English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

593ב"ה, ערב שבת קודש, שבת שובה,

ו' תשרי, ה'תשל"ט

ברוקלין, נ.י.

אל כל בני ובנות ישראל

בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה !

בהמשך צו דעם וואָס מ'האָט גערעדט וועגן דער אייגנאַרטיקער נקודה און ספּעציעלער מעלה פון תשובה, וואָס דורך תשובה קען מען פאַריכטן און משלים זיין אַלעס וואָס מ'האָט געדאַרפט אויפטאָן במשך פון דעם גאַנצן עבר (פאַרגאַנגענהייט) — „בשעתא חדא וברגעא חדא", מיט איין „קער" און אין איין מאָמענט,

— און, פאַרשטייט זיך, אַז דאָס דינט ניט, ח"ו אַלס אַן אויסרייד פאַר אַ ניטגוטער הנהגה, ווי חכמינו ז"ל באַוואָרענען, אַז אויב איינער זאָגט ח"ו „אחטא ואשוב" — כ'וועל זינדיקן און שפּעטער תשובה טאָן — באַקומט ער ניט די געלעגנהייט תשובה צו טאָן —

וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן מער אויף דער דערמאָנטער נקודה, כדי קלאָרער צו מאַכן אויף ווי ווייט דאָס איז נוגע צו דער גאַנצער הנהגה פון אַ אידן, און פון אַ מענטשן בכלל. ובהקדמה:

בשעת מ'קוקט זיך צו — זעט מען אַז לויטן חשבון איז אין וועלט פאַראַן מער כמות (גשמיות) ווי איכות (רוחניות), און אין אַ גאָר גרויסער מאָס. נאָכמער, וואָס מער גשמיות'דיק און חומריות'דיק אַ זאַך איז, אַלץ מער איז דאָס אין כמות, ווי מ'זעט, צום ביישפּיל, אַז דער עולם הדומם איז פיל מער אין כמות ווי דער עולם הצומח, און דער צומח איז פיל מער אין כמות ווי דער עולם החי, און דער עולם החי איז פיל מער אין כמות ווי דער מין האדם (מדבר); און אַזוי אויך אין דעם מענטשן גופא: רגלים (די פיס) זיינען אין כמות מער פון דעם גוף (קערפּער),594וועלכער איז גרעסער ווי די קאָפּ, וואו עס געפינען זיך די חושים פון ריידן, שמעקן, הערן, זען, דער שכל א.ז.וו., וואָס באַלעבן דעם גאַנצן קערפּער און פירן מיט אים אָן,

אויך קען מען, לכאורה, אַריינפאַלן אין עצבות ח"ו טראַכטענדיג: ווי אַזוי קען מען דערפילן ווי עס דאַרף זיין די אמת'ע אויפגאַבע און תכלית פון דעם גאַנצן לעבן, וואָס דאָס איז אני*) נבראתי לשמש את קוני (איך בין באַשאַפן געוואָרן צו דינען מיין באַשעפער), וויבאַלד אַז ס'רוב צייט, גייט אַוועק אויף גשמיות'דיקע ענינים ווי עסן, טרינקען און שלאָפן, פאַרדינען אויף פרנסה א.ז.וו. אין צוגאָב צו דעם אַז די ערשטע יאָרן פון אַ מענטשן איידער ער ווערט אַ גדול און אַ בר דעת — זיינען אינגאַנצן גשמיות'דיקע,

איז די דערקלערונג אויף דעם, אין צוגאָב צו דעם אָנזאָג פון כל מעשיך יהיו לשם שמים (אַלץ וואָס דו טוסט זאָל זיין לשם־שמים) און בכל דרכיך דעהו (אין אַלע דיינע פירונגען זאָלסטו וויסן דעם אויבערשטן),

דאָס מיינט, אַז אויך אין די ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט די מאַטעריעלע און גשמיות'דיקע באַדערפענישן פון טא־טעגלעכן לעבן (וואָס, ווי געזאָגט, פאַרנעמען זיי די גרעסטע צייט) דאַרף אַ מענטש וויסן, אַז די דאָזיקע מאַטעריעלע און גשמיות'דיקע זאַכן זיינען ניט קיין תכלית פאַר זיך, נאָר זיי זיינען, און מוזן דינען אַלס, אַ מיטל צוצוקומען צו דער העכערער, רוחניות'דיקער וועלט פון ־טלעכקייט,

וואָס דורך דעם ברענגט ער אַריין רוחניות אין די אַלע גשמיות'דיקע ענינים און נוצט זיי אויס פאַר רוחניות'דיקע צוועקן — די אַלע גשמיות'דיקע ענינים ווערן צוגעבראַכט און באַקומען זייער שלימות — אין רוחניות,

איז דאָ די זאַך און די פעולה פון בשעתא חדא וברגעא חדא, וואָס מאַכט איבער דעם גאַנצן עבר, די גשמיות זעלבסט — אין רוחניות.

595אין צוגאָב צו דעם וואָס אין דעם חשבון פון דער צייט זיינען דאָ גאָר גרויסע אונטערשידן אין דעם אינהאַלט און, במילא, דער ווערט פון אַ רגע און אַ שעה — ביז אַז עס איז גאָר שווער צו פאַרגלייכן אפילו, לדוגמא, אַ שעה פון תפלה און השתפכות הנפש (נשמה אויסגוס) פאַרן אויבערשטן מיט להבדיל, אַ שעה פון שלאָפן,

און ווי באַוואוסט דער משל אַז אַפילו אין געלט חשבון איז דאָ מטבעות פון זעלבער גרויס — אָבער איינע איז פון קופּער, אַ צווייטע פון זילבער און אַ דריטע פון גאָלד,

איז נאָך מער — דער אויבערשטער, הא־ל עושה פלא (וועלכער טוט וואונדער) האָט אַריינגעגעבן די אייגענשאַפט אין תשובה, אַרויסנעמענדיק איר פון באַגרענצונגען, אויך פון צייט־באַגרענצונגען, אַז ברגעא חדא — מאָמענטאן — בייט זי איבער דעם גאַנצן עבר, אַז ער ווערט בתכלית השלימות (פּערפעקטע פולקאָמענהייט) — שלימות'דיקע איכות און רוחניות.

און דער אויבערשטער האָט אויך באַשטימט ספּעציעל־גינסטיקע צייטן, ענדע יאָר און אין אָנהויב פונעם נייעם יאָר, פאַר דעם ענין פון תשובה, צוזאַמען מיט דער הבטחה (פאַרזיכערונג), אַז יעדערער און יעדערע וועלכער באַשליסט צו תשובה טאָן, קען ער דאָס דערגרייכן בשעתא חדא וברגעא חדא — אין איין מאָמענט,

צו פאַרוואַנדלען די כמות און גשמיות פון דעם גאַנצן עבר אין זכיות, רוחניות און קדושה, און גלייכצייטיק צוגרייטן די צוקונפט, דעם קומענדיקן יאָר און שפּעטער, אין אַ פּאַסענדן אופן, דורך תורה און מצוות אין דער טאָ־טעגלעכער הנהגה,

596צו דערהויבן זיך, און די גאַנצע וועלט אַרום, צו דער העכסט־מעגליכער מדריגה פון קדושה און גטלעכקייט, מאַכן די דאזיקע גשמיות'דיקע וועלט אַ דירה לו יתברך.

ויהי רצון אַז מען זאָל טאָן אין דעם אַלעם, לויט דער תפלה פון חנה הנביאה, וועלכע מען דערמאָנט גלייך באַם אָנהויב יאָר: עלץ לבי בהוי' רמה קרני בהוי' גו' כי שמחתי בישועתך (מיין האַרץ פרייט זיך מיט השם, מיין שטאַרקייט איז אויפגעהויבן דורך השם . . איך פריי זיך אין זיין הילף) . . וירם קרן משיחו (און ער וועט דערהייבן די מאַכט פון זיין משיח).

בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור

ממ מא ד א א

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-qs9069v7

עותקים

פעילות אחרונה

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · אושרה
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · נסגרה

מקורות