English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ח

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

446שיחה להתלמידים ולהתלמידות שיחיו, „צבאות חשם"

— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחח וחדלקת נ"ח —

יום א', כ"ד כסלו, אור לא' דחנוכח ח'תשמ"ב

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא.

אח"כ ניגנו הניגון „ווי וואַנט משיח נאו".

אח"כ נאמו ממנהלי המוסדות שיחיו — ע"ד חנוכה].

ב. חנוכה איז פאַרבונדן מיט מלחמהב. וואָס אַ מלחמה איז פאַרבונדן מיט צבא, מיט אַן אַרמיי, און בשעת עס רעדט זיך וועגן אַ מלחמה ווי די מלחמה פון חנוכה, אַ מלחמה פון אידן און אידישקייט קעגן גוים און גוישקייט — איז דאָס פאַרבונדן מיט „צבאות השם"ג.

וואָס יעדערער פון אייך איז שוין פון לאַנג פאַרשריבן אין „צבאות השם", און האָט זיך שוין אויך אויפגעפירט, ווי דאָס פּאַסט פאַר איינעם אָדער פאַר איינע וואָס געהערט צו „צבאות השם", צו טאָן אַלץ מערער און מערער אין זאַכן פון אידישקייט, אין לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות,

וואָס אין דעם באַשטייט די מלחמה, די עיקר מלחמה — די מלחמה וואָס יעדער איד פירט מיטן יצר, אָנהויבנדיק נאָך ווען ער איז גאָר קליין, נאָך פאַר בר־מצוה און בת־מצוה, און אַזוי דערנאָך ווען ער (זי) ווערט עלטער,

ואדרבה: וויבאַלד אַז עס דאַרף זיין „חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה"ד, איז בשעת מ'איז נאָך פאַר בר־מצוה און בת־מצוה איז נאָכמער פועל און ווירקט דער זיין פאַרשריבן אין „צבאות השם" (ווי בשעת מ'ווערט עלטער).

און דער עיקר — אַז מ'זאָל זיך אויפפירן אין טאָג טעגלעכן לעבן ווי עס פּאַסט פאַר איינעם אָדער איינע וואָס געפינט זיך אין „צבאות השם", כדי אויספירן דעם אויבערשטן'ס שליחות און איינצונעמען און מנצח זיין דעם יצר.

ג. און טאָן דאָס בשמחה ובטוב לבב, מיט גרויס פרייד — דערפון וואָס מ'האָט זוכה געווען צו געפינען זיך אין דעם אויבערשטן'ס אַרמיי, אין דער אַרמיי וואָס דער „קאָמענדער־איןטשיף" איז דער אויבערשטער אַליין,

ובלשון הכתוב: השם צבאות מפקד צבא מלחמהה. ועוד (אין מערערע447ערטערו): השם אלקי הצבאות (מיט אַ ה"א אין אָנהויב).

און ווי גערעדט מערערע מאָלז, אַז דער אויבערשטער איז ניט להבדיל ווי אַ „קאָמענדער־אין־טשיף" אין אַן אַרמיי דאָ למטה, וועלכער געפינט זיך אין איין אָרט און די „סאָלדזשערס" געפינען זיך אין אַ צווייטן אָרט — נאָר (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"לח) „והנה ה' נצב עליו" — דער אויבערשטער אַליין געפינט זיך מיט יעדערן וואָס געהערט צו „צבאות השם", „ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי" — ער קוקט זיך צו ווי אַזוי ער פירט זיך אויף.

און דער אויבערשטער וועלכער איז „אלקי הצבאות" (דער „קאָמענדער־איןטשיף") זעט אַז ער פירט זיך אויף אין אַן אופן — פון שמחה, „ישמח ישראל בעושיו"ט, ווי מ'האָט ערשט געזאָגט (אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"לי),

און פירט זיך אויף אויך אין אַן אופן (ווי איר האָט ערשט געזאָגט) פון „ואהבת לרעך כמוך"יא און אַלס אַ „כלל גדול בתורה"יב — אַז איר זעט אַז יעדער אידיש קינד זאָל געהערן צו דער אַרמיי, דורך דעם וואָס איר רעדט מיט אים וועגן דעם,

און דער עיקר — דורך באַווייזן אַ לעבעדיקן ביישפּיל ווי אַזוי ס'איז גוט און וויכטיג און טייער צו זיין אין דעם אויבערשטן'ס אַרמיי, וואָס דורך דעם פּועל'ט מען נאָך שנעלער אַז עס זאָל צוקומען נאָך אַ „סאָלדזשער" (אַ אינגעלע אָדער אַ מיידעלע), וואָס וועט נעמען אויף זיך מלחמה צו האָבן מיטן יצר, מיט דער הילף פונ'ם „קאָמענדערין־טשיף (דער אויבערשטער).

ד. און אין דעם אַלעם געזאָגטן קומט נאָך צו די הוראה פון די חנוכה ליכטעלעךיג (ווי מ'האָט פריער גערעדטיד) —

אַז אַזוי ווי יעדן טאָג פון חנוכה קומט צו, מ'צינדט אָן נאָך אַ ליכטל און נאָך אַ ליכטלטו, אַזוי אויך דאַרף צוקומען פון טאָג צו טאָג נאָכמער אין אַלע ענינים האמורים לעיל, ובכללות — אין „נר מצוה ותורה אור"טז, אַז יעדער אידיש קינד צינדט אָן נאָך אַ מצוה און נאָך אַ מצוה, און לערנט מער תורה און נאָכמער תורה,

און אַזוי ווי נרות חנוכה צינדט מען אָן ווען עס איז שוין טונקל, „משתשקע448החמה"יז, און דאָס מאַכט ליכטיג אויך ביינאַכט — אַזוי איז אויך אין דעם נמשל, אַז דורך דעם וואָס יעדער אידיש קינד (ובכלל — יעדער איד) צינדט אָן „נר מצוה ותורה אור", ער צינדט אָן נאָך אַ מצוה און נאָך אַ מצוה — מאַכט ער ליכטיג די פינסטערניש פון גלותיח, ובעיקר — ער מאַכט דורך דעם ליכטיגער זיין „נר ה' נשמת אדם"יט, די געטלעכע נשמה וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבןכ, אַז זי זאָל לייכטן נאָך ליכטיגער און נאָך ליכטיגערכא,

און דורך דעם מאַכט ער נאָך ליכטיגער באַ זיך אין הויז און דעם גאַנצן אַרום זיך, און גיט צו ליכטיקייט אין דעם גאַנצן אידישן פאָלק, און כאמור — ער מאַכט ליכטיק אויך אין דער פינסטערניש פון גלות,

וואָס דורך דעם אַלעם קומט נאָך שנעלער די גרויסע ליכטיקייט פון דער גאולה האמיתית והשלימה, די ליכטיקייט און די אמת'ע און פולע גאולה דורך משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.

ה. אין יעדער אַרמיי פירט זיך אַז עס זיינען דאָ ביכער, אַ „רעדזשיסטער", וואו יעדער „סאָלדזשער" איז פאַרשריבן.

ועד"ז איז אויך אין דער אַרמיי פון דעם אויבערשטן, „צבאות השם": ס'איז דאָ, כביכול, דער ספר השם, דער בוך פון דעם „קאָמענדער־ין־טשיף", וואָס דאָס איז די ספר תורה, וואָס דאָרטן זיינען פאַרשריבן די „סאָלדזשערס" פון „צבאות השם".

וואָס דערפאַר איז זיכער אַז יעדערער פון אייך, סיי אַן אינגעלע און סיי אַ מיידעלע, האָט שוין געקויפט אַן אות אין דער ספר תורה, אין דעם אויבערשטן'ס „רעדזשיסטער"ספר,

און האָט אויך געזען אַז יעדער אידיש קינד מיט וועלכן מען איז באַפריינדעט אָדער באַקאַנט זאָל אויך אַריינגעשריבן ווערן אין דער ספר תורה,

וואָס די ספר תורה נעמט אַרום אַלע אידן, ווי באַוואוסטכב אַז „ישראל" איז ר"ת „יש ששים ריבוי אותיות לתורה", דערפאַר וואָס יעדער איד (וועלכע זיינען בכללות ששים ריבוא אידןכג) האָט אַן אות אין (דער ספר) תורה, אין דעם אויבערשטן'ס ספר פון „צבאות השם".

און אויב ס'איז דאָ איינער (איינע) וואָס מאיזה סיבה שתהי' האָט נאָך ניט קיין אות אין דער ספר תורה — וועט ער זיכער קויפן זיך אַן אות וואָס פריער,

און וועט אויך ווירקן אויף זיין טאַטע און מאַמע, ברידער און שוועסטער, און אויף יעדער אידן מיט וועלכן ער קען449רעדן און דערגרייכן — אַז אויך זיי זאָלן זיך פאַרשרייבן אין „צבאות השם", פאַרשרייבן זיך (אויך דורך דעם קויפן אַן אות) אין דעם ספר אין וועלכען „צבאות השם" זיינען „רעדזשיסטערד" — אין איינע פון די ספרי תורה.

ו. דובר פיל מאָלכד אַז אין יעדער צבא און אין יעדער מלחמה, ועד"ז אין „צבאות השם" און אין דער מלחמת היצר וועלכע איז דערמיט פאַרבונדן, זיינען דאָ ענדערונגען פון מאָל צו מאָל, אויף וואָס פאַר אַ „פראָנט", אויף וואָס פאַר אַן ענין מ'דאַרף פירן די מלחמה אין דער ספּעציעלער צייט — וואָס די ענדערונגען זיינען אָנגעוויזן אין דעם אינהאַלט פון די תפלות אָדער פון די ברכות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דער ספּעציעלער צייט, אָדער אין דעם נאָמען פון די טעג.

אַזוי אויך בנוגע צו די איצטיגע טעג.

דער נאָמען פון די טעג איז „חנוכה". וואָס „חנוכה" איז דער מיין — מחנך זיין אָדער אָפּפרישן און פון־דאָס־י מחנך זיין, „דעדיקייטן".

„בימים ההם"כה, דעם ערשטן מאָל חנוכה — האָט מען אָפּגעפרישט און פון־אָס־ניי מחנך געווען דעם ביהמ"ק, און על שם זה האָט מען אָנגערופן די טעג „חנוכה"כו.

און די הוראה דערפון אויף וועלכן ספּעציעלן „פראָנט", וואָס איז די ספּעציעלע „מישאַן" פון „צבאות השם" אין די איצטיגע טעג, ימי חנוכה:

מ'דאַרף אָפּפרישן און מחנך זיין, באַנייען פון־דאָס־ניי, די אידישע האַרץ, וואָס דאָס איז דער ביהמ"ק הפנימי, דער אינווייניקסטער רוחניות'דיקער ביהמ"ק וועלכער איז דאָ באַ יעדן אידן, וואָס דער אויבערשטער זאָגט אויף אים „ושכנתי בתוכם"כז. מען זאָגט פאַר דעם „ועשו לי מקדש"כח — אַ איד פון קליינווייז־אויף טוט און גרייט זיין האַרץ אַז דער אויבערשטער זאָל זיין דאָרט אַ „שוכן", ער זאָל דאָרטן רוען, דורך דעם וואָס דער איד לערנט תורה און איז מקיים מצוות,

און פון צייט צו צייט באַנייט ער דאָס מיט אַ נייער שטאַרקייט און לעבעדיקייט און ליכטיקייט — דורך דעם לערנען „תורתך"כט, דעם אויבערשטן'ס תורה מיט אַ נייע התמדה, מיט אַ נייער שטאַרקייט און לעבעדיקייט און ליכטיקייט, און אַזוי אין מקיים זיין „חוקי רצונך"כט, די מצוות פון דער תורה, ביז450אין אַן אופן פון „מהדרין מן המהדרין"ל, אין דעם בעסטן אופן ווי מ'קען מקיים זיין די מצוות, וואָרום ס'איז צוגעקומען אַ נייע שטאַרקייט, לעבעדיקייט און ליכטיקייט און אַ נייע פריילעכקייט.

ז. נקודת ההוראה בפשטות:

בשעת מ'שטייט אין די טעג פון חנוכה, האָט יעדערער פון „צבאות השם" אַ ספּעציעלע „מישאָן" אויף צו אויפוועקן אין זיך און פאַרגרעסערן אין זיך — אַ נייע שטאַרקייט און נייע לעבעדיקייט און נייע ליכטיקייט און פריילעכקייט אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און טאָן אַזוי טאָג נאָך טאָג (ספּעציעל) אין די טעג פון תנוכה,

און טאָן דאָס אין אַן אופן אַז דאָס זאָל קומען אין „המעשה הוא העיקר"לא. כולל בפרט:

יעדער טאָג פון חנוכה זאָל יעדערער פון אייך: א) לערנען אַ ענין אין תורהלב ספּעציעל לכבוד און אין דעם זכות פון ימי חנוכה. ב) טאָן אַ מצוה אין צדקה אָדער אין גמילות חסדיםלג (אָדער ענלעכעס) ספּעציעל לכבוד און אין דעם זכות פון ימי חנוכה,

און שבת חנוכה, וואָס דעמולט טאָר מען ניט מטלטל זיין (און האָבן צו טאָן מיט) געלט — מקיים זיין די חנוכה הוספה אין צדקה דורך דעם וואָס פרייטאָג וועט מען געבן (בההוספה) „משנה"לד, צוויי מאָל אַזוי פיל צדקה, איין מאָל פאַר פרייטאָג און אַ צווייטן מאָל פאַר יום השבת.

און בשעת מ'וועט עס טאָן אַכט טעג נאָכאַנאַנד, און אין אַן אופן וואָס מ'טוט אַלץ מערער און מערער, מוסיף זיין טעגליך ניט ווייניקער פון איין זאַך אין תורה און איין זאַך אין מצוות, און כל המרבה הרי זה משובח — נאָכמערער — וועט אים דערנאָך זיין לייכטער זיך אַזוי אויפפירן אַ גאַנצן יאָר.

ח. ע"פ האמור לעיל, אַז אין די טעג פון חנוכה זאָל מען ספּעציעל מוסיף זיין אין תומ"צ כו', און וויבאַלד אַז אין צוגאָב צום אָנצינדן די ליכט און צו געבן צדקה און אַלע דיני חנוכה, זיינען אויך דאָ מנהגים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט חנוכה, וואָס איינער פון זיי איז געבן „חנוכה געלט"לה —

איז, אין צוגאָב וואָס אַלעמאָל ווען מיר קלייבן זיך צוזאַמען אין אַזאַ כינוס גיט מען צוויי מטבעות צו יעדן קינד, איינע אויף געבן (אָדער חילופו) לצדקה און אַ צווייטע צו טאָן מיט איר לויט ווי זיין אידישע האַרץ וויל — וועט מען דעם מאָל (וויבאַלד ס'איז פאַרבונדן מיט חנוכה) מוסיף זיין צו יעדערן אַ דריטע מטבע, אַלס „חנוכה געלט".

און אַזוי אויך — וועט איר זיכער באַווייזן דעם ביישפּיל, אַז במשך די טעג פון חנוכה וועט איר געבן חנוכה געלט צו איינעם פון אייערע חברים, אינגעלעך — צו אינגעלעך, און מיידעלעך צו מיידעלעך,

451און איר זאָלט אויך מעורר זיין די אַלע מיט וועלכע איר קומט אין פאַרבינדונג, אַז (כפשוט) אין צוגאָב צו מקיים זיין אַלע דינים פון חנוכה — זאָלן זיי אויך אויפלעבן דעם אידישן מנהג פון געבן „חנוכה געלט" צו אידישע קינדערלו.

און דאָס ווערט אויך אַ הכנה, אַ

צוגרייטונג,

אויבערשטער וועט געבן יעדערן פון אונז, בתוככי כלל ישראל (דעם גאַנצן אידישן פאָלק) — די אמת האַרץ געוואונטשטע „חנוכה געלט" — בקרוב ממש וועט ער מחנך זיין, באַנייען און אַנטפּלעקןלז און אויפבויען פון־דאָסניילח, דעם ביהמ"ק השלישי,

און דאָרט וועלן „כהניך הקדושים"לט, די כהנים, ואהרן הכהן בראשםמ, אָנצינדן די מנורה,

במהרה בימינו ממש.

. *) און יעצט — עטלעכע ווערטער צו די אַלע אידישע קינדער וועלכע געפינען זיך אין מדינות וואו מ'פאַרשטייט נאָך ניט אידיש, און אויך צו די קינדער וועלכע געפינען זיך אין אַמעריקע וכיו"ב אָבער זיי פאַרשטייען ניט אידיש.

ואע"פ אַז מ'וועט מסתמא איבערגעבן די קינדער דעם תוכן פון דעם וואָס עס האָט זיך פריער גערעדט (אויף אידיש) — וויל איך איבער'חזר'ן עכ"פ דעם עיקר דערפון אין דער שפּראָך וואָס די קינדער פאַרשטייען:

יעדער אידיש קינד זאָל זיך משתדל זיין צו אָנצינדן חנוכה ליכט, אָנהויבנדיק פון דעם אָווענט — אָנצינדן איין ליכטל, מאָרגן — צוויי ליכטלעך, און אַזוי יעדן טאָג פון די אַכט טעג פון חנוכה — מוסיף זיין צו נאָך איין ליכטל, אין אַן אופן פון „מהדרין מן המהדרין", ביז דעם אַכטן טאָג ווען די גאַנצע חנוכה מנורה וועט לייכטן, מיט אַכט ליכט.

און אויך מקיים זיין דעם מנהג, אַז יעדער אידיש קינד זאָל געבן „חנוכה געלט" צו זיין חבר, אָדער זיין ברודער, שוועסטער, אָדער קרובים.

און אויך: במשך פון די טעג פון חנוכה זאָל יעדער קינד מוסיף זיין אין „תורתך" — לערנען תורה וויפל נאָר ס'איז מעגלעך, ובמיוחד — לערנען די דינים פאַרבונדן מיט חנוכה, היסטאָריע פון חנוכה, און — לערנען תורה בכלל.

י. און ווי גערעדט מערערע מאָלמא — אַז די קאָנסטיטוציע פון אַלע מדינות פון דער וועלט, כולל אויך פון ס.ס.ס.ר. (רוסלאַנד) — ערלויבט און גאַראַנטירט יעדן אידן, כולל אויך יעדן אידישן קינד, אַ אינגעלע אָדער אַ מיידעלע, אַז זיי זאָלן קענען מקיים זיין (באַ זיך אין דער היים אָדער אין בית הכנסת) אַלע מצוות און אידישע מנהגים,

452און נאָכמער: לויט דער קאָנסטיטוציע מוז די „מיליציע", און די מאַכט בכלל, פאַרהיטן און געבן די פולע מעגלעכקייט (און דעריבער קען מען מאָנען און פאָדערן אַז קיינער זאָל דערצו ניט שטערן) יעדן אידן אַז ער זאָל קענען מקיים זיין אַלע מצוות און אידישע מנהגים,

און אַז עס קומט חנוכה — דעם מנהג פון אָנצינדן חנוכה ליכט, און אויך די אַנדערע מצוות און מנהגים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט חנוכה, כולל אויך דעם מנהג צו געבן קרובים אָדער חברים „חנוכה געלט".

און דעריבער קען יעדער אידיש קינד טאָן די אַלע ענינים האמורים לעיל, צינדן חנוכה ליכט, געבן „חנוכה געלט", און מוסיף זיין אין לימוד התורה און קיום המצוות.

און, וויסן, אַז דורך דעם פאַראייניקט ער זיך מיט אַלע אידישע קינדער אין דער גאַנצער וועלט וועלכע זיינען מקיים די זעלבע מצוות און די זעלבע מנהגים אין די זעלבע טעג.

און דאָס טוט אויך אויף אַז עס זאָל זיין שלום אין דער גאַנצער וועלט, עס ווערט אַן אמת'ער שלום, וואָס דעמולט איז אויך גרינגער צו לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות אַלץ מערער און טיפער.

יא. נאָך אַ זאַך וואָס יעדערער פון אייך זאָל טאָן:

יעדערער פון אייך זאָל בעטן די מוטער אָדער דעם פאָטער (אָדער אַן אַנדער ערוואַקסענעם מיט וועלכע איר זייט באַקאַנט), אַז זיי זאָלן קויפן פאַר אייך אַן אות אין דער אידישער תורה, ספר תורה, וועלכע איז געגעבן געוואָרן צו יעדערן פון אייך און יעדערן פון אונז און דעם גאַנצן אידישן פאָלק, ווי מ'האָט ערשט געזאָגט (אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל) „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב"מב, אַז די תורה איז געגעבן געוואָרן צו משה רבינו, און ער האָט איר איבערגעגעבן צו יעדן אידן, ערוואַקסענע און קינדער — בכל העולם כולו עד סוף כל הדורות.

און דעריבער זיינען אַלע אידן פאַרבונדן צוזאַמען דורך דער תורה,

ובפרט ווען דער איד קויפט און האָט זיין אות אין דער ספר תורה, וואָס דעמולט ווערט ער נאָכמער פאַראיינציקט מיט דער תורה, פאַראיינציקט מיט דעם אויבערשטן — ער ווערט דורך דעם נאָכמער פאַראיינציקט מיט דעם גאַנצן אידישן פאָלק, וואו זיי זאָלן זיך נאָר געפינען.

יב. און אַלע אידן צוזאַמען וועלן זיך גרייטן צו דער גאולה האמיתית והשלימה, צו דער גאַנצער, אמת'ער און אייביקער אויסלייזונג און באַפרייאונג פון גלות, דורך משיח צדקנו, גאָר אינגיכן, במהרה בימינו אמן.

„בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"מג, יעדערער פון אייך, צוזאַמען מיט די וועלכע געפינען זיך אין יענע מדינות, צוזאַמען מיט אַלע אידישע קינדער, וועלן גיין אַנטקעגן משיח צדקנו,

און צוזאַמען מיט אים — גיין אין ירושלים עיר הקודש, און דאָרטן — אַריין אין בית המקדש, וואו „כהניך הקדושים", און אהרן כהן גדול בראשם, וועלן אָנצינדן די מנורה הקדושה,

453אין בית המקדש, וועלכן דער אויבערשטער וועט פון־דאָס־ניי אויפבויען מיט אַ חנוכת הביהמ"ק מיט אַ ספּעציעלער אויסערגעוויינלעכער דערהויבנהייט,

ובקרוב ממש.

יג. וויבאַלד אַז דאָ געפינען זיך אויך ערוואַקסענע, און ביז איצטער האָט מען גערעדט בעיקר בנוגע צו קינדער, און וועגן געבן די קינדער לקיים מצות צדקה ומנהג מעות חנוכה — איז דאָך אַ „רחמנות" אויף די ערוואַקסענע, „אל תפרוש מן הצבור"מד —

וועט מען אויך געבן דורך די „טאַנקיסטן",

ערוואַקסענע (וועלכע געפינען זיך דאָ — כולל הנשים בעזרת הנשים) — דריי דאָלאַר'ן:

איינער — געבן (אָדער חילופו) אויף צדקה, אַ צווייטער — טאָן מיט אים ווי זיין אידיש האַרץ הייסט טאָן, און אַ דריטער — דערמיט מקיים זיין (אָדער דערמיט מוסיף זיין) אין דעם מנהג פון געבן „חנוכה געלט".

און זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז נוסף צו די צדקה וואָס זיי וועלן טאָן מיט אַ צווייטן דורך אים געבן געלט — וועלן זיי אויך טאָן צדקה מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, דורך זען ובהשתדלות אַז יעדער איד און אַלע אידן זאָלן פאַראיינציקט ווערן, דורך אמת'ע אהבת ישראל ובאופן אמיתי ונצחי — אויך דורך באַקומען, קויפן, אַן אות אין איינע פון די ספרי תורה וועלכע מ'שרייבט יעצט. וע"ד ובמכל שכן ווי גערעדט פריער צו די קינדער.

יד. און דאָס וועט מוסיף זיין אין דער גאַנצקייט פון דעם אידישן פאָלק, שלימות העם,

וואָס איז פאַרבונדן מיט דער גאַנצקייט פון תורה, שלימות התורה,

וואָס דאָס ברענגט די גאַנצקייט פון ארץ הקדושה, שלימות הארץ, „ארץ אשר גו' המיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"מה.

און מ'גייט בקרוב ממש, מיט די דרייענדיקע שלימות, שלימות העם, שלימות התורה און שלימות הארץ,

וואָס אויך יעדערע פון זיי פאַר זיך איז אַ דרייענדיקע: תורה (שלימות התורה) — „אוריאן תליתאי"מו: תורה (חומש) נביאים וכתוביםמז; אידן (שלימות העם) — „עמא תליתאי"מו: כהנים, לויים וישראליםמח [און פאַרבונדן מיט נאָך כמה ענינים פון שלשה, ווי אויסגערעכנט אין גמראמט]; ארץ ישראל (שלימות הארץ) — שלשה ארצות, ווי עס שטייט אין משנהנ,

[ונזכרים דאָס אַלעס — אויך דורך געבן דריי מטבעות פאַר די קינדער, און דריי דאָלער פאַר די ערוואַקסענע, כנ"ל].

454טו. וואָס דאָס וועט ברענגען דעם אמת'ן שלום בעולם. דאָס איז דער איינציקער וועג אַז עס זאָל זיין שלום בעולם — דורך דעם וואָס מ'וועט זיך האַלטן און אויפפירן לויט ווי תורה וויל. תורה דערלויבט ניט אָנרירן שלימות התורה, און ניט שלימות העם און ניט שלימות הארץ, וואָס זיי זיינען אַן אייןון־איינציקע שלימות,

און דאָס וועט ברענגען אויך די שלימות הגאולה: עס וועט זיין „קץ שם לחושך"נא, עס ווערט פאַרענדיקט ובקרוב ממש, די פינסטערקייט פון גלות, און עס הויבט זיך אָן די אתחלתא דגאולה, און גלייך די גאולה בשלימותה, „בשעתא חדא ביומא חדא ברגע חדא"נב, און כפסק דין הרמב"םנג — „מיד הן נגאלין", ס'קומט די גאולה האמיתית והשלימה במהרה בימינו ממש.

טז. און דאָס וואָס עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס ווילן ח"ו אָנרירן תורה און שלימות התורה, וואָס ווילן ח"ו אָנרירן אידן און שלימות העם, וואָס ווילן ח"ו אָנרירן דאָס אידישע לאַנד און שלימות הארץ — וועט זיין (ווי איר האָט פריער געזאָגטנד) „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א־"נה — די אַלע מחשבות וועלן בטל ווערן, און באַ די וועלכע האָבן נאָך ניט געהאַט די מחשבות, וועלן זיי, די מחשבות, מלכתחילה ניט קומען, און אַלע פעלקער וועלן העלפן אידן און העלפן פירן זיך אין אידישן וועג, וואָרום דער אויבערשטער איז מיט יעדערן פון אונז, און מיט אונז אַלעמען, מיטן גאַנצן אידישן פאָלק,

און זיי וועלן העלפן אידן האָבן אַ גאַנצע ארץ ישראל, וואָרום אידן וועלן זיך האַלטן באַ דער גאַנצער תורה, און וועלן זיך האַלטן מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, דורך אמת'ע אהבת ישראל,

און דאָס אַלעס טאָן בשמחה ובטוב לבב.

יז. בהמשך להנ"ל: וועט מען איצטער זינגען (נאָכאַמאָל) „עוצו עצה ותופר גו'", און דוקא בשמחה — מיט אַ פריילעכן ניגון, און דערנאָך אויך זינגען

(נאָכאַמאַל)

צדיקים"נו, און „ישבו שם וירשוה"נז — בגאולה האמיתית והשלימה.

און דערנאָך וועט מען אויסטיילן די דריי מטבעות, פאַר די קינדער, דורך די מדריכים און מדריכות, און די דריי דאָלער פאַר די ערוואַקסענע, דורך די „טאַנקיסטן",

און דער עיקר — אַז מ'זאָל גיין און מוסיף זיין, אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און נאָכמער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה, ע"י משיח צדקנו. אמן כן יהי רצון.

יח. ניגנו „עוצו עצה גו' עמנו א* „אך צדיקים" „ישבו שם וירשוה גו'".

[כ"ק אדמו"ר

להמדריכים והמדריכות שיחיו מטבעות של עשר סענט, לתת לכל אחד ואחת מהילדים והילדות שיחיו ג' מטבעות: אחת — לתת לצדקה, הב' — לעשות בה455כטוב בעיניהם, והג' — בתור „מעות חנוכה";

לה"טאַנקיסטן" שיחיו שטרות של דולר, לתת לכל אחד ואחת מהנוכחים (הגדולים) שיחיו ג' שטרות: ב' שטרות — כנ"ל, והג' לתת ל"מעות חנוכה".

התפללו תפילת ערבית. ואח"כ אמר:]

אַזוי ווי מ'האָט פריער גערעדט וועגן „דריי", אויך ווי דאָס איז פאַרבונדן מיט שלימות התורה, און שלימות העם, און שלימות הארץ,

וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט „פדה בשלום נפשי"נח, ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב — ווי דער אַלטער רבי שרייבט במכתבו הידוענט בקשר מיט דער גאולה פון י"ט כסלו, אַז אין „יום שהוכפל בו כי טוב י"ט כסלו . . כשקריתי בספר תהלים בפסוק פדה בשלום נפשי . . יצאתי בשלום" — איז כדאי אַז אַזוי זאָל זיין אין דעם חנוכה צוזאַמענקלייבן־זיך פון „צבאות השם", אַז עס זאָל זיין שלשה.

געווען

צוזאַמענקלייבן־זיך פון „צבאות השם" ביום ראשון של חנוכה — מאַכן אַ צווייטן כינוס פון „צבאות השם" במקום המתאים, אין דעם טאָג פון „זאת חנוכה",

און אַזוי בשבת שביניהם. שבת בכלל פאַראיינציקט אידןס, ובפרט אַז מ'וועט מאַכן אַ „מסיבת שבת"סא, און „מסיבת שבת" פון „צבאות השם" במיוחד —

וועט דאָס זיין דריי מאָל חנוכה צוזאַמענקלייבן־זיך פון „צבאות השם" (ביום ראשון דחנוכה, בשבת חנוכה און בזאת חנוכה)

— „חוט המשולש"סב, און „חבל המשולש"סג,

וכמדובר פריער — גיין בקרוב ממש צו דעם ביהמ"ק השלישי, במהרה בימינו ממש.

[טרם צאתו התחיל לנגן „עוצו עצה ותופר וגו' כי עמנו א־

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-srmrrvs4

עותקים

פעילות אחרונה

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · אושרה
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · נסגרה

מקורות