אין ספריד שטייט: משעת חדשתוה עשה לו מעקה — אַז דער חיוב צו מאַכן אַ מעקה ווערט (ניט ערשט נאָכן אַריינקלייבן זיך אין דעם בית, אַזוי ווי מזוזה, נאָר) גלייך ווי דער בית ווערט אויפגעבויטו — „משעת חדשתו".
דער לשון הכתוב איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיקז: וויבאַלד דער אויפטו פון ספרי איז, אַז דער חיוב פון מעקה קומט באַלד ווי מ'ווערט די בעלים פון שטוב (נאָך פאַרן אַריינקלייבן זיך אין איר) —
פאַרוואָס איז די תורה מרמז דעם דין הנ"ל אין מעקה דורכן לשון „תבנה בית חדש" — פון וועלכן ס'איז משמע אַז דער חיוב מעקה איז נאָר ביי אַ „בית חדש"ח — און ניט דורך אַ לשון וואָס זאָל מדגיש זיין אַז דער חיוב מעקה איז חל (אויף יעדן בית) גלייך ווי דער בית קומט אין זיין רשות?
די גמראי ענטפערט אויף דעם: ראוי זה ליפול מששת ימי בראשית . . אלא שמגלגלין זכות על ידי זכאי וחובה על ידי חייב. אָבער דעם ענטפער בריינגט רש"י בפירושו על התורה, וע"ד לימוד הפשט בפשוטו של מקרא, איז דער תירוץ לכאורה ניט גלאַטיק — „נופל" איז פירושו (ניט אַז „ראוי זה ליפול", נאָר) ל' הווה ושם התואר — „נופל" ממשיא.
209ב. עס שטייט אין פרקי דר"איב, אַז דער טעם וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט אין אַן אופן, אַז דער רוח צפונית איז ניט פאַרענדיקט געוואָרן [כמאמריג: עולם לאכסדרה הוא דומה ורוח צפונית אינה מסובבת], איז ווייל טאָמער וועט קומען איינער און זאָגן „הוא אלקה", וועט מען אים ענטפערן „יבא ויגמור את הפנה הזאת שהנחתי כו'".
ד. ה. כדי אַז די נבראים זאָלן ניט האָבן קיין טעות און מיינען אַז זיי דאַרפן ניט אָנקומען צום בורא עולם ומנהיגו, צו דאָס וואָס איז העכער פון זיי, האָט דער אויבערשטער זיי באַשאַפן אַזוי, אַז זיי האָבן אין זייער מציאות אַ חסרון, וועלכן זיי אַליין קענען ניט משלים זיין; ובמילא פילן זיי ווי זיי מוזן אָנקומען צו אַ כח עליון.
דאָס זעלבע איז אויך בנוגע דער מציאות פון „שכל"*: כדי אַז אַ מענטש — אַ בעל שכל — זאָל זיך ניט איינריידן אַז מיט זיין שכל קען ער אַלץ פאַרשטיין, האָט דער אויבערשטער אין אים מטביע געווען, אַז ער מוז אָנקומען צו העכערפון־שכל [לדוגמא: צו פאַרשטיין אַ שכל מוז מען פריער תופס זיין די מושכלות ראשונות און כללי החכמה, וואָס לויט די כללים קומט מען צו צו מסקנת השכל והסברא — אָבער די כללים גופא זיינען ניט מוכרח מצד השכל]יד; ד. ה. אין שכל גופא הערט זיך אָן ווי ער איז אַ חסר און מוז אָנקומען צו למעלה מן השכל.
און אַזוי איז עס אויך, להבדיל, אין תורה: נגלה דתורה איז אַראָפּגעקומען בהתלבשות ביז אין הבנת ותפיסת שכל אנושי, ביז אפילו פון אַן אינו יהודיטו; און כדי אַז מען זאָל געדיינקען אַז תורה — אויך נגלה דתורה — איז שכל אלקי, האָט דער אויבערשטער אויסגעשטעלט געוויסע ענינים פון נגלה דתורה אין אַזאַ אופן, אַז מען זאָל זיי ניט קענען פאַרשטיין לתכליתםטז סיידן ווען מ'לערנט די ענינים ווי זיי ווערן נתבאר אין פנימיות התורה, וואָס איז שכל אלקי בגלוי; און דורך דעם באַנעמט מען אַז תורה האָט זיך נאָר אַנגעטאַן אין שכל אנושי, אָבער במהותה איז זי שכל אלקי שלמעלה מנבראיםיז.
וי"ל אַז איינער פון די ענינים הנ"ל איז אויך דער פסוק וועגן מצות מעקהיח: לויטן ביאור פנימי פון ענין המעקה וועט ווערן פאַרשטאַנדיק אַז „בית חדש" איז אַן ענין עיקרי אין דעם תוכן פנימי פון מעקה, דער חיוב פון מעקה איז פאַרבונדן מיט „בית חדש";
210ג. חז"ל זאָגןיט „ביתו זו אשתו", ביז — ווי ר' יוסי האָט געזאָגטכ „מימי לא קריתי לאשתי אשתי . . אלא לאשתי ביתי". און דאָס איז דער פירוש פנימי אין „כי תבנה בית חדש", דער זמן פון התחלת חיי נישואיןכא, ווען אַ מענטש נעמט אויף זיך די „רחיים בצוארו"כב — די התעסקות מיט פּרנסה גשמיתכג, אדם חורש אדם זורעכד
זאָגט תורה „כי תבנה בית חדש ועשית מעקה גו'": וויבאַלד אַז דאָס איז אַ „בית חדש" — אַ נייער סדר ועבודה אין וועלכער מ'איז ניט איינגעוואוינט — דאַרף מען מאַכן אַ „מעקה": עס זיינען ניט גענוג די זהירות'ן וואָס מ'האָט געהאָט אין די פריערדיקע אופני עבודה, נאָר מען מוז אויף זיך אָננעמען נייע גדרים וסייגיםכה — מ'דאַרף מאַכן פרישע צאַמען אין מחשבה, אין דיבור און אין מעשה.
און דער טעם פאַרוואָס עס פאָדערט זיך דוקא ביי דער עבודה חדשה די באַוואָרעניש פון „מעקה", (איז דער פסוק ממשיך) „כי יפול הנופל ממנו" —
היות אַז די עבודה איז ביים מענטשן פאַרבונדן מיט דער תנועה פון ירידהכוונפילהכז לגבי זיין פריערדיקן מצב [וואָרום די התעסקות אין גשמיות העולם איז ע"ד ווי כללות ירידת נשמתו לעוה"ז], דעריבער איז עלול אַז די גשמיות העולם וועט אים אויך אַראָפּנידערן פון זיין מדריגה. און אויב ער וועט ביי זיין בויען אַ „בית חדש" ניט זיין זהיר ביותר, וועט ער ניט נאָר ניט קענען מעלה זיין די גשמיות און מאַכן דערפון רוחניות, נאָר אדרבה, די גשמיות וועט נאָך פאַרגרעסערן זיין ירידה ונפילה — „יפול הנופל".
ד. „בית" ווערט אויך, לפעמים, געמיינט דער גוף האדםכח, און אין עבודת ה' נעמט עס אַרום די עבודה כללית פון „בירורים" — צו מברר זיין דעם גוף וחלקו בעולם; און די עבודה ווערט אָנגערופן „בית חדש" — ווייל א) די נשמה קודם ירידתה למטה האָט קיין מושג ניט בזה — און ב) אין דער עבודה קומט דער אמת'ער „חידוש".
וע"ד ווי עס רעדטכט זיך בנוגע דער התהוות פון עולם הזה הגשמי — אַז211כאָטש עס זיינען דאָ כמה מדריגות אין סדר השתלשלות וואָס ווערן נתהוה בדרך התחדשות פון זייער שורש ומקור
[דער כללות האור שלאחרי הצמצום איז אַן ענין פון התחדשותל; א"ק ווערט אָנגערופן „אדם דבריאה" (יש מאין)לא; „כלים" דאצילות זיינען אַן ענין פון יש מאיןלב; ועל אחת כו"כ עולם הבריאהלג]
פונדעסטוועגן, איז אמיתיות ענין החידושלד דוקא אין דער התהוות פון עולם הזה הגשמי, וכמאמר הידועלה אַז די התהוות הגשמיות מן הרוחניות — אין לך יש מאין גדולה מזה.
און עד"ז איז אויך ביי דער עבודה מיט דברים גשמיים: וויבאַלד אַז גשמיות האָט קיין ערך ניט לגבי רוחניות, קומט אויס, אַז די עבודה צו מברר זיין גשמיות העולם און מאַכן דערפון רוחניות, איז אַן ענין פון התחדשותלו;
און דעריבער איז דער אופן העבודה מרומז אין „תבנה בית חדש": דאָס איז די עבודה צו אויפטאָן אַ „חידוש" אין דעם „בית" — זה הגוף, און דערמיט גופא בויט מען אויף אַ „בית" ודירה לו ית'.
ה. כשם ווי די עבודה איז בדרך התחדשות, אַזוי אויך איז עס בנוגע דעם אדם העובד:
דער עילוי וואָס טוט זיך אויף אין דעם אדם דורך אַנדערע אופני עבודה איז אַן עילוי שבערך; אָבער דורך דער עבודה צו מברר זיין גשמיות העולם ווערט דער אדם נתעלה אין אַן אופן של „חידוש" — באין ערוךלז.
און נאָכמער: די עבודה טוט אויף אויך אַ חידוש למעלה, כביכול (כמחז"ללח הכל בידי שמים חוץ מיר"ש. וע"ד מחז"ל *לח „מוסיפין כח בגבורה של מעלה") — דורך דער עבודה צו מאַכן אַ „דירה לו (ית') בתחתונים"לט, ווערט דאָס די „דירה נאה" וואָס איז „מרחיב(ין) דעתו של אדם"מ — „אדם העליון" כביכולמא.
מצד סדר השתלשלות איז דאָ אַ „הגבלה" כביכול למעלה בנוגע דער המשכת אור אלקי בעולם — ס'איז דאָ דער אור אלקי וואָס קען נמשך ווערן אין וועלט און ס'איז דאָ אַן אור וואָס איז העכער פון עולמות, און נאָך אַ העכערער אור וואָס איז ניט בגדר העולמות כללמב —
212און דורך דער עבודה פון אידן ווערט אויפגעטאָן אַ „הרחבה" ו"חידוש", אַז אויך דער אור וואָס איז ניט בגדר העולמות כלל [ביז אויך דער אור וואָס איז העכער פון דעם אור שהי' ממלא מקום החלל לפני הצמצוםמג] ווערט נמשך למטה.
ו. די „כלי" צו אַן ענין של „חידוש" איז — ביטול. וכידועמד בענין העליות, אַז ווען די עלי' איז באין ערוך לגבי דער פריערדיקער מדריגה מוז פאַר דער עלי' זיין ביטול, וואָס דורכדעם ווערט מען אַ כלי צו דער עלי' (ע"ד דער ענין ה"עמוד" ו"נהר דינור" וואָס מ'דאַרף דורכגיין בשעת מ'איז עולה פון ג"ע התחתון צו ג"ע העליוןמה).
און דאָס איז אויך דער פּנימיות'דיקער תוכן פון „מעקה": אין די גדרים וסייגים — די „מעקה" — וואָס אַ איד שטעלט אויף בעבודתו, זאָגט זיך אַרויס די תנועה פון ביטולמו וקבלת עול, וואָס מאַכט אים פאַר אַ כלי הראוי' צום „בית חדש"מז.
דערמיט קען מען מסביר זיין דעם טעם פנימי פון דעם, וואָס דער סיום הפסוק „ולא תשים דמים בביתך (כי יפול הנופל ממנו)" איז ע"ד ההלכה ניט (נאָר) אַ נתינת טעם אויף מצות מעקה, נאָר אַ ציווי בפ"עמח [ווי עס שטייט אין ספריד: ועשית מעקה לגגך מצות עשה, ולא תשים דמים בביתך מצות לא תעשה] —
ווייל דער ענין פון מעקה איז ניט נאָר אַ גדר וסיג צו באַוואָרענען נפילת האדם („יפול הנופל"), נאָר ס'איז אויך אַן ענין המוכרח אין אויפטאָן אַ „בית חדש" — דער חידוש ועילוי שלא בערך אין דעם אדם (און למעלה כביכול).
ז. די הוראה מכל האמור בנוגע לפועל:
מען דאַרף וויסן, אַז מען טאָר זיך ניט אָפּשליסן פון וועלט, נאָר מען מוז בויען אַ „בית", מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים; ואדרבה, דורך דער „ירידה" אין דעם אופן העבודה ווערט דערנאָך די אמת'ע „עלי'", עס ווערט אויפגעטאָן אַ חידוש למטה און אַ חידוש למעלה, כנ"ל.
לאידך גיסא דאַרף מען וויסן, אַז כדי צו מאַכן פון גשמיות אַ כלי צו רוחניות מוז מען מאַכן אַ „מעקה", וואָס דאָס מיינט, אַז ער בלייבט בהבדלה פון גשמיות העולם. ער פאַרנעמט זיך טאַקע מיט עניני העולם, אָבער זיי האָבן ביי אים ניט קיין תפיסת מקום (ובמילא בלייבט ער „מובדל" פון זיי). ווייל ער ווייס (און פילט), אַז זיין גאַנצע213התעסקות מיט עניני העולם איז נאָר בכדי צו אויספירן די כוונה העליונה צו מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתוניםמט.
ח. פון דעם איז אַ הוראה מיוחדת פאַר די וואָס גרייטן זיך צו „תבנה בית חדש" אין דעם זין פון חיי נישואין (כנ"ל סעיף ג'):
מען זעט דערפון דעם גודל הענין פון חיי נישואין. נישואין פון יעדן אידן איז אַן ענין כללי ניט נאָר פאַר אים, אין זיינע חיים הפרטיים, נאָר אויך מצד למעלה כביכול. וויבאַלד אַז דעמאַלט הויבט זיך אָן זיין (עיקר) עבודה צו מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים, טוט עס אויף דער „מרחיבין דעתו של אדם" דלמעלה כביכול, אַ המשכת אור חדש, כנ"לנ.
לכאורה: וויבאַלד אַז חתן מוחלין לו על כל עונותיונא, איז ניט (אַזוי) נויטיק צו באַוואָרענען זיך מיט גדרים וסייגים וכו', וואָרום זיינע פריערדיקע ענינים לא טובים זיינען דאָך אָפּגעווישט געוואָרן.
זאָגט מען אים, אדרבה: ניט נאָר דאַרף ער זיך באַוואַרענען אויף להבא — ווייל מצד דער ניטרגילות אין דער עבודה אין עולם הזה קען ח"ו ווערן דער „יפול הנופל" (כנ"ל סעיף ג'), נאָר נאָכמער, עס דאַרף זיין די „מעקה" אויך צוליב זיינע ענינים לא טובים בעבר (וואָס קענען שטערן דעם אויפשטעלן דעם „בית חדש"). וואָרום וויבאַלד ער דאַרף נתעלה ווערן אין אַן עילוי שלא בערך, איז ניט מספיק די פריערדיקע תשובה, נאָר עס דאַרף זיין אַ העכערע תשובהנב, לפי ערך דעם עילוי פון דעם „בית חדש".
ט. און אַזוי אויך איז עס בנוגע דעם תוכן ענין המעקה, לויט ווי ס'האָט זיך פריער גערעדט — די הבדלה פון עולם הזה: