לקוטי שיחות
נצבים א
258נצבים
א. אויף „אתם נצבים (היום)"א שטעלט זיך רש"י און איז מפרש: „מלמד שכינסם משה לפני הקב"ה ביום מותו להכניסם בברית".
איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס איז דאָ רש"י מחדש „מלמד שכינסם כו' להכניסם בברית", עס שטייט דאָך מפורש „אתם נצבים היום גו' לעברך בברית ה' אלקיך"?
מפרשיםב לערנען, אַז דער חידוש פון רש"י „מלמד כו'" איז ניט אין דעם „להכניסם בברית" וואָס שטייט מפורש אין פּסוק, נאָר אין דעם „כינסם משה כו'"ג: אין פּסוק שטייט נאָר „אתם נצבים", קען דאָך זיין אַז משה האָט זיי ניט צונויפגעקליבן, נאָר זיי זיינען געבליבן עומדים על מקומם (ווי זיי זיינען געווען חונים סביב הארון), זאָגט רש"י „מלמד שכינסם משה לפני הקב"ה כו' להכניסם בברית", און זיין ראי' אַז „כינסם" איז פון „להכניסם בברית" — כניסה לברית איז דורך העברהד, וואָס דערצו מוז זיין פריער כינוס.
עס איז אָבער שווער אַזוי צו איינלערנען אין פרש"י, ווייל לפי"ז: א) האָט רש"י געדאַרפט מעתיק זיין אין דעם דיבור המתחיל אויך די (ווייטערדיקע) ווערטער „לעברך בברית", וואָס פון דעם איז זיין הכרח. ב) ער האָט געדאַרפט זאָגן ניט „להכניסם" נאָר (ע"ד לשון הכתוב) „להעבירם בברית", וואָס דערפון איז די ראי' אַז „כינסם". ג) פון לשון רש"י „מלמד שכינסם משה כו' להכניסם בברית" איז משמע אַז דער חידוש פון רש"י באַשטייט אין „להכניסם בברית" (ניט אין דעם עצם ענין וואָס „כינסם", און „להכניסם בברית" זאָל זיין בלויז די ראי' אויף דעם).
ב. לאחרי ווי רש"י איז מפרש די פּסוקים ביז נאָך „למען הקים אותך היום לו לעם והוא יהי' לך לאלקים" איז ער מפרש אין אונזער פּסוק נאָך צוויי פּירושים: „ומ"אה למה נסמכה פּרשת אתם נצבים לקללות לפי ששמעו ישראל מאה קללות כו' התחיל משה לפייסם אתם נצבים היום כו' והרי אתם קיימין לפניו"; און דערנאָך איז ער מפרש דעם וואָרט „היום" (לפּירוש זה) „כיום הזה שהוא קיים כו'", און איז ממשיך „ד"או אתם נצבים לפי שהיו ישראל יוצאין מפרנס לפרנס ממשה ליהושע לפיכך עשה אותם מצבה כדי לזרזם כו'".
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) וואָס איז שווער אין דעם ערשטן פּירוש וואָס צוליב דעם דאַרף רש"י259אָנקומען צו אַ צווייטן פּירוש, און דערצו נאָך — פון „מדרש אגדה" (ובפרט אַז רש"י אַליין איז מדגיש וועגן ערשטן פּירוש „ע"כ פּירשתי לפי פּשוטו של פּרשה" און וועגן צווייטן פּירוש איז די הדגשה „ומ"א"); און אויך דער צווייטער פּירוש איז ניט מספּיק און ער דאַרף אָנקומען צו אַ דריטן פּירוש „ד"א אתם כו'".
לאידך — ווי גערעדט פיל מאָל — איז דער ערשטער פּירוש (ברש"י בכל מקום) דער עיקר, און דער צווייטער פּירוש איז נעענטער צו פּשוטו של מקרא ווי דער דריטער פירוש — עפ"ז דאַרף מען פאַרשטיין: מיָט וואָס איז דער דריטער פּירוש ווייטער פון פּשש"מ ווי דער צווייטער פּירוש?
ב) פון דעם וואָס רש"י ברענגט דעם פּירוש פון „מ"א" און אויך דעם דריטן פּירוש „ד"א" ערשט ביים פּסוק „למען הקים אותך גו'", און ניט גלייך בהתחלת הפּרשה ביים ערשטן פּסוק „אתם נצבים היום", איז מוכח, אַז די צוויי אַנדערע פּירושים שברש"י זיינען בשייכות ניט נאָר צו די ווערטער „אתם נצבים היום", נאָר אויך צו די אַלע פּסוקים ביז דעם פּסוק „למען הקים גו'", און ווי לשון רש"י אין דעם פּסוק „ע"כ פּירשתי לפי פּשוטו של פּרשה ומ"א כו'", ד. ה. אַז דער „מ"א" איז אַן אַנדער פּירוש אויך אין די אַנדערע פּסוקים ביז אַהער, ואעפּ"כ טייטשט רש"י ניט אויס בפּרטיות דעם פּירוש אין די אַלע פּסוקים לויט דעם „מ"א" און „ד"א"ז. איז ניט מובן: וויבאַלד אַז דער פּירוש פון די אַלע פּסוקים בייט זיך, פאַרוואָס איז רש"י מפרש (לויטן „מ"א") נאָר דעם וואָרט „היום, כיום הזה שהוא קיים כו'"ח?
ג. דער ביאור בזה: פון דעם וואָס רש"י זאָגט דעם לשון „מלמד שכינסם משה כו' להכניסם בברית", און זאָגט ניט כלשון הכתוב „להעבירם בברית", איז מובן אַז ער קומט ניט מפרש זיין דברי משה „אתם נצבים היום כולכם גו' לעברך בברית" (ווייל דאָס איז מפורש אין פּסוק), נאָר רש"י איז מחדש אַ באַזונדער ענין וואָס מ'לערנט אָפּ פון די ווערטער „אתם נצבים היום".
בפּשטות קומט די פּרשה „אתם נצבים היום כולכם" בהמשך צום סוף פון דער פריערדיקער פּרשה „ויקרא משה אל כל ישראל ויאמר אליהם אתם ראיתם גו'" [וואָרום אויב ס'וואָלט געווען אַ באַזונדער קריאה און אַ באַזונדער כינוס האָט דעמאָלט בריש פּרשתנו נאָכאַמאָל געדאַרפט שטיין „ויקרא משה אל כל ישראל"ט, וכיו"ב].
בפּשטות דאַרף מען לערנען, אַז דער „ויקרא משה אל כל ישראל", דער כינוס פון אַלע אידן אין ס"פּ תבוא, איז געווען מיטן צוועק צו זאָגן זיי דאָס וואָס שטייט גלייך נאָכדעם אין פּרשה — „ויאמר אליהם אתם ראיתם גו' המסות הגדולות גו' ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם גו'". דאָס איז געווען די מטרה פון כינוס, און נאָר ווי אַ המשך דערצו קומט „אתם נצבים היום גו'".
260און אין דעם איז רש"י מחדש „מלמד": פון די ווערטער „אתם נצבים היום" לערנט מען אָפּ „שכינסם משה לפני הקב"ה כו' להכניסם בברית", מטרת הכינוס איז ניט געווען צוליב איבערגעבן זיי זיינע רייד (אין ס"פּ תבא), נאָר „כינסם משה לפני הקב"ה כו' — להכניסם בברית"י.
דער הכרח אויף דעם איז:
א) די ווערטער „אתם נצבים" — וואָס זיינען לכאורה שלא במקומן, וויבאַלד עס שטייט שוין פריער „ויקרא משה אל כל ישראל", זיינען דאָך אַלע אידן געווען באותו מעמד האָט משה געדאַרפט דערמיט אָנהייבןיא. אויב מאיזה טעם (כדי מדגיש זיין „לפני ה"א" וכיו"ב) וויל ער דאָס זאָגן דוקא האָט אָבער געדאַרפט שטייען „ואתם נצבים" — מיט אַ ווא"ו המוסיף אויף „אתם ראיתם גו' ותבואו גו'" — מוז מען זאָגן אַז דער לשון איז עפּעס „מלמד".
ב) דער המשך „אתם נצבים היום כולכם לפני ה"א" — לכאורה זיינען זיי געווען „נצבים לפני משה" אויף צו הערן וואָס ער גיט זיי איבעריב.
ג) „היום" — וואָס מיינט „ביום מותו" [וואָרום אין סוף פּ' תבאיג זאָגט ער „ולא נתן ה' לכם לב לדעת . . עד היום הזה", און רש"י איז דאָרט מפרש אַז דאָס איז ווען נתן משה ספר התורה לבני לוי, ווי דערציילט אין פ' וילך וואָס דאָס איז געווען ביום מותו, און פּ' וילך קומט בהמשך בזמן אחד צו פּ' נצביםיד] — אויב מ'זאָל לערנען אַז דער כינוס איז געווען בכדי צו זאָגן זיי „אתם ראיתם את כל אשר עשה גו' המסות הגדולות גו' ושמרתם גו'" — חיזוק אין שמירת התורה והמצות — איז פאַרוואָס האָט ער געוואַרט ביז יום מותו, און ער האָט עס ניט געזאָגט פריער (משנה תורה האָט דאָך משה רבינו אָנגעהויבן זאָגן „בעשתי עשר חודש באחד לחודש"טו)?
דאָס אַלץ איז מכריח אַז מטרת הכינוס (דס"פּ תבוא) „ויקרא משה אל כל ישראל" איז געווען להכניסם בברית (שבפּרשתנו), וואָס דער ברית איז געווען נוגע (בעיקר) לאחר שעברו את הירדן (ווי רש"י זאָגט ווייטער בפּרשתנוטז), האָט ער דאָס דעריבער אָפּגעלייגט ביז „יום מותו", וואָס נעענטער צום זמן שעברו ישראל את הירדן.
ד. ע"פּ הנ"ל, אַז „אתם נצבים היום גו'" קומט בהמשך צו דער פריערדיקער קריאה פון משה'ן „אל כל ישראל", ולאידך איז מטרת הכינוס געווען „לפני הקב"ה כו' להכניסם בברית", און די רייד אין ס"פּ תבא זיינען ע"ד ווי אַ מאמר המוסגר, בלויז אַ הקדמה והכנה דערצו — זיינען מובן נאָך צוויי פּרטים אין פּשש"מ אויף וועלכע רש"י שטעלט זיך ניט:
א) די תורה דערמאָנט דאָ „טפּכם". ולכאורה, אין דער תורה געפינט מען ניט אַז משה רבינו זאָל רופען אויך „טף"261ביים צוזאַמענקלייבן אַלע אידן (פאַר וועלכן צוועק ס'זאָל נאָר זיין). נאָכמער: ווייטער אין פּ' וילךיז, וואו עס שטייט „הקהל את העם האנשים והנשים והטף", שטעלט זיך רש"י אויף דעם און באַוואָרנט „למה באו לתת שכר למביאיהם" (און ס'איז מובן אַז (לויט רש"י) איז בפרשתנו ניט דאָס דער טעם, וואָרום דאַמאָלס וואָלט עס רש"י מפרש געווען באַם ערשטן מאָל — דאַ, און ניט פאַרלאַזן זיך דאָ אויף דעם וואָס ער וועט מפרש זיין אין אַ שפּעטערדיקער סדרה)יח.
און כאָטש בהענין דפּרשתנו האָבן די טף געדאַרפט זיין בכדי אַריינגענומען צו ווערן אין דעם כריתת ברית, וואָס דאָס איז געווען פאַר אַלעמען, היות אָבער אַז „אתם נצבים" איז דאָס דער כינוס פון ס"פּ תבא, קומט דאָך אויס אַז די טף זיינען געווען מתחילת הכינוס ווען משה האָט געזאָגט „אתם ראיתם גו' המסות הגדולות גו' ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם" — וואָס צו דעם זיינען זיי דאָך ניט געווען שייך, זיי זיינען דאָך ניט מחוייב במצותיט?
אָבער ע"פּ הנ"ל אין פּרש"י, אַז „ויקרא משה" איז געווען „לפני הקב"ה . . להכניסם בברית", איז מובן וואָס גלייך בהתחלת הקריאה האָט מען געבראַכט טף, וואָרום מטרת הכינוס איז געווען להכניסם בברית און די רייד „אתם ראיתם גו'" זיינען בלויז אַ הקדמה דערצו.
ב) איידער מ'לייגט אַרויף אויף עמעצן אַ געוויסע התחייבות, און באַזונדערס — אַ שבועה וכיו"ב, מוזן קומען הסברה והקדמות. מ'קומט ניט צו איינעם גלייך מיט דער התחייבות, שבועה וכו'.
ובנדו"ד איז דאָך „אתם נצבים" געווען „לעברך בברית ה"א ובאלתו גו'", אַ ברית און אַ שבועה אויף יעדער אידן — פון פערשידענסטע סוגים פון כלל ישראל — איז ווי קומט עס אַז משה האָט זיי פריער ניט געזאָגט עפּעס אַ הקדמה צו אַזאַ דבר גדול וחמור? [וואָס די שאלה איז בתוקף סיי אויב „ויקרא משה אל כל ישראל" איז געווען צוליב זאָגן זיי „אתם ראיתם גו'" ובמילא איז געווען דער „לעברך בברית ה' אלקיך ובאלתו", ופּשיטא — אויב מ'זאָל לערנעןכ אַז „אתם נצבים" שבפּרשתנו איז געווען אַ כינוס בפ"ע].
ע"פּ פּרש"י אָבער, אַז „כינסם משה לפני הקב"ה כו' להכניסם בברית" דאָס איז געווען די מטרה, איז דער ענין מובן, וואָרום „אתם ראיתם גו' המסות הגדולות גו'" איז טאַקע געווען די262הסברה און דער אַריינפיר צו (דער מטרה) „לעברך בברית ה"א ובאלתו".
ה. לויט דעם פּירוש איז אָבער ניט ערקלערט דער לשון שאינו רגיל כ"כ „נצבים". לפי הנ"ל אַז דער לשון לאָזט אונז הערן אַז „כינסם משה לפני הקב"ה כו' להכניסם בברית", פאַרוואָס שטייט „נצבים" — אַ לשון בלתי רגיל — און ניט דער לשון „עומדים", וואָס איז רגיל אין תורה, און ווי ער זאָגט אויך בעניננו (ווייטער אין פּרשהכא) „עמנו עומד היום"?
נאָכמער: ניט נאָר איז דאָס ניט קיין לשון הרגיל, נאָר עס פּאַסט לכאורה ניט דאָ אין פּסוק מצד דעם תוכן „נצבים" איז ע"ד ווי רש"יכב טייטשט „בקומה זקופה", משא"כ דער לשון עומדיםכג. און וויבאַלד אַז „כינסם לפני הקב"ה כו' להכניסם בברית", איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז זיי זיינען געשטאַנען מיט הכנעה וביטול, איז ווי זאָגט ער „נצבים" וואָס ווייזט אויף שטאַרקייט און גרויסקייטכד.
דעריבער ברענגט רש"י אַ צווייטן פּירוש „ומדרש אגדה", אַז דאָס קומט בהמשך צו די קללות און „התחיל משה לפייסם אתם נצבים היום (אויף אַזוי פיל אַז חאָטש) הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כליי' והרי אתם קיימין לפניו" — די הדגשה במיוחד איז אין דעם וואָרט „נצבים", וואָס ווייזט אויף אַן עמידה חזקה כו'.
און לויט דעם פּירוש בייט זיך (ניט בלויז דער מכוון און טייטש פון וואָרט „נצבים", נאָר) אויך דער טייטש פון „היום":
וויבאַלד אַז דאָס זיינען דברי פּיוס אויף די קללות, דאַרף מען זאָגן בפּשטות אַז דאָס איז געווען בסמיכות בזמן צו דער תוכחה, ובמילא איז ניט מסתבר אַז דאָס איז געווען ביום מותוכה, וואָרום: א) די כוונה פון דער תוכחה איז263דאָך געווען לזרזם אויף קיום התורה ומצות, האָט ער זיכער ניט געוואַרט דערמיט ביז יום מותו, ב) ס'איז ניט מסתבר אַז ביום מותו זאָל זיי משה זאָגן קללותכו (אדרבה, ביום מותו, סמוך למיתתו, ברך אותםכז).
דעריבער מוז רש"י אויך לערנען אַז דער וואָרט „היום" האָט אַן אַנדער טייטש, וואָס קומט בהמשך צו דעם פּירוש פון „אתם נצבים". וויבאַלד אַז „אתם נצבים" מיינט „הרי אתם קיימין לפניו כו' והקללות והיסורין מקיימין אתכם ומציבין אתכם לפניו" איז אויך דער טייטש פון „היום" — „כיום הזה שהוא קיים כו'". און וויבאַלד אַז די דברי פּיוס מוזן זיין בסמיכות צו דער תוכחה, איז רש"י מוסיף, אַז די פּסוקים היותר סמוכים צו דעם, די „פּרשה שלמעלה מזו פּיוסין הם אתם ראיתם וגו'".
ו. אָבער אויך דער פּירוש איז שווער, ווייל: א) לפי"ז האָט געדאַרפט שטיין פריער „אתם נצבים" און דערנאָך די פּרשה „אתם ראיתם גו'", וואָס איז דער אויסטייטש פון דעם עיקר הפּיוס „לא עשה אתכם כליי' והרי אתם קיימין לפניו כו' והקללות והיסורין מקיימין אתכם ומציבין אתכם כו'".
ב) אויב די פּרשה איז דברי פּיוס פון משה'ן — ווי קומען דאָרט „טפּכם", וואָס זיי פאַרשטייען ניט די תוכחה, ובמילא דאַרפן זיי ניט די דברי פּיוס.
דעריבער ברענגט רש"י אַ דריטן פּירוש „לפי שהיו ישראל יוצאין מפּרנס לפּרנס ממשה ליהושע לפיכך עשה אותם מצבה כדי לזרזם כו'", וואָס עפּ"ז איז פאַרשטאַנדיק דער לשון „נצבים" (ניט — „עומדים"), וואָרום דער לשון ווייזט אויך אויף זירוז.
און לפירוש זה, איז: א) דער טייטש „היום" — „ביום מותו" (ווי לויטן ערשטן פירוש) — כמובן בפשטות, וויבאַלד דאָס איז דאָך פאַרבונדן מיט דער יציאה מפרנס לפרנס. ב) מובן וואָס פריער האָט משה געזאָגט „אתם ראיתם גו'" און ערשט דערנאָך „אתם נצבים היום", וואָרום דאָס האָט געדאַרפט זיין וואָס מער סמוך למיתתו ווען יוצאין מפרנס לפרנס. ג) מובן דער ברענגען די טף, וואָרום אויך זיי גייען איבער מפרנס לפרנס.
ז. די שוועריקייט אין דעם פירוש אָבער איז: וויבאַלד אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דער יציאה מפרנס לפרנס, האָט דאָס משה געדאַרפט זאָגן גאָר צו לעצט, נאָך פרשת וילך, סמוך למיתתו ממש — פאַרוואָס שטייט עס פריער?
[בשלמא לויטן ערשטן פּירוש אַז „כינסם כו' ביום מותו להכניסם בברית", וויבאַלד דאָס איז געווען נוגע לאחר שעברו את הירדן, איז ניט מוכרח אַז עס זאָל זיין סמוך למיתתו ממש (היות דאָס קען סיי ווי סיי ניט זיין סמוך לענינו), אָבער לויטן דריטן פּירוש, אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דער יציאה מפּרנס לפּרנס, האָט עס געדאַרפט זיין סמוך להיציאה ממש].
ואעפּ"י אַז דער צווייטער פּירוש איז „מדרש אגדה", איז ער נעענטער צו פּשוטו ש"מ ווי דער דריטער פּירוש, וואָרום לויטן דריטן פּירוש איז „אתם264נצבים" אַן ענין בפ"ע וואָס האָט ניט קיין שייכות צו „ויקרא משה אל כל ישראל" פון ס"פּ תבאכח. משא"כ לויטן צווייטן פּירוש, איז ניט נאָר „אתם נצבים" בהמשך צו די רייד פון משה „אתם ראיתם גו'" פון ס"פּ תבא, נאָר דאָס איז אויך געווען די מטרה און תכלית הכינוס „לפייסן", וואָס דער עיקר הפּיוס איז אין „אתם נצבים" כנ"ל, און אין דעם איז דאָס נעענטער און בדומה צום ערשטן פּירוש אַז די מטרה פון „כינסם משה" איז מבואר בפּרשתנו „להכניסם בברית".
ח. פון יינה של תורה אין דעם פּרש"י: פּרשת נצבים לייענט מען אַלעמאָל קודם ר"הכט, און דאָס איז מרומז אין דעם וואָרט „היום" וואָס גייט אויף ר"הל.
און אין דעם איז רש"י מפרש „מלמד שכינסם משה לפני הקב"ה ביום מותו להכניסם בברית": כאָטש אַז פריער אין סוף פּ' תבוא שטייט שוין וואָס משה האָט געזאָגט די אידן „אתם ראיתם גו' המסות הגדולות גו' ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם" — קיום התורה ומצוות, איז אָבער די מטרת הכינוס „ביום מותו" — אַ יום הדין — „להכניסם בברית", וואָס אַ כריתת ברית איז העכער פון הבנה והשגהלא, בר"ה טוט זיך אויף די התקשרות עצמית פון אידן מיטן אויבערשטן, וואָס די התקשרות איז „כינסם לפני הקב"ה", אַ יחוד והתכללות מיטן אויבערשטן אַליין, העכער אפילו פון תומ"צלב.
אעפּ"כ, כהקדמה לזה איז געווען דער דיבור וואָס זאָל ברענגען צו „ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם", וואָרום אָט די התקשרות עצמית וואָס ישראל וקב"ה כולא חד, קומט (בגילוי) ע"* י התורה, וואָרום תורה איז דער ממוצע המחבר אידן מיטן אויבערשטןלג.
און ווי דער לשון (וואָס ברענגט זיך כמה פּעמים) הזהרלד „תלת קשרין מתקשראן דא בדא ישראל מתקשראן באורייתא ואורייתא בקוב"ה", וואָס לכאורה באַ דריי זאַכן המתקשרים זה בזה זיינען פאַראַן בלויז צוויי קשרים. נאָר — לאחרי ווי אידן ווערן פאַרבונדן מיטן אויבערשטן ע"י התורה, ווערן אידן פאַרבונדן מיטן אויבערשטן אויך מצ"ע, אַ התקשרות וואָס איז העכער ווי די התקשרות ע"י התורהלה, ובמילא ווערט דאָס דריי קשרים (ישראל אורייתא קוב"ה ישראל — כדוגמת העיגול).
ובמילא מוז זיין די הקדמה פון „ושמרתם גו'", אָבער מטרת ותכלית הכינוס ביום ר"ה איז די התקשרות עצמית פון אידן מיט דעם אויבערשטן.
265דאָס איז אָבער ניט גענוג: דער ברית, דער עצמיות'דיקער פאַרבונד דאַרף קומען בגילוי, און ברוחניות און (אויך) בגשמיות, האָבן השפּעת טוב גשמי פון דעם אויבערשטן בטוב הנראה והנגלה.
[פּונקט ווי דער אויבערשטער וויל פון אידן, עס זאָל זיין קיום התורה (לקח טוב) והמצות במעשה בפּועל, המעשה הוא העיקר; אַזוי בעטן און באַקומען אידן פון דעם אויבערשטן די אַלע השפּעות און זיי קומען אַראָפּ בגשמיות בטוב הנראה והנגלה — במעשה בפּועל],
אויף דעם קומט דער צווייטער פּירוש, אַז „התחיל משה לפייסם", משה, דער ממוצע המחבר פון אויבערשטן מיט אידן, פּועל'טלו אַז „קיימין לפניו" ובאופן פון „נצבים" — „בקומה זקופה" בגשמיותלז. נאָך מער: „והקללות והיסורין מקיימין אתכם ומציבין אתכם לפניו" — די ניט געוואונשענע זאַכן פון דעם עבר ווערן נהפך צו ברכות בגילוי בטוב הנראה והנגלה.