, וכל המוסיף מוסיפין לו, ותוספתו של הקב"ה מרובה על העיקר.
במענה על מכתבו, שנתאחר קצת דרך הילוכו, בו כותב אודות מר . . . אשר מצב הפרנסה שלו אינו כדבעי, וכן קרה לו גניבה וכו' —
בעת רצון אזכירו וב"ב שיחיו על הציון הק' של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע מתאים לתוכן הנ"ל,
ובודאי יסביר לו מאמר רז"ל הידוע, עשר בשביל שתתעשר, שבמצב שאין שבעים רצון מעניני פרנסה, יש להוסיף על הצדקה שהורגלו להפריש אפילו אם היתה ככל הצורך, ובלשון רז"ל כדבעי למיעבד. ובמכש"כ — באם הי' מקום גם לפני זה להגדיל הפרשת הצדקה, לעשות כן עתה, ולעשות זה דוקא בשמחה ובטוב לבב. ובטוח בורא עולם לשמור הבטחתו, ובחנוני נא בזאת וגו' והריקותי לכם ברכה ובו'
ובהמאורע דגניבה, כבר ידוע אגה"ק של אדמו"ר הזקן בנו אדמו"ר האמצעי ונכדו אדמו"ר הצ"צ, אשר לאחרי ענין של היזק חלה מדת הרחמים שהיא גדולה גם ממדת החסד נחלה בלי מצרים וכו', אלא שלכל השפעה וברכה מלמעלה — צריכים לעשות כלים מתאימים ורחבים, והכלים הם עניני תורה ומצות בהידור ובשמחה.
ומהנכון כיון שיזכירו את הנ"ל וב"ב על הציון הק' של כ"ק מו"ח אדמו"ר, אשר יקבע לימוד בתורת חסידות חב"ד אשר עלי' מסר נפשו כ"ק מו"ח אדמו"ר, ביום הש"ק וביום שני וחמישי אם אפילו למשך זמן קצר מאשר ביום הש"ק. ומה טוב גם שמירת תקנתו באמירת שיעור תהלים חדשי — כמו שנחלק התהלים לימי החדש — לאחרי תפלת השחר. ומובן אשר כל הנ"ל צ"ל בלי נדר.
בודאי זוגתו תחי' של הנ"ל נוהגת במנהג בנות ישראל הכשרות להפריש לצדקה קודם הדלקת הנרות בכל ערב ש"ק וערב יום טוב. ועכ"פ תנהג כזה מכאן ולהבא.
484. . . דאָס וואָס איר שרייבט וועגן די פערשידענע שוועריקייטן וועלכע האָבן זיך געוויזן אין געשעפט. איז לויט דער הוראה פון רבנו הבעל שם טוב אַז יעדער פרט ופרטי פרטים בנוגע צו אַ אידן איז דאָס בהשגחה פרטית. און אַז השי"ת האָט אייך מזכה און מצליח געווען אַז צוזאַמען מיט דאָס אויבן דערמאָנטע האָט זיך געטראָפן דער נייער בנין פאַר דער ישיבה וואָס איז פאַראַן אַ גרויסע האָפענונג אַז דאָס קען ווערן אַ צענטער פון יראת שמים פאַר דער גאַנצער שטאָט און אפשר אויך פאַר דער גאַנצער מדינה. וואָלט איר באַדאַרפט זען אַ פאַרבינדונג צווישן די ביידע זאַכן. און אָננעמען דאָס פאַר אַ הוראה מן השמים אַז איר זאָלט זיך אַריינוואַרפן סיי מיט געלט און דער עיקר בגופו צו זען אַיינאָרדענען דעם בנין פון דער ישיבה און דערנאָך דאָס פאַרנעמען זיך מיט דער ישיבה אין דער מאַקסימאַלסטער מאָס, וואָס דאָס וועט פאַריכטן די צנורות פון די פּריוואַטע געשעפטן און פאַרגרעסערן זיי אַז דאָס זאָל אויך זיין בהצלחה מופלגה. עס איז ניט מיין דרך צו אָנדייטען ציפערן און בפרט ניט געפינענדיג זיך אויפן אָרט. אָבער עס איז באַוואוסט דער מאמר רז"ל כל המוסיף מוסיפין לו. במילא וואָס אַלץ מער איר וועט מוסיף זיין, סיי מיט אייער געלט און סיי מיט אייער טרחה בגופו טאָן אַליין אין דעם און אויך פאַראינטערעסירן אַנדערע, וועט השי"ת זיכער מוסיף זיין בהצלחה אין דעם וואָס איר באַדאַרפט.
זיכער האָט איר געהאַט אַ פרייליכן פורים
און איך האָף אַז איר וועט אויך קענען
אָנזאָגן גוטע בשורות משמחות אין דאָס
אַלעס אויבן געזאָגטע . . .
. . . במ"ש אודות נתינת מעשר לצדקה, לפלא קצת השאלה, אחרי שענין הוא בשו"ע, ובפרט בתוככי עדת החסידים. ואדרבא באם, כלשונו, אינם מסתדרים במשכורתם דעד עתה, הרי אז מקום ועצה דעצת חז"ל מלח ממון חסר. ולא להיפך ח"ר
בודאי שמורים בזכרונו ימי השמיני עצרת ושמחת תורה אשר בלה בצל קורת כ"ק מו"ח אדמו"ר (שליט"א) לכל פרטיהם. ועל פי אחת השיחות אז, בטח יאירו מאורם גם בימי השבת והחול של כל השנה כולה.
485ועל אחד המאורעות אז, זה שנתמנה להיות מפקד וראש לחלוקת פסוקי „אתה הראית" להקפות בוקר שמחת תורה ועסק בזה, הנני לשלוח בזה תודת ה"מרכז לעניני חנוך" אשר אליו שייכת ההכנסה מפסוקים אלו.
ידוע מאמר רז"ל (בבא בתרא ט, א) גדול המעשה יותר מן העושה, ובפרט אשר במקרה זה הי' מעשה וגם עושה. וזכות אלו הרבים אשר המרכז עוזרים ברוח, בגשם, או בשניהם יחד, כדאי הוא להשפיע ברכה והצלחה לכל המסייעים בזה.
ונשען על מאמר רז"ל שני (תנחומא ר"פ עקב) אם התחלת במצוה הוי גומר אותה, הנני להציע בזה: באשר אחדים מהמתנדבים חסרו בנתינתם לטובת המ. ל. ח. העומד תחת נשיאותו של כ"ק מו"ח אדמו"ר (שליט"א) ומתנהל על ידו, בערך נדבתם בהקפות ליל שמחת תורה,
הנה, בלי ספק יוכל להסביר להם ולפניהם גודל עבודת המ. ל. ח. ואשר אין ליתן מגרעות בקודש, ואדרבה מעלין בקודש ולא מורידין.
ובפרט, בטח יעשה כזה בנוגע לחבריו בני עירו, שנאמר לו בשמחת תורה שאחריותם עליו, והם: הנהלת התלמוד תורה (לא התנדבו כלל על המ. ל. ח.), הו"ח וכו' . . . (התנדב רק ארבעים שקל), הוו"ח וכו' . . . (התנדב נ"ד שקל).
ונשען על מאמר רז"ל שלישי (ס' הישר לר"ת שי"ג. של"ה ש' האותיות ל') דבר היוצא מן הלב נכנס אל הלב, ודאי יצליח בהשתדלותו זו וימלא החסר, וגם בתוספות.
בנתינת תודה למפרע על כהנ"ל
ובאיחול כט"ס
. . . בנוגע אייער שרייבן, צו העלפן אחינו בני ישראל אשר בארצנו הק' תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו, איז באַוואוסט די רייד פון דוד מלך ישראל — שהוא — חי וקים, (תהלים קכז) אַז ווען ה' יבנה בית, און ה' ישמר עיר, דענסטמאָל העלפט דאָס בויען און היטן פון אַ בשר ודם. און דעריבער מוז מען דורכאויס זען, אַז השם יתברך זאָל טאָן דאָס אויבן געזאָגטע, וואָס דאָס פירט מען אויס על דרך דעם מאמר פון ר' אבא בר כהנא ור' אמי ור' אסי (אין פתיחתא דאיכא רבתא במדרש רבה) — דורך לימוד תורתנו הק' און דעם לערנען איר ביראת שמים ועל טהרת הקדש, דאָרטן אין ארצנו הק'. און ליידער זיינען ווייניג די העלפער אין דעם. און אויך די וואָס העלפן יע, איז דאָס אין אַ ניט גענוגענדער מאָס. און דעריבער דאַרף יעדער איד מחובבי תורה ומצות וואָס זיינען דורכגענומען מיט אהבת ישראל, וואָס אמת'ע אהבת ישראל איז דורך אהבת התורה ואהבת השם, דאַרפן זיי שטיצן מיט אַ גאָר486אַנדער מאָס די מוסדות הנ"ל בארצנו הק' ת"ו. און אויב מען וועט אייך אויפוואַרפן, פאַרוואָס איז ניט קענטיג אייער נדבה אין די פערשידענע קאַמפּיינס — קענט איר זיי ענטפערן אַז ניט איר זשאַלעוועט די געלט אַדרבה איר גיט נאָך מער לפי ערך (און בפרט, אַז די געלט ותורתה פאַרקלענערט אויך הסכנה ובמילא ההוצאות אין ענינים גשמיים וד"ל) און אויך צוגעבן, אַז לויטן פסק רז"ל איז ענייך קודמין ועניי עירך קודמין. אנ"ש ומקושרים ושייכים, וואָס פאַרלאַנגען, און פרעגן באַ מיר, ווייז איך זיי אָן צו מנדב זיין אויף די מוסדות חב"ד בארצנו הק' ת"ו, וואָס די אַרבעט דאַרף לויט דער פאָדערונג פון דער צייט, ווערן אַלץ מער און גרעסער. און איך האָף אַז אין כפר חב"ד, וואו עס איז געווען השריפה אשר שרף ה', ווערט דאָרט איצט נתגלה מדת הרחמים שהיא גדולה ממדת החסד שלפני' נחלה בלי מצרים מבריח מן הקצה אל הקצה, וכהוראת רבנו הזקן רבנו האמצעי וכ"ק אדמו"ר הצמח צדק, כי שם צוה ה' את הברכה עד העולם.
במענה למכתבו — מבואר בכ"מ גודל מעלת מצות הצדקה, ומובן הוא גם מהידוע שמדתו של הקב"ה היא מדה כנגד מדה (אלא שכמה פעמים ככה) ונתינת צדקה לעני אע"פ שאינו חייב לו כלום וכו' — ממשיכה ברכות השם לנותן הצדקה בהמצטרך לו ומוסיפה בברכות אלו. והרי כאו"א מאתנו זקוק לברכות השם תמיד כל הימים.
והנה לפעמים קרובות — אלה הנמצאים במסגרת צבאית נמנעת מהם נתינת צדקה בפועל מפני תנאים המיוחדים בהם שרויים וחיים.
ולכן בקשתי את ידידי המביא מכתב זה — לקחת אתו מטבע ולתנה לו (בתור שלוחי) במתנה — בכדי שבאם ירצה מר יוכל לקיים בה — מן המוכן ובממונו — מצות הצדקה.
ומה טוב — לקשר זה בלימוד תורתנו תורת חיים: עכ"פ — פסוק אחד בתורה שבכתב (בפרשת השבוע?) ומאמר אחד או הלכה בתורה שבעל פה (באחד מהספרים הנמצאים אצל מר).
והוי' אלקי הצבאות ישמרהו בכל מקום בו יהי' וגדול זכותו וזכות כל אחד המגין על ארצנו הק' ועל עמנו הק' ובלשון הרמב"ם אשר השם „יזכה לו ולבניו עד עולם".
487מאשר הנני קבלת הפתקא שלו עם המחאה המצורפת, שנמסרה לקופת חשאין אחת המעלות הכי נעלות בענין הצדקה, ובמילא ימשיך לו לב"ב שיחיו תוספת ברכה והצלחה, מרום המעלות עד למטה מעשרה טפחים בגשמיות, וכמבואר באגה"ק. ועלי להוסיף עפ"י המבואר בהנ"ל, שאף שכל אחד מחוייב בכל המצות — הנה יש לו מצוה אחת שצריך להיות זהיר בה טפי, וע"פ רוב הנה רואים בהנהגת ההשגחה פרטית באיזה מקצוע הוא, וכיון אשר, לע"ע, איננו עשיר ברכוש גשמי, הרי, אע"פ שע"פ המבואר באגה"ק, בדורנו מצוה להרבות בצדקה, אבל נראה שלא זהו השער שלו ומצוה שיהי' זהיר בה טפי, משא"כ בכח השפעתו על הזולת ובמרץ המתאים — יש לו כשרון בגלוי ובהווה. לכן פלא שמתקבלת פתקא ממנו בהנוגע לענין צדקה ואין מזכיר דבר ע"ד השפעתו על הזולת על הסביבה ועל ב"ב בהנ"ל, וגם אינו מזכיר מאומה בהנוגע לשיעוריו בתורת הנגלה ובתורת החסידות, ובודאי ימלא עדכ"ז בהזדמנות הכי קרובה.
כיון שכמה מאנ"ש הנהגתם הוא ע"ד הנ"ל, הרי ברשותו לפרסם תוכן הענין שבמכתבי זה, כי קשה הכתיבה לכאו"א בפרט, ומכמה טעמים. ויה"ר שיעשה זה במרץ המתאים, ויהי' ג"כ תחלת ההזזה בענין השפעתו על הזולת באופן כזה. וחזקה לתעמולה שאינה חוזרת ריקם.
6
במענה על מכתבה מג' לך, בו שואלת באשר יש אפשריות עתה להעביר בית מסחרה לפנה מרכזית יותר, אבל עי"ז תכנס בעוד חובות.
לדעתי בכל זה כדאי הדבר, בכדי להרחיב הכלים של פרנסה, ואז מתקיים הכתוב הרחב פיך ואמלאהו. ובלבד שירחיבו ג"כ את צנורי הפרנסה, היינו בהענינים דהידור במצות, בהנהגת כל אלו התלוים בפרנסה של בית מסחר זה, כל אחד לפי מצבו ובענינו. ובודאי תסביר לכל אחד ואחת מהם את גודל הענין דהידור במצות בלאו הכי, ובפרט במצבם עתה. והשי"ת יצליחה לפרנסה במנוחה ובכשרות ובהרחבה.
מוסג"פ סקריפּ מאחת הקופות של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, שתשקיע חילופו בהוצאות העברת בית מסחרה הנ"ל ויביא תוספת בהצלחה.
488להערמרמב"ם סנה' יא, ה: שמטעין את (דרבים וכלל — נגד דיחיד) לחומרא. ולא עוד בעולם והרי לאחכ"ז צ"ל ודרשת וחקרת היט שופטים יט, יט. ועוד. העם — וספק (וכו"כ ספקות) דפקו"נ ד ומוסיף דהנ"ל הואא רחמים הוא 2) טב גו'. וי"ל ביאור נוסף ע"פ הרמב"ן
(ממכתב תשרי ה'תשמ"א) טוענין למסית, וכן שם (לו, ב) וחילופיהן במסית דין מסית לפני גמר הדין ועוד יותר לפני התחלת