Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 5
עשרת ימי תשובה,
ה'תשל"ז. ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
די עשרת ימי תשובה — אויסערדעם וואָס זיי זיינען אויסגעטיילט פון אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר אַלס טעג פון תשובה (וואָס תשובה איז מחי' חיים), ווען תשובה קען לייכטער דערגרייכט ווערן און די תשובה איז אויך ווירקזאַמער, און דער רושם פילט זיך אַלע טעג פון דעם נייעם יאָר,
זיינען זיי אויך אויסגעטיילט אין דעם וואָס אין די טעג דערנעענטערט זיך דער אויבערשטער צו אַ אידן נאָך מער, ווי חכמינו ז"ל דערקלערן דעם פסוק דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב — „זוכט דעם אויבערשטן ווען ער געפינט (אַנטפּלעקט) זיך, רופט צו אים ווען ער איז נאָענט", אַז דאָס באַציט זיך אויף די עשרת ימי תשובה.
דאָס מיינט, אַז אין די דאָזיגע סגולה־טעג זיינען אַלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן אויבערשטן נאָענט און לייכטער צו דערגרייכן ווי אַ גאַנץ יאָר. וואָס כאָטש עס פאָדערט זיך פון אַ אידן שויתי הוי' לנגדי תמיד (שטענדיג האָב איך דעם אויבערשטן פאַר זיך) און ווי אין אַלעם איז המעשה עיקר, עס דאַרף זיך אויסדריקן (אויך) אין מעשה בפּועל, און דאָס אַלעס ווערט אַ כלי פאַר דער ברכה פון דעם אויבערשטן (וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה) — קען מען אָבער, מצד דער ספּעציעלער סגולה פון די466דאָזיגע טעג, אויפטאָן פיל מער מיט דער זעלבער עשי' אין די עשרת ימי תשובה ווי אין אַן אַנדער צייט, על אחת כמה וכמה — מיט אַ גרעסערער עשי'.
איינער פון די פרטים אין דעם איז, אַז פיל ענינים וועלכע ווערן אויפגעטאָן אַ גאַנץ יאָר נאָר בציבור, קענען אויפגעטאָן ווערן אין די עשרת ימי תשובה דורך אַ יחיד. און נעמענדיג אין אַכט די מעלה פון אַ ציבור לגבי*) אַ יחיד שטענדיג, איז פאַרשטאַנדיג אַז אין די עשרת ימי תשובה קענען די ענינים אויפגעטאָן ווערן שלא בערך מער בציבור, ווי דורך אַ יחיד,
און מעלת הציבור לגבי אַ יחיד איז ניט נאָר בנוגע תפילה, נאָר אויך בנוגע אַלע גוטע פּעולות און מצוות.
דעריבער איז איצט די צייט צו דערמאָנען און מעורר זיין, וועגן אויסנוצן די איצטיגע ספּעציעלע גינסטיגע טעג צו טאָן אַלס מער און מער אין אַלע גוטע זאַכן — און ווען נאָר מעגליך טאָן זיי בציבור.
אָנהויבנדיג מיט דעם קיום המצוה וואָס דאָס איז „יסוד ושרש כל התורה", די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, וואָס פאַראייניגט אידן, אַלע אידן אין איין ציבור, און אויך בפרטיות — אין די דריי עמודים פון תורה, עבודה (תפלה) און גמ"ח (צדקה), צו טאָן זיי בציבור: שעורי לימוד תורה בציבור, תפילה בציבור און צדקה בציבור, וואָס צדקה איז כולל אַלע מצוות.
בהמשך צו דעם וואָס עס האָט זיך גערעדט לעצטענס און — צו דער ספּעציעלער ווענדונג און בקשה צו די גבאים און גייסטיגע פירער פון בתי כנסיות (שולן), אַז אין צוגאָב צו דעם וואָס אַ שול איז דאָך (בעיקר) אַ מקום תפלה, זאָל מען זען מאַכן די שול אויך אַ מקום תורה און צדקה, און די אַלע דריי עמודים אין דעם בית הכנסת זאָלן זיין אין אַן אופן פון בציבור,
וויל איך זיך דאָ ווענדן אויך צו די מוסדות וואָס דער עיקר זייערער467איז לימוד התורה (ישיבות, חדרים, תלמו־תורה'ס וכדומה), אַז מען זאָל אין זיי גופא (אין צוגאָב צו דעם וואָס די תלמידים טוען דאָס בבית הכנסת וכו') איינפירן אויך די צוויי עמודים פון תפלה און צדקה בציבור. און דאָס גלייכן אין די מוסדות צדקה און גמילות חסדים זאָל מען אַרייננעמען אויך די אַנדערע צוויי עמודים, דורך טיילן הילף פאַר עניני תורה און תפילה — פאַרשטייט זיך, ניט אויפ'ן חשבון פון די אַנדערע עניני צדקה, נאָר אין צוגאָב צו דעם.
און ווי געזאָגט, דאָרט וואו די ענינים זיינען שוין איינגעפירט פון פריער — צו מוסיף זיין אין זיי אַלע (בכמות ובאיכות), אין איינקלאַנג מיט דער ספּעציעלער אָפּלערנונג פון די עשרת ימי תשובה:
וויבאַלד אַז דאָס איז די צייט פון „בהמצאו" און „היותו קרוב" פון דעם אויבערשטן, איז דאָך באַוואוסט די הוראה והלכת בדרכיו, מה הוא חנון כו' — צו גיין, כביכול, אין דעם אויבערשטנ'ס וועגן און נאָכטאָן זיינע מידות. במילא דאַרף יעדער איד אויך זיין „בהמצאו" און „קרוב" — זיין צוגעטראָגן און אַריינגעטאָן נאָך מער ווי אַלעמאָל אין אַלע גוטע זאַכן, טאָן זיי אין אַ בעסערן און גרעסערן אופן, בכמות ובאיכות, סיי אַלס יחיד, און על אחת כמה וכמה אַלס אַ טייל פון אַ ציבור.
און זעלבסטפאַרשטענדליך, זאָל דאָס פאָרטגעזעצט ווערן מיט דעם זעלבן חיות (פעולה נמשכת) און נאָכמער — מעלין בקודש — אַ גאַנץ יאָר.
און אין דעם זכות וואָס אידן וועלן פאַרשטאַרקן זייער „בהמצאו" און „היותו קרוב" איינער צום צווייטן און צו כלל ישראל און — יעדערער און אַלע צוזאַמען צו אַלע דריי עמודים פון תורה, תפילה און צדקה, וועט השי"ת נאָך מער צוגעבן און פאַרשטאַרקן זיין „בהמצאו" און „היותו קרוב" צו יעדן און צו אַלע אידן און בענטשן יעדן איינעם ובני ביתו, בתוך כלל ישראל, מיט אַ חתימה וגמר חתימה טובה אין אַלעם וואָס מ'נויטיגט זיך,
כולל הצלחה רבה אין אַלע גוטע פּעולות ווי אויבנגעזאָגט, וואָס וועט
468נאָך מער פאַרגרעסערן די ג־טלעכע ברכות אויך בגשמיות, בני חיי ומזוני
ביז צו דער אמת'ר הרוחה דער הבטחה וירם קרן משיח צדקנו, ווען עס וועט זיין תרום כולם צדיקים, און פון אַלע צוקינדער, לעבן און געזונד און פּרנסה בריוח, ה און אין אַלעס — דורך דער ערפילונג פון חו, די גאולה האמתית והשלימה ע"י משיח ממנה קרנות צדיק, פון יעדן אידן, וואָס ועמך וזאַמען אַלס איין ציבור — ל' יחיד — צדיק.
בכבוד ובברכת חתימה
וגמר חתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה
וראה לקוטי לוי"צ לזח"ב (ע' מח).
6
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ד
- Id
- rh-hvtjj3j3