Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 9
ברוקלין, נ. י.
אל אחינו ואחיותינו, בני ובנות ישראל,
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
אין לעבן, און ספּעציעל אין גייסטיגען לעבן, פאָדערט דער אַריבערגאַנג פון איין יאָהר צום צווייטן אַ חשבון און סך־הכל פון דעם אַלטן יאָהר, כדי צו וויסן ווי דער נייער יאָהר דאַרף איינגעשטעלט ווערן.
איינער פון די חשוב'סטע מאָמענטען פון דעם יאָהר ה'תשי"ד פון אידישען חשבון הנפש שטאַנדפּונקט, איז — וואָס אין דעם יאָהר איז נאָך מעהר בולט געוואָרען די איבערצייגונג אין דער פאַלשקייט פון געוויסע „אידעאַלן" און האָפנונגען, און אַז אידן קענען זיך ניט פאַרלאָזען אויף זיי. די אידעאַלן און „איזמען" און די יעניגע גרופּן וועלכע פאַרטרעטן זיי, האָבן געבראַכט ווידער אַמאָל אַ ביטערע אַנטוישונג פאַר די וועלכע האָבן אויף זיי געלייגט זייערע האָפנונגן.
דאָס יאָהר תשי"ד האָט פאַרשטאַרקט די איבערצייגונג אפילו אין אָפּגעפרעמדטע קרייזן, אַז דער קיום פון אידישען פאָלק קען געזיכערט ווערן נאָר און איינציג דורך אָנהאַלטן זיך פעסט אין דער תורה און דעם לעבנס שטייגער וואָס זי ווייזט אָן. אויך די פשרה־שיטה, אַז אידן דאַרפן זיך האַלטן אויף צוויי אָדער דריי גלייך וויכטיגע יסודות, וואָס איינע פון זיי איז תורה, האָט דער אַוועקגייענדער יאָהר ווידער אַמאָל באַוויזן אַז די פשרה דינט אַלץ בריק צו פאַרפירן אידן פון רעכטס אויף לינקס און ווייטער מאַכן זיי פון עכטער און אמת'ער אידישקייט, אידישקייט פון מצות מעשיות בפועל אין טאָג טעגליכן לעבן,
וואָס נאָר דאָס האָט אויפגעהאַלטן אידן זינט זיי זיינען געוואָרען אַ פאָלק ביים באַרג סיני אָננעמענדיג די תורה.
עס איז אַ נאַרישער און נאָכמער געפערליכער טעות, אַז מען קאָן יוצא זיין מיט שיינע רייד און „ספּיטשעס" און דערביי פירן זיך ככל הגוים, אָדער אַז עס איז גענוג באַקומען אידישקייט־איינשפּריצונגען" אין געוויסע טעג פון יאָהר אָדער געוויסע מאָמענטען פון לעבן,
וואָרום תורה און מצות־אידישקייט איז אַ לעבנס־אַרט וואָס מוז אַרומנעמען און דורכדרינגען דעם טאָג טעגליכן לעבן. פּונקט ווי אַ געזונטער מענטש איז אַ מענטש וואָס איז שטענדיג געזונט, און נישט בלויז געזונט פון צייט צו צייט אָדער עטליכע טעג אין יאָהר, אַזוי איז דער גייסטיג געזונטער איד — דער איד וואָס לעבט מיט תורה און מצוות יעדן טאָג און אַלע טאָג, דעם גאַנצען יאָהר, די גאַנצע צייט.
415פּונקט ווי אַ מענטש וויל נישט איינגיין אויף פשרות אין זיין פיזישן צושטאַנד — אויף אַ „פיפטי־פיפטי" — געזונטהייט, האַלב געזונט און האַלב נישט, ח"ו, — אַזוי אויך אין רוחניות'דיגן לעבן קאָן אַ איד נישט איינגיין אויף אַ פיפטי־פיפטי־אידישקייט.
און פּונקט ווי אַ געזונטער מענטש דאַרף זעהן צו געפינען זיך אין אַ געזונטער אומגעבונג און טאָן אַלעס מעגליכעס, אַז די אומגעבונג זאָל זיין געזינטער, אַזוי אויך אין רוחניות'דיגן לעבן האָט יעדער איד אַ פליכט צו זיך און זיין פאַמיליע, און צו דער סביבה אַרום — צו פאַרשפּרייטן די ליכטיגקייט און וואַרימקייט פון תורה און מצוות און געזונטער מאַכן אַרום זיך.
דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז דער חשבון וואָס מען מאַכט אין דער דאָזיגער צייט זאָל פירן צו דעם פעסטן באַשלוס, און דערזען דעם אמת, אַז אונזער תורת־חיים אין טאָג־טעגליכן פּראַקטישן לעבן, איז דער איינציגער דרהחיים פאַר אידן אַלס יחידים און פאַר אידן אַלס כלל, און נישט נאָר פאַר'ן לעבן בעולם הבא, נאָר פשוט אויך פאַר אַ גליקליכן לעבן בעולם הזה,
און דער באַשלוס און זיין דורכפירונג אין לעבן זאָל בריינגן און וועט בריינגן יעדערן און יעדערער — אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה. ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשט"ו
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
צום אָנקומען פון דעם נייעם יאָהר, וויל איך ווינשען יעדערען און יעדערע בתוך כלל ישראל — לויט דעם אור־אַלטען נוסח — אַ שנה טובה ומתוקה.
ראש־השנה, אָנהויבס יאָהר, איז באַשטימט געוואָרען, דורך אונזער תורה, אויף דער צייט אין יאָהר אין וועלכער די וועלט איז באַשאַפן געוואָרען, אָבער ניט אויף דעם ערשטען טאָג פון דער באַשאַפונג, נאָר אויף דעם זעקסטען טאָג ווען עס איז באַשאַפען געוואָרען דער מענטש.
די גרויסקייט פון דעם טאָג און דער באַשאַפונג, באַשטייט ניט אין דעם וואָס עס איז צוגעקומען נאָך אַ באַשעפעניש און אַ באַשעפעניש מיט אַ שטופע העכער פון די פריערדיקע, אַזוי ווי חי (לעבעדיקע באַשעפענישען) איז העכער פון צומח (געוויקסען) און צומח איז העכער פון דומם (שטיינער, ערד א.ז.וו.),
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-sshxkbw8