English
ספרייה

לקוטי שיחות

עקב ד

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

115עקב —

א. אין פּסוקא „ונתתי מטר ארצכם בעתו גו'" — שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ונתתי מטר ארצכם", און איז מפרשב: עשיתם מה שעליכם אף אני אעשה מה שעלי.

איז ניט מובןג: וואָס איז דאָ שווער אין פּשט הכתוב וואָס ווערט פאַרענטפערט מיטן פּירוש „עשיתם מה שעליכם כו'"; בפרט אַז לכאורה איז רש"י דערמיט גאָרניט מחדש אויפן איינפאַכן אָפּטייטש פון פּסוק?

דער רא"ם פאַרענטפערט, אַז רש"י איז אויסן צו באַוואָרענען דאָס וואָס אין דער פּרשה ווערן אויסגערעכנט אַ סך פּרטים אין דער ברכה פון „ונתתי מטר ארצכם" — „יורה ומלקוש ואספת דגנך גו' ונתתי עשב גו' ואכלת ושבעת" [ניט ווי אין פּ' בחקותיד, וואו עס שטייט בלויז „ונתתי גשמיכם בעתם"]; אויף דעם זאָגט רש"י, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס „עשיתם מה שעליכם": איר האָט געטאָן דאָס וואָס ס'ליגט אויף אייך — ד.ה. אַלץ וואָס איר דאַרפט טאָן — דעריבער „אף אני אעשה מה שעלי", וועל איך טאָן אַלץ וואָס ליגט אויף מיר, „עד שלא ישאר שום טובה שלא אעשה אותה לכם".

ס'איז אָבער שווער אַזוי צו איינלערנען אין פּירוש רש"י — ווייל:

א) רש"י שטעלט זיך אויף די ווערטער „ונתתי מטר ארצכם" (און איז אפילו ניט מוסיף „וגו'"), ד.ה. אַז דער הכרח צו זיין פּירוש איז פון די ווערטער — און לויטן פּירוש פון רא"ם איז דער הכרח נאָר פון די ווייטערדיקע ווערטער (אין פּסוק); ואדרבה: אין די ווערטער — „ונתתי מטר ארצכם" — גלייכן זיך אויס די פּסוקים פון פּ' בחקותי און פון אונזער פּרשה.

ב) לויט פּרש"י זיינען די ברכות אין פּ' בחקותי גרעסער ווי די פון אונזער פּרשהה, ווי רש"י טייטשט דאָרטד: „ועץ השדה, הן אילני סרק ועתידין לעשות פירות"ו — ד.ה. אַ ברכה אויך אין אַן אופן פון למעלה מדרך הטבע, וואָס דאָס איז אינגאַנצן אַ העכערער סוג ברכה ווי די פון אונזער פּרשה.

ב. פאַרגלייכנדיק דעם המשך פון די צוויי פּסוקים זעט מען כו"כ שינוים בפרש"י: דאָ שטעלט זיך רש"י אויפן וואָרט „בעתו", און איז מפרש: בלילותז שלא יטריחו אתכם. ד"א בעתו בלילי שבתותח שהכל מצויין בבתיהם,

אויפן „בעתם" אין פּ' בחקותי („ונתתי גשמיכם בעתם") טייטשט רש"יט: בשעה116שאין דרך בני אדם לצאת כגון בלילי שבתותי.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) פאַרוואָס אין פּ' בחקותי באַגנוגנט זיך רש"י מיטן פּירוש „כגון בלילי שבתות" און אין אונזער פּרשה זאָגט ער דערויף (אויסער דעם פּירוש פון „בלילי שבתות") נאָך אַ פּירושיא?

ב) נאָכמער: דעם פּירוש „בלילי שבתות" דאָ זאָגט רש"י אַלס צווייטער פּירוש, ד.ה. ניט ווי אַ פּירוש העיקרי אין פּשוטו של מקרא — און דער פּירוש ראשון ועיקרי איז, אַז „בעתו" מיינט סתם בלילות — בהיפך ווי אין פּ' בחקותי, וואו דער פּירוש פון „בעתם" איז דוקא און נאָר — „בלילי שבתות".

ג) אין פּ' בחקותי זאָגט רש"י פריער דעם תוכן — „בשעה שאין דרך בני אדם לצאת", און דערנאָך דעם גענויעם זמן — „כגון בלילי שבתות"; דאַקעגן אין אונזער פּרשה זאָגט רש"י אין אַ פאַרקערטן סדר: פריער „בלילי שבתות", און דערנאָך „שהכל מצויין בבתיהם"יב.

ד) אין פּ' בחקותי זאָגט רש"י דעם צד השלילה — „(בשעה) שאין דרך בנ"א לצאת", און דאָ — דעם צד החיוב: שהכל מצויין בבתיהם.

ה) אין פּ' בחקותי — „בני אדם", און דאָ — „שהכל".

ו) איידער רש"י זאָגט דאָ דעם צווייטן פּירוש „בלילי שבתות", איז ער נאָכאַמאָל מעתיק פון פּסוק דעם וואָרט „בעתו" („ד"א בעתו בלילי שבתות כו'").

ג. דער ביאור בכל זה:

די נקודת החילוק צווישן דער ברכה אין פּ' בחקותי און אין אונזער פּרשה: דאָרטן שטייט „ונתתי גשמיכם בעתם" — די גשמים פון אידן; דאָ שטייט „ונתתי מטר ארצכם" — דער מטר פון אייער ארץ; ד.ה. אין פּ' בחקותי בענטשט מען די אידן מיט גשמים, און דאָ בענטשט מען דעם ארץ (און ערשט דורכדעם — קומט עס אָן צו די בעה"ב פון דעם ארץ, אידן).

דאָס איז אויך דער טעם החילוק צווישן דעם סוג הברכות אין פּ' בחקותי (העכער פון טבע) און אין אונזער פּרשה (עפּ"י טבע): אין פּ' בחקותי, וויבאַלד די ברכה איז צו אידן, איז זי ניט באַגרענעצט אין גדרי הטבע. ער ווערט געבענטשט לויט זיינע באַדערפענישן, אויך ווען דאָס איז ניט „אויסגעהאַלטן" לויט די דרכי הטבע;

דאַקעגן אין אונזער פּרשה, וואו די ברכה איז צום ארץ, איז זי דעריבער לויט'ן ארץ, וואָס ענינה איז דאָך טבע וע"ד מש"ניג: עוד כל ימי הארץ זרע גו' לא ישבותו — אָבער ניט אין אַן אופן פון למעלה מהטבעיד.

117ד. און די סיבה צום חילוק צווישן די ברכות פון פּ' בחקותי און אונזער פּרשה — באַוואָרנט רש"י אין זיין פּירוש אויף „ונתתי מטר ארצכם"טו — „עשיתם מה שעליכם אף אני אעשה מה שעלי":

דאָס וואָס דאָ איז די ברכה בשייכות צו ארץ (וענינה — טבע), איז ווייל דאָ האָבן אידן געטאָן נאָר „מה שעליכם" — דאָס וואָס איז אַרויפגעלייגט געוואָרן אויף אייך, דאָס וואָס מ'איז מחוייב צו טאָן, אָבער ניט מער פון דעם; און דעריבער איז „אף אני" דער אויבערשטער — אעשה (מדה כנגד מדה) נאָר „מה שעלי": טאַקע אַ ברכה, אָבער נאָר ווי ס'איז אויסגעהאַלטן אין דרכי הטבע, ניט מער פון דעםטז.

משא"כ אין פּ' בחקותי ווערן די ברכות צוגעזאָגט אַלס שכר אויף דעם וואָס אידן וועלן זיך פירן אין אַן אופן פון „בחקותי תלכו גו'", וואָס מיינט (ווי רש"י טייטשט עס אָפּ) „שתהיו עמלים בתורה": ניט סתם לערנען וויפל מ'איז מחוייב, נאָר „עמלים בתורה" מער ווי ס'איז די מצוה פון ת"תיז — דעריבער איז אויך די ברכה פון אויבערשטן (ניט נאָר „מה שעלי", נאָר) העכער פון טבע.

ה. לכאורה קען מען דערויף פרעגן: אויפן פּסוק (אין פּ' תבאיח) „השקיפה ממעון קדשך" טייטשט רש"י: „עשינו מה שגזרת עלינו עשה אתה מה שעליך לעשות שאמרת אם בחקותי תלכו ונתתי גשמיכם בעתם" —

ד. ה. אַז „ונתתי גשמיכם בעתם"יט — העכער פאַר טבע — איז דער שכר אויף „עשינו מה שגזרת עלינו" (וואָס איז, לכאורה, דער זעלבער ענין ווי „עשיתם מה שעליכם", וואָס רש"י זאָגט דאָ בפּ' עקב)?

באַוואָרנט עס רש"י אין דעם פּירוש גופא דורך דעם שינוי־הוספה בלשונו: ער זאָגט ניט „עשינו מה שעלינו" (ווי ער זאָגט בפּ' עקב), נאָר „עשינו מה שגזרת עלינו"; ד.ה. דער שכר איז ניט אויפן קיום המצות — עשינו — באופן ווי מ'איז מקיים מצות פון דעם סוג פון משפּטים און עדות וואָס דער מענטשלעכער שכל פאַרשטייט זיי און איז מסכים צו זייכ, נאָר אויפן קיום באופן ווי מען איז מקיים חוקים און גזירות, וואָס מ'איז מקיים דורך מבטל זיין דעם אייגענעם שכל — בלשון רש"יכא (אַז מ'טוט זיי נאָר דערפאַר וואָס) „גזירה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחרי'".

118און וויבאַלד אַז דער קיום פון די מצות איז דורך די כוחות וואָס זיינען העכער פון שכל (און טבע) האדםכב, דעריבער איז אויך דער שכר אויף די מצוות אין אַן אופן פון „ונתתי גשמיכם (אייערע, ווי איר פירט זיך אויף) בעתם" — אַ ברכה וואָס איז העכער פון טבע, כנ"ל.

ו. דער חילוק כללי הנ"ל צווישן פּ' בחקותי און אונזער פּרשה, איז אויך דער טעם אויפן אונטערשייד אינעם טייטש „בעתם" („בעתו") אין די צוויי ערטער:

אין פּ' בחקותי, וואו די ברכת הגשמים איז (בעיקר) צו די אידן („גשמיכם"), קומען די גשמים לויטן רצון פון אידן — און די בעסטע צייט אויף רעגן פאַר אַ אידן איז ווען ער גייט ניט (בכלל) אין גאַס; דעריבער טייטשט רש"י „בעתם, בשעה שאין דרך בני אדם לצאת כגון בלילי שבתות", הגם אַז ס'זאָל זיין גענוג אַזאַ זמן מועט פון גשמים (נאָר אין די „לילי שבתות") איז למעלה מדרך הטבע.

אָבער אין אונזער פּרשה, וואו די ברכה איז (בעיקר) צום ארץ („ארצכם"), לויט די גדרים פון ארץ (טבע) כנ"ל, איז דער „בעתו" (אַז דער זמן הגשמים איז צוגעפּאַסטכג) אויך אין אַן אופן טבעי — „בלילות" סתם, אין אַ סך לילות במשך פון וואָך — ניט בלויז „בלילי שבתות", וואָס אַז דאָס זאָל זיין גענוג איז אַן ענין נסי.

ז. דער חילוק הנ"ל איז אויך פאַרבונדן מיטן טייטש פון וואָרט „(מטר ארצכם) בעתו" און „(גשמיכם) בעתם", וואָס מיינט, אַז דאָס איז די צייט וואָס איז צוגעטיילט אויסשליסלעך פאַרן רעגן — ס'איז דער זמן ווען נאָר דער רעגן אַליין „גייט", און ניט עמעצער אַנדערשכד — אָבער אין דעם קען זיין צוויי אופנים:

א) ווען די ברכה איז צו אידן איז אויך דער „בעתם" פון רעגן אָפּהענגיק פון אידן בכלל, בכל עניניהם: ווען איז דער „בעתם" פון רעגן, וואָס נאָר ער איז בחוץ — „בשעה שאין דרך בני אדם לצאת (בכלל) כגון בלילי שבתות".

[און דערפאַר זאָגט ניט רש"י „(פריער) בלילי שבתות (און דערנאָך) בשעה שאין דרך בנ"א לצאת" (ע"ד ווי ער זאָגט בפּ' עקב) — ווייל דער טייטש פון „בעתם" איז „בשעה שאין דרך בנ"א לצאת", ובמילא איז דאַן דער „בעתם" פון רעגן; און ערשט דערנאָך זאָגט רש"י אַ דוגמא אויף אַזאַ זמן — „כגון בלילי שבתות"].

ב) ווען די ברכה איז צום ארץ, „מטר ארצכם בעתו" (בפּרשתנו), דעמאָלט איז אויך די שייכות צו אידן — ווי אידן זיינען פאַרבונדן מיט (בעאַרבעטן דעם) ארץ, בעתו — ווען קיינער טוט ניט קיין אַרבעט אין פעלד; און דעריבער טייטשט רש"י, אַז „בעתו" פון דעם „מטר ארצכם" איז „בלילות", ווען מ'אַרבעט ניט אין פעלד.

אין וואָס באַשטייט די ברכה פאַר „ארצכם" ווען דער מטר גייט נאָר „בלילות" — זאָגט רש"י, אַז עס איז טאַקע ניט אַ ברכה פאַר דעם ארץ, נאָר „שלא יטריחו אתכם": ס'איז גוט פאַר די אידן וואָס אַרבעטן אין די פעלדער119(וואָס דאָס איז ווען ס'איז ליכטיג, בייטאָג — וכמש"נכה ויבוא יעקב מן השדה בערב), וועלכע וועלן ניט האָבן די טירחא צו אַרבעטן אינעם רעגן.

ח. רש"י קען זיך אָבער ניט באַגנוגענען מיטן פּירוש „בלילות" — ווייל:

א) פאַרוואָס זאָגט דער פּסוק „בעתו" און מיינט „בלילות" — עס האָט געקענט שטיין קלאָר „בלילות"*25 (ניט מער ווי איין וואָרט, פּונקט ווי „בעתו")?

ב) דער וואָרט „בעתו" איז ניט גלאַטיק, ווייל די משמעות פון „בעתו", זיין (דעם רעגנס) אויסשליסלעכע צייט בכלל — ניט נאָר בנוגע דעם (בעאַרבעטן פון) ארץ; ובפרט אַז די ברכה „בעתו" איז ניט טובת הארץ, נאָר צוליב דעם (וואָס עס פאַרשפּאָרט טרחא פון דעם) אידן, כנ"ל —

דעריבער ברענגט רש"י אַ צווייטן פירוש „ד"א בעתו בלילי שבתות שהכל מצויין בבתיהם"; און רש"י איז מעתיק דעם וואָרט „בעתו" אין זיין פּירוש — ווייל דער יתרון פון צווייטן פּירוש אויפן ערשטן באַשטייט אין דער משמעות פון וואָרט „בעתו", כנ"ל.

פונדעסטוועגן איז דער פּירוש „בלילות" (סתם) דער פירוש הראשון והעיקרי, וויבאַלד אַז דאָס איז מתאים מיט כללות תוכן הענין, כנ"ל.

ט. לויט דעם ביאור החילוק הנ"ל צווישן פּ' בחקותי און אונזער פּרשה — קומט אויס אַז ס'איז פאַראַן אין דעם נאָך אַ חילוק:

דאָרטן רעדט זיך וועגן דעם שכר וואָס עס באַקומען די וואָס זיינען „עמלים בתורה"כו, אַ סוג מיוחד פון אידן; דאַקעגן בפּרשתנו, וואו עס רעדט זיך וועגן דעם שכר דערפאַר וואָס „עשיתם מה שעליכם" (קיום התורה והמצוות בכלל) — איז דאָס כולל אַלע אידן.

און עפּ"* ז ווערן נתבאר די שינויי הלשונות אין פּירוש רש"י:

(א) דאָ זאָגט רש"י „שהכל מצויין בבתיהם" — אַלע אידן; אין פּ' בחקותי זאָגט רש"י „בשעה שאין דרך בני אדם כו'" און זאָגט ניט „כל", וויבאַלד דאָרט רעדט זיך נאָר וועגן די עמלים בתורה.

(ב) דאָ זאָגט ער „(שהכל) מצויין בבתיהם" (און ניט בלשון שלילה: אין דרך כו'), ווייל מ'קען ניט זאָגן אויף אַלע אידן אַז זיי גייען ניט אַרויס בחוץ בלילי שבתות — מען גייט דאַוונען, באַזוכן וכדומהכז — ס'איז נאָר וואָס מען איז „מצוי" (רוב הזמן) „בבתיהם";

משא"כ אין פּ' בחקותי, וואו עס רעדט זיך נאָר וועגן די וואָס זיינען „עמלים בתורה", איז פאַרשטאַנדיק, אַז ווען ס'איז „לא תעשה כל מלאכה" טוען זיי ענינם — „עמלים בתורה" און דערפאַר זיינען זיי בלילי שבתות (ניט נאָר „מצויין בבתיהם", נאָר אויך) אין דרכם לצאתכח.

120[און דערפאַר איז רש"י דאָ ניט מפרש (ווי אין פּ' בחקותי) דעם וואָרט „בעתו" — „בשעה שהכל מצויין בבתיהם כגון בלילי שבתות": דאָס אַליין וואָס מ'איז בלויז „מצויין בבתיהם" איז ניט דער ריכטיקער „בעתו" פון דעם מטר, וואָרום וויבאַלד ססוף גייט מען יע אַרויס אויפן גאַס, איז עס דער „בעתו" ניט נאָר פון דעם מטר;

משא"כ אין פּ' בחקותי, וואו עס רעדט זיך וועגן די וואָס זיינען „עמלים בתורה" וואָס ביי זיי איז „אין דרך כו' לצאת"].

יוד. די הוראה פון דעם אין עבודת ה':

דאָ זעט מען דעם גודל הענין פון עמל ויגיעה דוקא אין תורה ומצוות. עס איז ניט גענוג וואָס מען לערנט תורה און מ'איז מקיים אַלע מצוות, נאָר עס מוז געטאָן ווערן מיט אַן עמל ויגיעה, מער ווי די מדידות והגבלות פון זיין טבע, אפילו פון טבע נפש האלקית.

קען אָבער אַ איד טענה'ן: ער זעט ניט קיין הכרח אין אַזאַ עבודה דוקא — ער איז שוין אין אַ „ציור" פון קדושה לומד תורה ומקיים כל המצות — איז וואָס איז דער הכרח ברעכן דעם טבע (רגילות) פון זיין נפש האלקית?

אויף דעם ענטפערט מען אים, אַז עס דאַרף זיין „עשינו מה שגזרת עלינו": אַזוי האָט דער אויבערשטער גוזר געווען אַז אַ איד זאָל משנה זיין זיין טבע, און דוקא דורך דעם (די עבודה פון „בכל מאדך") איז מען „עושין רצונו של מקום"כט.

אויב עס פעלט דער „בכל מאדך", איז ניט נאָר וואָס מ'קען ניט זיין זיכער מיט דער עבודה און מ'מוז האָבן די באַוואָרעניש „השמרו לכם פן יפתה גו'"ל — נאָר נאָכמער: עבודה אָן שינוי טבעו ווערט אָנגערופן „לא עבדו"לא, „אין ישראל עושין רצונו של מקום"כט.

און דורך דער עבודה אין אַן אופן פון „בכל מאדך", ברענגט דאָס אַראָפּ די השפּעה מלמעלה אויך אָן מדידות והגבלות, ביז אין דעם אופן ווי ער זאָגט בפ' תבא דאָרט „השקיפה ממעון קדשך גו'" — אַז אפילו אַ זאַך וואָס בכל המקרא איז עס היפּך פון ברכה, ווערט נתהפּך אין אַ „(לשון) ברכה"לב.

(משיחות ש"פ עקב, וש"פ ראה תשל"ד)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-xz9c4ev4

עותקים

פעילות אחרונה

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · אושרה
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · נסגרה

מקורות