Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 21
442שמע"צ שמח"ת
מבואר בסוף המאמר שבקונטרס זה*, אשר בשמיני עצרת היא האסיפה דכל האורות והגילויים הכללים שנמשכים בחדש השביעי, הקליטה והעכבה בזריעה טובה בכדי שתהי' מזה צמיחה בריבוי טוב.
עוד יותר מפורש במק"אא, אשר „חדש תשרי הוא ראש הכללי לכל החדשים, ובו ימים שהם שרשים ומקורים על כל השנה: ראש השנה — שרש ומקור על יראה, שמקבלים ישראל יראה באותו יום על כללות השנה. יום הכפורים — על תשובה ומחילה וסליחה. שבעת ימי הסוכות — על אהבה ושמחה על כללות השנה. אבל יום שמחת תורה — הוא כלל גדול יותר, הכולל כל חדש תשרי, כי אז נמשך בחי' מקיף העליון הכללי, בחי' שעשועי המלך בעצמו, כתר תורהב, וגילוי זה נמשך בשמח"ת בהרקודים, שאינם ענין המוחין כלל",
וכמוש"כ במאמר שבקונטרס שהשמחה שייכת לאותיות התורה, שבאותיות התורה נקודותיהן וטעמיהן, בלימוד זה — כל ישראל שוין, ולכן השמחה היא בריקוד והיינו שהשמחה מגיעה עד הכח האחרון שבנפש ובכלים היותר תחתונים — הרגלים.
ידוע פתגם כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע, אשר אחר שמחת תורה מתחיל הסדר ד"ויעקב הלך לדרכו", הוא דרך הוי', דרך התורה והמצוה. וביארג כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ בענין שמע"צ ושמח"ת, אַז אָף אַ יריד קויפט מען איין די סחורה, און קומענדיג אַהיים — במשך ימות השנה — פּאַקט מען עס פאַנאַנדער און מען הייבט אָן טאָן דערמיט וואָס מ'דאַרף טאָן.
כן הוא בכל אחד ואחת מישראל: בחודש השביעי שהוא משובע בכל טובד נותנים להם ולנו „סחורה" במה להתפרנס כל השנה כולה, אבל צריך לפתוח האמתחות, פאַנאַנדער פּאַקען און טאָן מיט דער סחורה וואָס מען דאַרף.
והזהירה כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ בשם אביו כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע: די פערציג אַכט שעה פון שמע"צ און שמח"ת דאַרף מען זעהר מייקר זיין, יעדע רגע קען מען שעפּען אוצרות מיט עמערס און קאַדקעס (חביות) בגשמיות וברוחניות. און דאָס איז ע"י הריקודים.
443בס"ד. ר"ד מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א
בעת ההקפות, לפני הקפה ה', בליל שמע"צ ה'תשל"ז.
אַזוי ווי ס'איז הזמן גרמא צו פּראַווען הקפות אין חברון עיר האבות,
איז ע"פ תורת הבעש"ט אַז במקום שרצונו של אדם שם הוא נמצא, איז בשעת אַז אידן ווילן פּראַווען הקפות אין חברון, געפינט מען זיך דאָרטן,
איז די שמחה פון שמחת תורה (וואָס מען וויל פּראַווען אין חברון, ובמילא איז מען דאָרטן) זאָל פועל'ן אַז חברון וסביבותי', און אַזוי אויך גאַנץ ארץ ישראל,
זאָל מען זען בגלוי אַז זיי זיינען אָפּגעגעבן געוואָרן צו אידן אין אַן אופן פון ברית עולם, לדורי דורות,
און וויבאַלד אַז אַזוי האָט געזאָגט דער אויבערשטער, וואָס דבר אלקינו יקום לעולם, זיינען אידן די בעלי־בתים אויף זיי, און קיינער האָט ניט קיין שליטה אויף זיי.
און וויבאַלד אַז אין ארץ ישראל גופא, זאָגט דער אויבערשטער אַז ארבעים ושמונה ערים זיינען אָפּגעגעבן געוואָרן צו די לויים, צווישן זיי אויך חברון — איז אין דער הקפה (ה') זאָלן גיין די לויים, סיי די לויים פון ארה"ק וועלכע געפינען זיך דאָ לזמן קצר סיי די לויים וואָס לע"ע איז דירתם הקבועה אין חו"ל, און מען זאָל זינגען דעם מאַרש הידוע און עי"ז מכריז זיין אַז אנן ניצוחייא,
מכריז זיין גלוי לעין כל אַז דער אויבערשטער, דער מלך עולמים, האָט עס אַוועקגעגעבן צו די לויים און קיין אַנדער האָט ניט קיין שליטה איבער דעם,
און עס זאָל זיין ונשלמה פרים שפתינו, אַז דורך דעם וואָס מ'זאָגט דאָס דאָ בדיבור, וועט אַזוי אַרויסקומען במעשה בפועל, בביאת משיח צדקנו און אידן וועלן האָבן גאַנץ ארץ ישראל השלימה.
אח"כ אמר: מלך עולמים כו'.
6
444בס"ד. ר"ד מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א
בעת ההקפות, לפני הקפה ה', בליל שמח"ת ה'חשל"ז.
אַזוי ווי מען געפינט זיך נאָך בזמן הגלות, נאָך פאַר די אתחלתא דגאולה (וכמדובר כמ"פ אַז די אתחלתא דגאולה וועט זיין ע"י משיח צדקנו), וואָס דעריבער — מצד דעם חושך כפול ומכופל — דאַרף מען אָנקומען צו לבושי הטבע
— בשעת משיח וועט קומען, וועט דעמולט זיין באופן ניסי למעלה מהטבע לגמרי. אָבער דערוויילע, איז דאָס וואָס לא ינום ולא יישן שומר ישראל, וויל דער אויבערשטער אַז עס זאָל זיין אין לבושי הטבע,
זיינען דערפאַר פאַראַן אידן וואָס זיינען מגין און היטן אידן אין חו"ל דורך די משטרה וכיו"ב, און פאַראַן אידן וואָס זיינען מגין און היטן אידן אין ארץ הקדושה דורך דעם וואָס זיי זיינען זיך מסכן על הגבולות ובתוך הגבולות,
וואָס (כאמור לעיל) זיינען דאָס די לבושי הטבע צו דער שמירה פון דעם אויבערשטן, וואָס לא ינום ולא יישן שומר ישראל, און די אידן וואָס היטן איז — אנחנו בשם הוי' אלקינו נדגול.
אַ טייל פון זיי ווייסן אַז אנחנו בשם הוי' אלקינו נדגול, אַ טייל פון זיי איז כאָטש בשכלם ווייסן זיי דאָס ניט — פילן זיי דאָס, און די טייל וואָס זאָגן אַז זיי פילן עס ניט איז עס בלויז מצד דערויף וואָס זיי זיינען תינוקות שנשבו, און בשעת מען וועט זיי זאָגן דאָס ובדרכי נועם — וועט נתגלה ווערן זייער אמונה וועלכע זיי האָבן נאָך פון פריער, וואָרום אַלע אידן זיינען דאָך מאמינים בני מאמינים.
איז די אַלע השייכים להצבא — סיי די וואָס זיינען איצטער אין צבא, סיי די וועלכע זיינען געווען אַמאָל אין צבא, סיי די וועלכע דאַרפן דורכגיין נאָך שירות מילואים — זאָלן זיי גיין מיט דער הקפה (ה') מיטן ניגון הושיעה את עמך,
און דורך דעם וואָס מ'טאַנצט מיט אַ ספר תורה איז מען מדגיש גלוי לעין כל אַז אנחנו בשם הוי' אלקינו נדגול, און דאָס וועט מגלה זיין דעם ענין (אַז אנחנו בשם הוי' אלקינו נדגול) אויך באַ די וואָס דערוויילע איז דאָס נאָך באַ זיי ניט בגילוי,
און דאָס וועט פועל'ן, אַז מען וועט ניט דאַרפן אָנקומען צו קיינע ענינים בלתי רצוים, און עס וועט מספיק זיין די עצם מציאות פון דעם וואָס עס געפינען זיך אַזוינע וואָס זיינען מטיל אימה,
און עס וועט זיין ושכבתם ואין מחריד, און וחרב לא תעבור בארצכם אפילו חרב של שלום — פון יו־ען וכיו"ב — און וישבתם לבטח בארצכם,
445און דאָס וועט זיין אַ הכנה קרובה צו ביאת המ ה' וינצח, באופן ניסי למעלה מדרך הטבע לגמר ויקבץ נדחי ישראל, און אַז אהפוך אל עמים שפה שכם אחד, והיתה לה' המלוכה.
זאָל מען גיין מיט דער הקפה און זינגען הושי זיין אַ ישועה לכל ישראל, סיי אין א"י סיי אין חו" — אויך איצטער (קודם ביאת המשיח), ולכל בני י (עוד בהיותם במצרים).
אח"כ אמר: מלך עולמים כו'.
אח"כ התחיל לנגן הושיעה את עמך גו'. ומשיח, וואָס ילחום מלחמת *) רי, ויבנה ביהמ"ק במקומו ה ברורה גו' לעבדו כולם סיעה את עמך, און עס זאָל "ל, באופן דלמעלה מהטבע ושראל יהי' אור במושבותם
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ד
- Id
- rh-e6ceq79z