עברית
Library

Likkutei Sichos

Nitzavim 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

184נצבים 2

א. דער טעם פאַרוואָס מען זאָגט ניט ברכת חודש תשרי אין דעם שבת שלפניו, אַזוי ווי מ'טוט דעם שבת פאַר אַלע אַנדערע חדשיםא — האָט געזאָגט דער אַלטער רבי, אַז ער האָט געהערט פון מגיד אין נאָמען פון דעם בעש"טב, וז"ל;

„החדש השביעי שהוא החדש הראשון לחדשי השנה, הקב"ה בעצמו מברכו בשבת מברכים שהוא השבת האחרון דחודש אלול, ובכח זה ישראל מברכים את החדשים י"א פעמים בשנה".

אין וואָס באַשטייט ברכתו של הקב"ה אין דעם „שבת מברכים" פון חודש תשרי — איז דער בעש"ט ממשיך;

„כתיב אתם נצבים היום, דהיום קאי על ר"הג שהוא יום הדין, וכמ"שד ויהי היום גו' ותרגם והוה יום דינא רבא, ואתם נצבים קיימים ועומדיםה, והיינו שזוכים בדין, ובשבת שלפני ר"ה שהוא השבת האחרון דחדש אלול קורין אז פרשת אתם נצביםו, דזהו ברכתו של הקב"ה, בשבת מברכים חדש השביעי שהוא המושבע והמשביעז ברוב טוב לכל ישראל על כל השנה".

ב. פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך חודש תשרי, כאָטש „הקב"ה בעצמו מברכו", ווערט אָבער אויך די ברכה נמשך דורך אידןח, דורך דעם וואָס אידן לייענען אין דעם „שבת מברכים חדש השביעי" פרשת אתם נצבים.

דער חילוק איז נאָר, וואָס ביי די אַנדערע חדשים, קומט די ברכה גופא פון אידן, אַז אידן זאָגן און בענטשן „יחדשהו הקב"ה כו' לחיים ולשלום לששון ולשמחה לישועה ולנחמה כו'", און ביי חודש תשרי איז די ברכה גופא ברכתו של הקב"ה, אָבער בכדי אַז ברכתו של הקב"ה זאָל נמשך ווערן למטהט, טוט זיך דאָס אויף דורך דעם וואָס אידן לייענען פרשת אתם נצבים.

ג. בכדי צו פאַרשטיין וואָס אויך ביי חודש תשרי דאַרף מען אָנקומען צו דער עבודה פון אידן — הגם אַז „הקב"ה בעצמו מברכו" — דאַרף מען פריער מבאר זיין דעם אויבנגעבראַכטן לשון פון בעש"ט „החדש השביעי שהוא החדש הראשון לחדשי השנה כו'".185דלכאורה; דער לשון „ראשון גו' לחדשי השנה" שטייט דאָך אין פּסוקי אויף חודש ניסן, אָבער חודש תשרי איז דער „חדש השביעי" (ווי דער בעש"ט אַליין זאָגט עס דאָ גופא), היינט פאַרוואָס זאָגט ער „(החדש השביעי) שהוא החדש הראשון לחדשי השנה"?

לערנענדיק בפּשטות, קען מען זאָגן, אַז מיטן לשון „הראשון לחדשי השנה" מיינט ער די הדגשה (ניט אין „לחדשי השנה", נאָר) אין דעם וואָרט „השנה"יא — און בנוגע צו „שנה" איז טאַקע תשרי דער ראשון, ווי די משנה זאָגטיב „באחד בתשרי ר"ה לשנים", און אויך אין לשון הפּסוקיג ווערט תשרי אָנגערופן „ראשית השנה".

און דער טעם דערפון וואָס דער בעש"ט ברענגט דאָ אַז תשרי איז דער „ראשון ל(חדשי ה)שנה", איז, ווייל דערמיט איז ער מבאר דעם טעם פאַרוואָס דוקא חודש תשרי איז „הקב"ה בעצמו מברכו"; אַז היות ווי ער איז דער „חדש הראשון לחדשי השנה", דעריבער איז דעם ערשטן חודש בענטשט דער אויבערשטער אַליין, און די נאָכקומענדע עלף חדשים בענטשן אידן מיט דעם כח וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט (אין אָנהייבס) — דעם ערשטן חודש.

אָבער דער ביאור איז לכאורה ניט מספיק; וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן ברכת החודש, איז דאָך דאָ נוגע (ניט דער ענין פון „ראש השנה לשנים", נאָר) דער ענין פון „ראש השנה לחדשים", און וויבאַלד אַז „באחז* בניסן ר"ה לחדשים"יד, איז אויב מען דאַרף אַז דעם ערשטן חדש זאָל בענטשן דער אויבערשטער (וואָס דוקא דורך דעם האָבן אידן בכח צו בענטשן די נאָכקומענדע עלף חדשים) — האָט געדאַרפט אויסקומען, אַז דער אויבערשטער זאָל בענטשן חדש ניסןטו?

איז דערפון משמע, אַז מיטן לשון „שהוא החדש הראשון לחדשי השנה" מיינט טאַקע דער בעש"ט (אויך) די הדגשה פון „ראשון לחדשי השנה", אַז דאָס וואָס דוקא חודש תשרי איז „הקב"ה בעצמו מברכו" (און גיט כח צו אידן זיי זאָלן בענטשן די אַנדערע עלף חדשים), איז עס מצד דעם וואָס ער איז אַמאָל געווען דער „ראשון לחדשי השנה", און ווי עס שטייט אין תרגום יונתןטז, אַז איידער דער אויבערשטער האָט געזאָגט „החדש הזה לכם" איז תשרי געווען דער „ירחא קדמאה".

ס'איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק; איצטער איז דאָך ניסן דער „ראשון לחדשי השנה" און תשרי איז דער שביעי — היינט פאַרוואָס זאָל איצ־186טער זיין די התחלה (און נתינת כח) אויף ברכת החדשים פון חדש תשרי, מצד דעם וואָס אַמאָל איז ער געווען דער „ירחא קדמאה"?

ד. דער אונטערשייד צווישן ניסן און תשרי באַשטייט אין דעם, וואָס ניסן איז דער זמן פון אתערותא דלעילא און תשרי איז דער זמן פון אתערותא דלתתאיז.

ועפ"ז איז נאָך מער ניט מובן וואָס דער חדש וועלכן „הקב"ה בעצמו מברכו" איז דוקא תשרי און ניט ניסן. דלכאורה; דאָס וואָס „הקב"ה בעצמו מברכו" איז דאָך דער ענין פון אתערותא דלעילא — האָט עס דאָך מער שייכות צו חדש ניסן. היינט פאַרוואָס איז דאָס, אַז דער חדש וואָס דער אויבערשטער בענטשט בעצמו איז גאָר תשרי, וואָס ענינו איז אתערותא דלתתא?

ה. אָט די תורה הנ"ל פון בעש"ט, אַז מען זאָגט ניט ברכת חדש תשרי דערפאַר וואָס דער אויבערשטער אַליין בענטשט אים, איז (ווי אַלע ענינים פון פּנימיות התורה) מרומז אויך אין נגלה דתורה;

דער טעם — ע"פ נגלה — פאַרוואָס מען זאָגט ניט ברכת חדש תשרי איז: „דכתיביח בכסא ליום חגנו"יט.

ולכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק; ווען ר"ח תשרי וואָלט געווען אויסגעטיילט פון אַלע ראשי חדשים אין דעם ענין פון ר"ח, אַז אין אַלע אַנדערע חדשים וואָלט געווען דער ר"ח בגילוי און ר"ח תשרי איז מכוסה — וואָלט דאַן געווען אַן אָרט צו זאָגן, אַז וויבאַלד ר"ח תשרי איז „בכסא", איז מען אים דעריבער ניט מגלה דורך זאָגן ברכת החדש בשבת שלפניו;

וויבאַלד אָבער אַז בנוגע צו ר"ח איז ניטאָ (לכאורה) קיין חילוק צווישן ר"ח תשרי און די אַנדערע ראשי חדשים; יעדער ר"ח איז „החדש מתכסה", און דער וואָרט (והחידוש) „בכסא" אין פּסוק (וואָס שטייט ביי ר"ח תשרי) באַציט זיך צו „ליום חגנו", צום חג וואָס איז דעם ערשטן טאָג אין תשרי, ווי די גמרא זאָגט90) „חג שהחדש מתכסה בו" — איז וואָס פאַר אַן אָרט האָט עס, אַז מען זאָל ניט זאָגן ברכת החדש צוליב דעם וואָס דער חג — ראש השנה — איז אין דעם טאָג „שהחדש מתכסה בו"?

נאָר דער ביאור אין דעם איז, אַז אין דעם טעם „דכתיב בכסא ליום חגנו" איז מרומז דער טעם הנ"ל פון בעש"ט: ליום חגנו — ווערט נמשך פון בכסא.

די המשכה מלמעלה וואָס קומט דורך אתערותא דלתתא, קומט פון אַזאַ אָרט וואו עבודת הנבראים קען דערלאַנגען; אָבער בשעת „הקב"ה בעצמו מברך" — אתערותא דלעילא מצד עצמה (וואָס איז העכער פון אתעדל"ע וואָס ווערט נמשך דורך אתעדל"ת) — דאַן איז די המשכה פון בחי' „בכסא", סתימא דכל סתימין.

ו. אין דער תורה הנ"ל פון בעש"ט זאָגט ער נאָך אַן ענין — נוסף להטעם פאַרוואָס אידן זאָגן ניט ברכת חדש תשרי ווייל „הקב"ה בעצמו מברכו" —

187אַז דאָס וואָס אידן בענטשן די אַנדערע עלף חדשים, איז עס מיט דעם כח וואָס דער אויבערשטער בענטשט חדש תשרי — און אויך דער ענין איז מרומז אין נגלה;

עס שטייט אין פסיקתאכא; „עד שלא יצאו ישראל ממצרים, הי' הקב"ה יושב ומחשב חשבונות . . ומחדש את החדשים, כיון שיצאו ישראל ממצרים מסרן להם . . מכאן ואילך הרי הם מסורין לכם".

איז פון דעם לשון „מסרן" און „מסורין" מוכח, אַז דאָס וואָס משיצאו ישראל ממצרים האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אידן אַז זיי זאָלן מחדש ומקדש זיין די חדשים, איז עס ניט אַ נייער ענין, נאָר אַז ער האָט זיי איבערגעגעבן דעם חידוש וואָס „הי' הקב"ה מחדש את החדשים". ד. ה. אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט פריער מקדש געווען את החדשים — אָט דאָס איז דער כח מיט וועלכן אידן האָבן שפּעטער מקדש געווען את החדשים.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס זעלבע איז אויך בנוגע צו ברכת החדש בשבת שלפניו, אַז דאָס וואָס אידן האָבן בכח צו בענטשן די חדשים, איז עס מצד דעם וואָס בתחלה (דעם ערשטן חדש שבכל שנה) בענטשט דער אויבערשטער דעם חדש.

ז. לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן; וועגן ברכת החדש שטייט, אַז „אין זה קידוש ב"ד אלא שמודיעים להעולם מתי ר"ח"י. נאָך מער שטייטכב, אַז ברכת החדש איז אַפילו ניט קיין זכר צו קידוש החדש. היינט וואָס פאַר אַ ראי' קען מען ברענגען פון דעם וואָס עס שטייט אין פּסיקתא בנוגע צו קידוש החדש (אַז דער כח לקדש חדשים איז דערפון וואָס דער אויבערשטער האָט פריער מקדש געווען את החדשים) אַז אַזוי איז עס אויך בנוגע צו ברכת החדש?

אָבער דערפון וואָס ברכת החדש האָט מען מתקן געווען לאחריכג ווי עס איז בטל געוואָרן קידוש החדש ובשייכות צו דעם, איז פאַרשטאַנדיק, אַז ברכת החדש האָט אַ שייכות צו קידוש החדש.

דאָס הייסט, אַז בזמן שהיו ב"ד מקדשין את החדש, איז אין דעם וואָס ב"ד פלעגט זאָגןכד „מקודש" (און דער עם האָט געענטפערט „מקודש מקודש")93) — געווען כלול אויך דער ענין הברכהכ, און לאחרי ווי קידוש החדש איז בטל געוואָרן, האָט מען מתקן געווען עס זאָל זיין עכ"פּ ברכת החדש.

188אויך די שייכות פון ברכת החדש צו קידוש החדש זעט מען אין נגלה; (א) (לויט כמה מנהגים) „מבקשין רחמים על החכמים בהכרזת ר"ח . . מפני שהן היו מקדשין החדש"כז. (ב) „נהגו לעמוד בשעת אמירת ר"ח ביום פּלוני דוגמת קידוש החדש שהי' מעומד"י.

ה. ע"פּ הנ"ל אַז ברכת החדש האָט אַ שייכות צו קידוש החדש — געפינט מען נאָך אַ רמז אין נגלה צו דעם וואָס חדש תשרי איז „הקב"ה בעצמו מברכו";

בנוגע צו אַלע אַנדערע ראשי חדשים — חוץ ר"ה — זיינען פאַראַן דיעותכח, אַז אַפילו ווען דער פאָריקער חדש איז געווען אַ מלא, האָט מען געהאַלטן ר"ח — בזמן שהיו מקדשין החדש ע"פּ הראי' — בלויז איין טאָג (יום השלשים ואחד). און אַפילו לויט די דיעות אַז אין אַזאַ פאַל האָט מען געהאַלטן צוויי טעג ר"חכט — איז אָבער (לפי כמה שיטותל) דער ערשטער טאָג ר"ח (יום שלשים) געווען בלויז מצד הספק — טאָמער וועלן קומען עדים וואָס דאַן וועט מען דאָך אָט דעם טאָג (שלשים) דאַרפן מקדש זיין.

משא"כ ביי ר"ה, איז אפילו לאחר המנחה פון יום שלשים באלול, וואָס דאַן האָט מען שוין געוואוסט אויף זיכער אַז מ'וועט דעם יום השלשים ניט מקדש זיין, איז דער דין אַז „נוהגין אותו היום קדש ולמחר קדש"לא און (נאָכמער) ביידע טעג זיינען אַ „קדושה אחת"לט.

איז כשם ווי בנוגע צו קידוש החדש, זעט מען דעם חילוק בדבר, אַז (דוקא) ביי ר"ה איז אַפילו בעת ב"ד האָט דעם יום השלשים ניט מקדש געווען, איז אָבער „נוהגין אותו היום קדש" — מצד דעם וואָס „מן הדין הי' הוא ראוי להיות יו"ט מן התורה"לג (ד.ה. מצד דערויף וואָס מן הדין — מצד למעלה איז ער ראוי; בסגנון אחר; מצד דעם וואָס אין דעם טאָג איז געווען דער מולד — וואָס דאָס איז מצד למעלה);

עד"ז איז אויך בנוגע צו ברכת החדש וואָס איז בדוגמת קידוש ה־189חדש (כנ"ל סעיף ז'), אַז ר"ח תשרי דאַרף ניט אָנקומען אַז אידן זאָלן אים בענטשן, נאָר „הקב"ה בעצמו מברכו".

ט. אע"פּ אַז די קדושה פון ר"ה איז ניט תלוי (אויף אַזוי פיל) אין ב"ד — וכנ"ל, אַז אויך ווען ב"ד האָט ניט מקדש געווען דעם יום שלשים, איז „נוהגין אותו היום קדש" (עכ"פּ מדרבנן) — איז אָבער די עצם מציאות פון ר"ה, דאָס וואָס ער איז „ראש השנה" (דער אָנפאַנג פון דעם נייעם יאָר), יע תלוי אין בית דין.

און ווי דער דין איז, אַז בשעת די עדים זיינען געקומען לאחרי המנחה — וואָס דאַן האָט דער ב"ד זיי ניט מקבל געווען, איז דער ערשטער טאָג ר"ה געווען (אַ חלקלד) פון חדש אלוללה (כאָטש אַז „היו גומרים אותו באיסורו בקדושת יו"ט"לו), ובמילא — פון דעם פריערדיקן יאָר.

י. איז דער ביאור אין דעם;

עס שטייט אין גמראלז, אַז דער אויבערשטער זאָגט צו אידן „אמרו לפני בר"ה כו' מלכיות כדי שתמליכוני עליכם". וואָס אין דעם זעט מען צוויי ענינים הפוכיםלח;

פון איין זייט איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד דעם „תמליכוני עליכם" דאַרף מען ערשט אויפטאָן, ד.ה. אַז פאַר דעם „תמליכוני" איז דער אויבערשטער (כביכול) ניט קיין מלךל — איז דאָך לכאורה ניט שייך זאָגן אַז אידן זאָלן דורך זייער עבודה קענען פּועל'ן אַז דער אויבערשטער זאָל ווערן אַ „מלך". וואָרום די עבודה פון „עם" קען אָנרירן בלויז אין דער דרגא פון „מלך", אָבער צו עצמות וואָס איז העכער פון ענין המלכות, וואָס פון דאָרטן דאַרף מען ערשט אויפטאָן דעם רצון אויף מלוכה — האָט דער „עם"* קיין שייכות ניט.

וואָס דערפאַר זאָגט מען בר"ה (פאַר תקיעות) „יבחר לנו גו'" — אַז וויבאַלד די המשכה שבר"ה איז „מצד העצמות ממש"מ, דעריבער קומט זי „בלי שום התעוררות כלל"מ נאָר בבחירתו החפשית;

אעפ"כ — מאידך גיסא; וויבאַלד אַז דער אויבערשטער זאָגט „אמרו לפני כו' מלכיות כדי שתמליכוני עליכם", אַז דער „תמליכוני" ווערט דורך די אמירת פּסוקי מלכיות פון אידן — איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז אויך דער „יבחר לנו" שמצד העצמות קומט אָבער מצד (און דורך) אידן. נאָר דאָס גופא איז אין אַן אופן פון בחירה חפשית.

יא. און דאָס איז דער ביאור פון די צוויי ענינים הנ"ל (ס"ט) וואָס אין ר"ה;

מצד דעם ענין אין ר"ה וואָס ער איז „תחלת מעשיך" וואָס במילא איז דאָך ניט שייך אַז אימעצער זאָל אויפטאָן די המשכה פון ר"ה (וואָרום בר"ה190ווערט דאָך ערשט אויפגעטאָן דער מציאות פון „מעשיך") נאָר זי קומט מצד „חפץ חסד" [בדוגמת ווי ס'איז געווען בתחלת הבריאה — וואָס דערפאַר הייסט ר"ה „זכרון ליום ראשון"מא] איז די המשכת הקדושה (דר"ה) ניט תלוי (אויף אַזוי פיל) אין (ב"ד) אידן;

אָבער אעפ"כ, וויבאַלד אַז דאָס גופא וואָס בר"ה איז דאָ דער „חפץ חסד" עס זאָל זיין „תחלת מעשיך", איז עס מצד די עבודה פון אידן

[וואָס דערפאַר איז דער טאָג פון ר"ה נקבע געוואָרן אויף א' בתשרי (ניט אויף כ"ה באלול), יום ברוא אדם הראשוןמב]

דעריבער איז דער עצם מציאות פון ר"ה (אין וועמען עס ווערט נמשך די קדושה דר"ה) תלוי אין (ב"ד) אידן.

יב. כשם ווי ביי ר"ה — דער „זכרון ליום ראשון", איז ניט געקוקט אויף דעם וואָס די המשכה קומט מצד „חפץ חסד", ווערט זי אָבער אויפגעטאָן דורך דער עבודה פון אידן כנ"ל;

עד"ז איז אויך בנוגע צום „יום ראשון" ממש — כ"ה באלול, אַז הגם ס'איז דאַן ניט געווען שייך קיין אתערותא דלתתא (— „ואדם אין לעבוד גו'"מג) פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז „במי נמלך בנשמותיהם של צדיקים"מד, קומט דאָך במילא אויס, אַז אויך די המלכה (ורצון) וההמשכה בתחלת הבריאה זיינען געווען פאַרבונדן מיט עבודה פון אידןמח.

דער אונטערשייד איז נאָר, אַז בר"ה — יום ברוא האדם, איז די אתעדל"ת פאַראַן אויך בפּועלמ, בכ"ה באלול אָבער, איז עס בלויז וואָס „עלה לפניו ית' התענוג שיתענג כבי' בעבודת הצדיקים" *מ.

יג. ע"פּ כל הנ"ל, וועט מען אויך פאַרשטיין דעם לשון פון בעש"ט (בנוגע דעם חודש תשרי) „שהוא החדש הראשון לחדשי השנה", וואָס דאָס איז (כנ"ל ס"ג) דער טעם וואָס דוקא191חדש תשרי איז „הקב"ה בעצמו מברכו";

דער חילוק צווישן די ערשטע פינף טעג פון די ששת ימי בראשית, ווען די המשכה (בפּועל) איז געווען מצד חפץ חסד, און דעם „יום הששי"מז, (ראש השנה פון יענעם יאָר), ווען עס האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון אתעדל"ת — איז ע"ד ווי דער חילוק צווישן די כ"ו דורות וואָס זיינען געווען פאַר מ"ת שהיו ניזונין בחסדו של הקב"המח, און דעם זמן וואָס פון מ"ת אָן און שפּעטער, ווען אַלע המשכות קומען דורך עבודה.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז דער זמן פון פאַר ר"ה (יום בריאת האדם), איז (בכל שנה ושנה) — בנוגע די ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דער בריאת העולם מחדש, מיט שנה החדשה — בדוגמת דעם זמן וואָס פאַר מ"ת.

קען מען זאָגן בדרך אפשר — אַז דערפאַר זאָגט דאָ דער בעש"ט אַז תשרי איז דער „חדש הראשון לחדשי השנה" — ווייל אין דעם שבת וואָס פאַר ר"ה וואָס איז בדוגמת דעם זמן פון פאַר מ"תמט, איידער דער אויבערשטער האָט געזאָגט „החודש הזה לכם", איז תשרי (געווען) דער „ירחא קדמאה".

און דערמיט איז ער מרמז דעם טעם פאַרוואָס ר"ח תשרי (ר"ה) איז „הקב"ה בעצמו מברכו" — ווייל אין דעם זמן פון פאַר ר"ה (וואָס איז בדוגמת דעם זמן וואָס פאַר „החודש הזה לכם") איז די המשכה מצד „חפץ חסד", כנ"ל.

יד. אעפ"כ זאָגט דאָ דער בעש"ט (צוויי מאָל) אויך דעם לשון „חדש השביעי" — וואָס דער ענין אַז תשרי איז דער חדש השביעי — איז געוואָרן ערשט לאחרי ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט „החודש הזה לכם"

— דערמיט ווערט מרומז, אַז אויך אין דעם זמן וואָס פאַר ר"ה, וואָס די המשכה איז מצד „חפץ חסד", איז פאַראַן דער ענין פון עבודה (כנ"ל סי"ב) ;

און דערמיט איז ער מסביר דעם טעם פון דעם וואָס „ברכתו של הקב"ה" קומט דורך דעם וואָס אידן לייענען פּרשת אתם נצביםנ.

און דורך דעם וואָס די המשכה שמלמעלה איז פאַרבונדן מיט דער עבודה פון אידן, קומט צו אַ הוספה אין ברכתו של הקב"הנא,

192און דאָס אַלעס קומט אַראָפּ אין אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ן ומתוקה, אַז דער חודש איז — כלשון ה הבעש"ט — „מושבע ומשביע ברוב

טוב לכל ישראל על כל השנה".

(משיחות ש"פ נצו"י תשכ"ט ותש"ל)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-va2mwnk3

Copies

Recent activity

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · approved
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · closed

Sources