Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 2
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
בהמשך צום בריוו פון ח"י אלול בנוגע דער באַדייטונג פון ראש השנה אַלס „קאָפּ" פון יאָר, וואָס גיט אָנווייזונגען ווי צו פירן זיך אַלע טעג פון יאָר, על דרך ווי דער קאָפּ פירט אָן מיט אַלע איברים פונם גוף, און אין צוזאַמענהאַנג מיט דער באַמערקונג, אַז אויסער די אָנווייזונגען אין ענינים וואָס זיינען אַלגעמיינע פאַר אַלע ראש השנה'ס, זיינען פאַראַן ספּעציעלע אָנווייזונגען אין ענינים אין וועלכע איין ראש השנה טיילט זיך אָפּ פון אַ צווייטען, ווי, למשל, הייאָר, ווען ראש השנה פאַלט אויס שבת, ווי דאָרט ערקלערט,
וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן אויף נאָך אַ נקודה אין וועלכע ראש השנה פון היינטיקס יאָר אונטערשיידט זיך פון אַנדערע ראש השנה'ס, און דאָס — אַז הייאָר איז דאָס ראש השנה פון אַן עיבור־יאָר. און אין דעם זעלבסט
ניט אַלע עיבור־יאָרן זיינען גלייך, און הייאָר צייכנט זיך אויס דער עיבור־יאָר דערמיט וואָס ער אָנטהאַלט דעם מאַקסימום צאָל טעג וואָס אַן עיבור־יאָר קען האָבן — 385 טעג
ווי ס'איז אַרומגערעדט געוואָרן בארוכה באַ אַ פריערדיגע געלעגענהייט* , איז דער ענין פון אַן עיבר־יאָר אין תורה־לוח כדי צו ממלא זיין דאָס וואָס עס פעלט אין דער צאָל טעג אין פריערדיקע יאָרן, כדי אויסצוגלייכן דעם יאָר לויטן חשבון פון דער לבנה — מיט די תקופות (וועטער פּעריאָדן) פון יאָר (לויט דער זון), וואָס די תקופות פון יאָר זיינען אויך, פאַרשטייט זיך, באַשטימט פון דעם אויבערשטן, ווי תורה זאָגט: זרע וקציר וקור וחום וקיץ וחורף . . לא ישבותו („די צייטן פון זייען און שניידן, קעלט און היץ, זומער און ווינטער, וועלן ניט אויפהערן").
455ניט נאָר גלייכט דער עיבור חודש אויס דאָס וואָס עס איז פאַרפעלט געוואָרן, נאָר ער גיט נאָך אַן „אַדרויף" אויף להבא.
און הייאָר איז דער עיבור אַ מאַקסימום, ווי אויבנבאַמערקט.
עס איז ידוע, אַז אַלעס וואָס מיר זעען און געפינען אין גשמיות, ובכלל — אין עולם הזה, אין אונזער וועלט — איז דאָס ווייל אַזוי איז דאָס ברוחניות, אין עולמות העליונים, אין העכערע וועלטן, וואָס (און ווייל) „נשתלשלו מהן" (זיי זיינען אַראָפּגענידערט געוואָרן פון זיי). אַזוי אויך בפרט אין דאָס אויבנדערמאָנטע:
דער דאָזיגער סדר פון ממלא זיין און אויסגלייכן די צאָל טעג אין איינפאַכן זין, אין גשמיות, איז דאָס דערפאַר וואָס אַזוי איז דאָס ברוחניות וואָס כל יומא ויומא עביד עבידתי' — „איטליכער טאָג האָט זיין אויפגאַבע צו דערפילן", און דאָס איז אויך די ספּעציעלע אָנווייזונג פאַר אונז וועגן דער אויפגאַבע פון יעדן פון אונז — אין זיין אויספירן בפּועל: אדם לעמל יולד, כל מעשיך לשם שמים און בכל דרכיך דעהו — ווי אָנגעדייטעט אין דעם בריוו פון ח"י אלול.
לויט דאָס אויבנגעזאָגטע איז פאַרשטאַנדיג, אַז די הכנות און עבודה וואָס מ'דערוואַרט פון אַ אידן צום נייעם יאָר — אין די טעג פון ראש השנה, בפרט — די טעג פון סליחות, ראש השנה גופא און די עשרת ימי תשובה און במיוחד אין דעם יום הקדוש — דאַרפן זיין על דרך פון אַן עיבור־יאָר, צו ממלא זיין און בריינגען צו שלימות פון דער עבודה וואָס ס'איז ניט דערטאָן געוואָרן אין פאַרגאַנגענעם יאָר ביז — אויך געבן אַן אַדרויף אויף להבא.
און דאָס אַלעס דאַרף געטאָן ווערן אין דער פולסטער, מאַקסימאַלסטער מאָס.
און ווי ס'איז אָפט אונטערשטראָכן געוואָרן — וויבאַלד אַז דער אויבערשטער בעט און ערוואַרטעט פון אַ אידן אַ געוויסע עבודה, איז זיכער אַז ער האָט אים באַזאָרגט מיט אַלע נויטיגע כוחות און מיטלען דורכצופירן דאָס בפּועל ממש, און — נאָכמער — דורכצופירן דאָס מיט שמחה וטוב לבב, ווייל אַזוי דאַרפן דאָך זיין אַלע ענינים פון עבודת ה'.
456חכמינו ז"ל זאָגן אַז די עשרת ימי תשובה, זיינען טעג אויף וועלכע עס איז געזאָגט געוואָרן: דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב „זוכט גט ווען ער לאָזט זיך געפינען, רופט אים ווען ער איז נאָענט". און אויף דעם „קירוב" ווערט געזאָגט, אַז דאָס איז דער קירוב פון מאור צום ניצוץ, די דערנעענטערונג פון דעם קוואַל פון ליכט צום פונק,
און דאָס קומט נאָך די סגולה־טעג פון חודש אלול, ווען דער „מלך איז בשדה" און ווייזט אַ פריינטלעכן פּנים צו אַלעמען, וועלכע קומען אים באַגעגענען.
דער אויבערשטער, דער מאור און מקור הברכות זאָל העלפן יעדן איינעם און איינע און געבן זיי הצלחה דורכצופירן די אויבנדערמאָנטע עבודה אויף דעם בעסטן אופן און אין אַ מאַקסימאַלסטן אופן, דורכצופירן אין דער פולסטער מאָס, ווי מיר זאָגן אין די תפלות פון ראש השנה און יום הכפורים: ותמלוך אתה הוא הוי' אלקינו לבדך על כל מעשיך (און דו זאָלסט קעניגען דו־ט אונזער־ט אַליין אויף אַלע דיינע טואונגען (באַשאַפונג)
— דורך פּראָקלאַמירן „אלקינו" — שתמליכוני עליכם — זאָל זיין ותמלוך על כל מעשיך — אויף אַלעס און אומעטום,
און דער אויבערשטער וועט זיין בגלוי פּועל ישועות בקרב הארץ,
ובקרוב ממש די ישועה וגאולה האמתית, ובפרט — ווי די פאָרטזעצונג פון דער תפלה: בהר ציון משכן כבודך ובירושלים עיר קדשך (אין הר ציון דער רו אָרט פון דיין כבוד און אין ירושלים דיין הייליקע שטאָט),
וועלכע זיינען שטענזיג משכן כבודיך און עיר קדשיך אויך איצט בזמן הגלות,
457זוכה זיין בקרוב צו דער ישועה וגאולה האמתית והשלימה על ידי משיח
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ד
- Id
- rh-vmr0y4pd