English
ספרייה

לקוטי שיחות

וילך ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

307וילך ב

א. אין פּסוקא „ויקרא משה ליהושע ויאמר אליו גו' חזק ואמץ כי אתה תבוא את העם הזה אל הארץ אשר נשבע ה' גו' ואתה תנחילנה אותם", שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „כי אתה תבוא את העם הזה" און איז מפרש: ארי את תיעול עם עמא הדיןב משה אמר ליהושע זקנים שבדור יהיוג עמך הכל לפי דעתן ועצתן אבל הקב"ה אמר ליהושע כיד אתה תביא את בנ"י אל הארץ אשר נשבעתי להםה תביא על כרחם וכו' (כדלקמן סעיף ד').

וואָס איז דאָ שווער אין פּסוק וואָס צוליב דעם מוז רש"י אַראָפּברענגען דעם לשון פון תרגום און די גאַנצע אריכות פון זיין פּירוש?

זאָגן מפרשיםו, אַז רש"י קומט פאַרענטפערן די סתירה פון די צוויי פּסוקים — ובלשון הגמראז: „כתיב כי אתה תבוא וכתיב כי אתה תביא"; און זיין ענטפער איזח (כתירוץ הגמרא), אַז דאָ („תבוא") רעדט זיך וואָס משה האָט געזאָגט צו יהושע'ן („זקנים שבדור יהיו עמך כו'") און דאָרט ווערט דערציילט וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו יהושע'ן („תביא על כרחם כו'").

בפּשטות איז אָבער שווער צו לערנען אַזוי אין רש"י — ווייל:

א) דעמאָלט וואָלט רש"י געדאַרפט אַנהויבן זיין פּירוש „ולהלן הוא אומר כי אתה תביא גו'"ט, ע"ד ווי ער שרייבט אין אַנדערע ערטערי?

ב) רש"י האָט געדאַרפט ברענגען אין דעם דבור המתחיל נאָר דעם וואָרט „תבוא"יא (אָדער „תבוא את העם"יב) — פאַרוואָס איז ער מעתיק די אַלע ווערטער „כי אתה תבוא את העם הזה"?

308ג) ועיקר: איידער מ'לערנט דעם ווייטערדיקן פּסוק „כי אתה תביא גו'" איז דאָך גאָרניט שווער. האָט רש"י געדאַרפט זיך שטעלן (ניט אויף אונזער פּסוק, נאָר) אויפן פּסוק „כי אתה תביא גו'", ווען ס'ווערט די סתירהיג?

ב. דער ביאור אין דעם: מיטן מעתיק זיין אין דעם דבור המתחיל אויך דעם וואָרט „כי אתה תבוא גו'" איז רש"י מדגיש, אַז די ווערטער „אתה תבוא את העם הזה" זיינען אַ נתינת טעם אויף דעם וואָס עס שטייט פריער אין פּסוק — „חזק ואמץ".

ווערט מוקשה: מיט וואָס איז „אתה תבוא את העם הזה" (אַז יהושע וועט אַריינגיין אין א"י צוזאַמען מיט אַלע אידן) אַ נתינת טעם אויף „חזק ואמץ"?

[בדוחק וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דאָס קומט בהמשך צו פריער, וואו משה רבינו איז מחזק אַלע אידן, אַז אַריינגייענדיק אין א"י זאָלן זיי זיך ניט שרעקן פון „הגוים האלה" — „חזקו ואמצו אל תיראו ואל תערצו מפּניהם"יד; איז אַזוי אויך ביים אָנזאָגן יהושע'ן אַז ער וועט אַריינגיין אין א"י (פּונקט ווי אַלע אידן) איז משה אים מחזק ער זאָל זיך ניט שרעקן פאַר הגוים האלהטו.

אָבער דער פּירוש איז אַ דוחק גדול: פון פּסוק איז משמע אַז דאָס איז אַ ספּעציעלער חיזוק וואָס איז שייך בלויז צו יהושע אַליין].

און מצד דער קשיא וואָלט געקענט זיין אַ הוי אמינא (עכ"פ — בדוחק) צו לערנען אַז דער טייטש פון „תבוא" דאָ איז „תביא" — דו וועסט זיי אַריינברענגן אין א"י, און דערפאַר דאַרף ער האָבן אַ חיזוק

ע"ד ווי עס שטייט שוין פריער אין פּ' דבריםטז: אותו חזק כי הוא ינחילנה את ישראל.

איז בכדי צו שולל זיין דעם פּירוש, איז רש"י מעתיק דעם לשון פון תרגוםיז, אַז דער פּירוש הפּשוט פון „אתה תבוא את העם הזה" מיינט „ארי את תיעול עם עמא הדין" — דו וועסט אַריינקומען מיט די אידן — מען איז ניט מוציא דעם וואָרט „תבוא" מפּשוטו.

בלייבט דאָך די שאלה: וואָס איז דער טעם אין „אתה תבוא את העם הזה" אויפ'ן „חזק ואמץ"? איז רש"י ממשיך „משה אמר ליהושע זקנים שבדור יהיו עמך כו'": פון דעם וואָס עס שטייט „אתה תבוא את העם הזה" — דער עםיח (וואָס איז געשטאַנען פאַר משה), ובראשם זיינען „ראשיכם שבטיכם זקניכם"יט — איז דאָך זיכער אַז די זקנים*19 „יהיו עמך"; ובמילא האָסטו ניט וואָס צו מורא האָבן פון „ואתה תנחילנה אותם", ווייל זיי וועלן דיר העלפן;

309ד. ה. די סיבה פאַרוואָס יהושע דאַרף האָבן חיזוק איז ווייל — „ואתה תנחילנה אותם", און „אתה תבוא את העם הזה" איז אַ טייל פון דעם חיזוק (אַז „זקנים שבדור יהיו עמך").

ג. מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין דעם המשך הלשון פון רש"י „זקנים שבדור יהיו עמך הכל לפי דעתן ועצתן":

פון דעם וואָס רש"י איז זיך ניט מסתפּק מיט „זקנים שבדור יהיו עמך", און איז מוסיף „הכל לפי דעתן ועצתן", איז מובן, אַז די זקנים, ניט נאָר וועלן זיי אים העלפן, נאָר אַלץ וועט געטאָן ווערן לויט זייער דעה און עצה; ד. ה. ניט נאָר וועט יהושע ניט האָבן די איינציקע דיעה, נאָר אדרבה, די זקנים וועלן האָבן די גאַנצע דיעהכ.

איז תמוה:

א) פון וואַנען נעמט דאָס רש"י, אין פּשוטו של מקרא?

ב) נאָכמער: אין גמראכא איז דער לשוןכב „אתה והזקנים שבדור עמהם", ד. ה. יהושע מיט די זקניםכג; און רש"י איז משנה אַז (ניט זיי וועלן זיין גלייך, נאָר) „הכל לפי דעתן ועצתן"?

ג) ווי קען מען זאָגן אַז משה האָט געגעבן די זקנים די גאַנצע דיעה, בשעת משה אַליין האָט געבעטן ביים אויבערשטן (אין פּ' פּינחסכד) „יפקוד ה' גו' איש על העדה" און ער האָט סומך געווען יהושע'ן „בעין יפה יותר ויותר ממה שנצטווה . . בשתי ידיו"כה אַלס מנהיגכו פון אידן; און אין דעם פּסוק גופאכז שטייט „ואתה תנחילנה אותם", אַז יהושע וועט מנחיל זיין א"י צו די אידן — היינט ווי טייטשט רש"י בדברי משה „הכל לפי דעתן ועצתן"?

ד. ווייטער זאָגט רש"י: אבל הקב"ה אמר ליהושע כי אתה תביא את בני ישראל אל הארץ אשר נשבעתי להם תביא על כרחם הכל תלוי בך טול מקל והך על קדקדן דבר אחד לדור ולא שני דברים לדור.

איז ניט מובן:

א) ווי גערעדט פריער (ס"א) איז רש"י מפרש נאָר דאָס וואָס ס'איז שווער אין פּסוק על אתר — וואָס איז שווער דאָ אין פּסוק וואָס צוליב דעם מוז רש"י אַראָפּברענגן „אבל הקב"ה אמר כו'" (דער פּירוש אין ווייטערדיקן פּסוק „כי אתה תביא גו'")כח?

ב) פון אריכות לשון רש"יכט — „תביא על כרחם הכל תלוי בך טול מקל והך על קדקדן" — איז קלאָר, אַז ניט נאָר האָט דער אויבערשטער שולל געווען אַ הנהגה פון „הכל לפי דעתן ועצתן" (נאָר די זקנים זאָלן ניט האָבן די גאַנצע310דיעה); און ניט נאָר זאָלן זיי ניט בלייבן בשווה צו יהושע, אָדער עכ"פּ ווי יועצים צו אים — נאָר נאָכמער: די זקנים זאָלן איבערהויפּט ניט האָבן קיין דיעה; יהושע דאַרף זיך אינגאַנצן ניט רעכענען אָדער אפילו ניט באַראַטן זיך מיט זיי („טול מקל והך על קדקדן")ל —

איז ניט מובן: אמת טאַקע אַז היות ווי „דבר אחד לדור ולא שני דברים לדור" איז יהושע דער איינציקער „דבר" ומנהיג פון אידן; אָבער פון וואַנען איז דער הכרח אַז די זקנים זאָלן אים ניט העלפן? ביי משה רבינו גופא זיינען דאָך געווען די „שבעים זקנים" וואָס „ונשאו אתך במשא העם ולא תשא אתה לבדך"לא; וואָס דערפון איז געדרונגען אַז אַזאַ הנהגה איז ניט בסתירה צום כלל „דבר אחד לדור ולא שני דברים לדור" (ווייל ססוף איז משה רבינו געווען דער „דבר" ושולט) — היינט וואו געפינט רש"י דעם הכרח אַז ביי יהושע איז מושלל אויך אַזאַ הנהגהלב?

ג) וואָס גיט צו דער סיום פון פרש"י „דבר אחד לדור ולא שני דברים לדור" אין פּירוש הכתובלג?

ד) וואָס איז דער לשון „ולא שני דברים לדור" — וויבאַלד רש"י קומט שולל זיין די זקנים: (א) האָט ער געדאַרפט זאָגן „ולא הרבה (או כיו"ב) דברים לדור", (ב) ולאידך: ווי אַזוי ווייס מען טאַקע אַז „ולא שני דברים לדור" — אפשר דוקא „ולא שבעים (ואחד)", אָבער „שנים" קען יע זיין? ובפרט אַז מען געפינט*33: הוא אהרן ומשה אשר אמר ה' להם הוציאו את בנ"י מארמ"צ על צבאותם?

ה. דער ביאור בכל זה:

דער תואר „העם (הזה)" איז ניט אַ שם המעלה פון אידןלד. קומט אויס, אַז מיט די ווערטער „אתה תבוא את העם" מיינט דער פּסוק, אַז יהושע וועט זיין צוזאַמען אויך מיט די פּחותיםלה שבישראל; לאידך, פון דעם וואָס ס'שטייט „העם הזה" איז מובן, אַז דער פּסוק מיינט דעם גאַנצן עם, אויך ופשיטא — די עומדים בראש, די זקנים כנ"ל.

דעריבער לערנט רש"י אַז דער פּסוק וויל זאָגן צוויי זאַכן:

א) פון דעם וואָס עס שטייט „העם הזה" — אָט דער (מורה באצבע) עם, ופשוט אַז די זקנים — לערנט מען אַרויס אַז די „זקנים שבדור יהיו עמך".

311ב) פון דעם וואָס דער פּסוק איז מדגיש „העם", לערנט מען, אַז יהושע וועט זיין אין איינעם („את — עם") אויך מיט די פּחותים פון אידן. ווי איז דאָס מעגלעך? — איז רש"י מסביר „הכל לפי דעתן ועצתן": די זקנים וועלן האָבן די גאַנצע דיעה, ובמילא — איז יהושע אין דעם (דעה ועצה) גלייך מיט שאר העם.

ו. ווי שטימט דאָס וואָס „הכל לפי דעתן ועצתן" מיט דעם וואָס משה האָט סומך געווען יהושע אַלס מנהיג פון אידן, כאמור בפּ' פּינחס — באַוואָרנט עס רש"י בפירושו שם:

אויף „אשר יצא לפניהם"לו איז רש"י מפרש: „לא כדרך מלכי האומות שיושבים בבתיהם ומשלחין את חיילותיהם למלחמה כו'", ד. ה. משה רבינו האָט געבעטן פאַר די אידן אַ מלך וואָס זאָל זיי פירן למלחמה. אויך האָט משה שוין אָנגעזאָגטלז אַז יהושע ינחילנה (ארץ ישראל) את ישראל — חלוקת הארץ (וואָס קומט בהמשך צו כיבוש הארץ, במלחמה). עס ווערט אָבער (לויט פּרש"י) ניט דערמאָנט אַז משה זאָל האָבן געבעטן אויף אַ מנהיג וואָס זאָל אויף זיך אָננעמען „משא העם", די הנהגה אין זייערע אינערלעכע ענינים.

וואָס וועט זיין מיט די ענינים? — איז ביים בן חמש למקרא קיין קשיא ניט: אַזוי ווי ביי משה רבינו גופא האָבן די שבעים זקנים געהאָלפן „במשא העם", האָט משה גערעכנט אַז זיי וועלן דאָס ווייטער טאָן (אַלייןלח). משא"כ אַ מלך צו פירן למלחמה קען זיין נאָר איינער, און אויף דעם האָט משה געבעטן „איש על העדה" און ער האָט סומך געווען יהושע'ןלט.

ובמילא איז קיין סתירה ניט פון דעם וואָס משה האָט פריער געבעטן „איש על העדה" צו דעם וואָס ער האָט דאָ געזאָגט „הכל לפי דעתן ועצתן" — ווייל דאָ האָט ער גלייך אויסגעטיילט: „תנחילה אותם" — איז נאָר „אתה", „והוי' הוא ההולך" — וואָס באַווייזט אויף מלחמה*39 — איז „לפניך הוא יהי' עמך גו'" און דער „הכל" איז אַ חוץ הנ"ל, דער „משא העם" [און אויך דאָס גיט צו אין דעם „חזק ואמץ", אַז ער וועט זיך אינגאַנצן ניט דאַרפן זאָרגן וועגן „משא העם", דאָס וועלן טאָן די זקנים]מ.

ז. דאָס אַליין איז אָבער ניט גלאַטיק, ווייל ביים בן חמש למקרא לייגט זיך אַז יהושע האָט איבערגענומען די הנהגה פון משה אין אַלע פּרטיםמא — ניט נאָר בנוגע צו מלחמה (וחלוקה); ובפרט אַז דער אויבערשטער האָט געהייסן משה רבינו ניט נאָר צו סומך זיין יהושע, נאָר אויך „ונתתה מהודך עליו למען ישמעו כל עדת בני ישראל"מב און דער312אויבערשטער האָט געזאָגט „וצויתמג אותו, על ישראל דע שטרחנין הם סרבנים הםמד כו'"מה — וואָס פון דעם אַלעם איז משמע, אַז יהושע האָט אויך איבערגענומען „משא העם".

דאַרפ'ן פאַרענטפערן בדוחק, אַז וויבאַלד עס איז געווען (נאָר) „דעתן ועצתן" פון די זקנים, אָבער די עשי' בפועל האָט געטאָן יהושע הייסט עס אויך הנהגה,

איז רש"י שולל דעם דוחק און איז ממשיך אַז דאָס וואָס עס שטייט „תבוא את העם הזה" — אַז „זקנים שבדור יהיו עמך הכל לפי דעתן ועצתן" — איז בלויז וואָס משה האָט געזאָגט; „אבל הקב"ה אמר ליהושע כו' תביא על כרחם כו'" — אַז ער וועט אָנפירן אויך מיט „משא העם"מו.

ח. נוסף אויפן שינוי וואָס דאָ שטייט „תבוא" און דאָרטן „תביא" — איז צווישן די צוויי פּסוקים פאַראַן נאָך אַ שינוי: דאָ שטייט „העם הזה" און דאָרטן „את בני ישראל"מז, וואָס „בני ישראל" איז אַ שם המעלהמח פון אידן (ניט ווי „העם הזה", כנ"ל סעיף ה').

און דערפון וואָס דער פּסוק איז משנה פון פריער און ביי „תביא" שטייט „בני ישראל" — נעמט רש"י אַרויס, אַז דערמיט איז מען מוסיף נאָך אַן ענין: ניט נאָר וועט יהושע אָנפירן „במשא העם" פון דעם כלל ישראל, נאָר ער וועט אויך שולט זיין אויף די אנשי המעלה צווישן אידן, די זקנים.

ובמילא, איז ניט נאָר וואָס „תביא על כרחם הכל תלוי בך" — ניט ווי ביי משה וואו די זקנים „נשאו אתך במשא העם", נאָר אַלץ וועט זיין אָפּהענגיק אין יהושע, נאָר נאָכמער — „טול מקל והך על קדקדן"*: די שליטה („מקל") פון יהושע איז אויף די זקנים ווי אויף אַלע אַנדערע אידן, די זקנים וועלן ניט האָבן קיין דעה ועצה „במשא העם".

ט. עפּ"ז קומט אָבער אויס, אַז די הנהגה פון יהושע איז פּונקט אַ פאַרקערטע ווי הנהגת משה: ביי משה רבינו האָבן די זקנים מיטגעהאָלפן „במשא העם" און ביי יהושע האָבן זיי גאָר קיין דיעה ניט געהאַט. איז ניט גלאַטיק: יהושע איז דאָך משרת משהמט וואָס „לא ימיש מתוך האהל"נ, ופּני משה כחמה ופּני יהושע כלבנהנא, וואָס אורה איז פון אור החמה. ווי קומט עס אַז זיין הנהגה זאָל זיין פאַרקערט ווי די הנהגה פון זיין רבי'ןנב — משה רבינו?

313אויף דעם איז רש"י ממשיך „דבר אחד לדור ולא שני דברים לדור" — וואָס דערמיט איז רש"י שולל בדרך רמז (ניט נאָר די שליטה פון די זקנים, נאָר) אויך — פון משה רבינו:

בחיי משה איז יהושע געווען משרת משה און אינגאַנצן איבערגעגעבן צו משה'ן און משה'ס הנהגה; בשעת אָבער עס קומט די צייט אַז יהושע זאָל ווערן דער מנהיג, האָט שוין קיין אָרט ניט דער דרך און הנהגה פון משה רבינו. בזמן יהושע דאַרף מען זיך פירן ווי עס טראָגט אויס מצד ענינו פון יהושע — וואָרום אויב יהושע וועט זיך פירן ווי די הנהגה פון משה, וועט אויסקומען אַז עס זיינען פאַראַן „שני דברים": יהושע און משה (וואָס יהושע גייט אין זיין דרך)נג.

און וויבאַלד אַז „דבר אחד לדור ולא שני דברים לדור" איז די הנהגה פון יהושע אַנדערש ווי משה'ס הנהגה: משה האָט איבערגעגעבן (דורך „ואצלת") אַ טייל פון משא העם צו די זקנים, אָבער יהושע דאַרף צו זיי ניט אָנקומען.

— און דאָס וואָס באַ יצי"מ איז געווען „אהרן ומשה" (כדלעיל ס"ד), איז ווייל דאָרט איז ניט געווען אַן ענין פון „דבר לדור", נאָר אויספירן אַ שליחות (מדויקת אויך אין אירע פרטים) פון אַרויספירן „בנ"י מארץ מצרים".

יו"ד. פון יינה של תורה אין פּרש"י:

עס שטייט אין חסידותנד אַז אין יהושע זיינען פאַראַן צוויי מדריגות: א) ווי ער איז משרת (און מקבל פון) משה. ב) ווי ער איז לעצמו (נאָך הסתלקות משה) וואָס דאַן איז ער בחי' נער וקטנות.

עס איז אָבער פאַראַן אַ מעלה דוקא אין דעם ענין פון נער וקטנות — ווי עס שטייטנה „כי נער ישראל (און דוקא דערפאַר) ואוהבהו" — ווייל דוקא אין דעם ענין פון נער וקטנות איז פאַראַן דער ביטולנו וקבלת עול מלכות שמים מער ווי אין דער עבודה מצד גדלות (במוח ולב), און דערפאַר איז דוקא אין דעם דאָ דער „ואוהבהו" פון עצמותו ית'נז.

און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי פּסוקים: „אתה תבוא את העם הזה" איז ווי יהושע איז מקבל פון משה, און מצד מדרי' משה איז דער ענין הזקנים (זה שקנה חכמהנח), עבודה שע"פּ טעם ודעת; אָבער „אתה תביא את בני ישראל" זיינען דברי הקב"ה ליהושע, מצד מעלת הביטול פון יהושע — „נער ישראל ואוהבהו" — און מצד דעם ביטול שלמעלה מטעם ודעת דאַרף מען ניט אָנקומען צו די וואָס קנו חכמהנט.

314וי"ל אַז דאָס איז אויך מרומז אין דעם חילוק פון די אותיות צווישן „תבוא" און „תביא" — „תבוא" איז מיט אַ וא"ו, און „תביא" מיט אַ יו"דס:

„הוי"ו מורה על ההמשכה מלמעלה למטה"סא — וואָס המשכה איז חוץ פון „עצם", ובמילא מיט אַ מדידה והגבלה; און אין עבודה איז דאָס די עבודה שע"פּ טעם ודעת, וואו מ'דאַרף אָנקומען צו די „זקנים" וואָס היטן אַז די המשכה זאָל קומען במקום הראוי;

„היו"ד (ש)היא בחי' נקודה לבד"סא, וואָס ווייזט אויף ביטולסב. און מצד דער עבודה דאַרף מען ניט אָנקומען צו די „זקנים", ואדרבה — מצד דעם יו"ד ווערט אויפגעטאָן אויך אין די זקנים דער ענין פון ביטול, „תביא על כרחם . . טול מקל והך על קדקדן".

יא. פון די הוראות בנוגע לפּועל פון דעם פּירוש רש"י:

בשעת מען מאָנט אין היינטיקע צייטן אַז יעדערער מוז אָפּגעבן צייט אויף הפצת התורה והיהדות (בכלל, און במיוחד אין די עשרת המבצעים הידועיםסג), און אַז דאָס אַלץ דאַרף זיין דורכגענומען מיט „יפוצו מעינותיך חוצה" — זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס טענה'ן, אַז אַמאָליקע דורות איז ניט געווען אַזאַ הנהגה. אין פריערדיקע דורות האָט מען זיך ניט געקאָכט באופן כזה אין אהבת ישראל. און וויבאַלד אַז ביז די לעצטע יאָרן, ווען דער רבי דער שווער איז געקומען קיין אַמעריקע, איז ניט געווען די הנהגה — ווי קומט עס אַז מ'זאָל אָנהייבן איינפירן „נייע" עבודות?

אויף דעם ענטפערט מען „דבר אחד לדור ולא שני דברים לדור": עס קען טאַקע זיין אַז אין פריערדיקע דורות האָט מען ניט געדאַרפט אָנקומען צו אַזאַ עבודה, אָבער אין אונזער דור

ובדוגמא פון דעם מאמר (והוראת) חז"לסד אַז ווען מען איז געקומען לבבל (ועד"ז — לבבל בזמן) און „בקעה מצא — וגדר בה גדר"

און דער רבי דער נשיא זאָגט אַז אין היינטיקע צייטן איז אַ הכרח צו עוסק זיין אין הפצת המעינות חוצה. און נאָכמער באגרת הקודש המפורסמת פון בעש"ט — אַז אין דעם איז תלוי ביאת המשיח —

דאַרף מען זיך פירן לויטן דרך פון דעם „דבר" ומנהיג פון דעם דור,

אַז יעדערער וואָס איז אין דעם דור דאַרף טאָן אין דער עבודה, און דורכדעם איז קא אתי מר דאָ מלכא משיחא בקרוב ממש.

(משיחות ש"פ נצו"י תש"ל,

ש"פּ האזינו תשל"א)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-r73jr5xm

עותקים

פעילות אחרונה

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · אושרה
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · נסגרה

מקורות